דורך משה געציל » מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:39 am
לויט ווי איך פארשטיי איז דער כינוס כ״י להצלת הביזנעס גאר א אומדירעקטע תוצאה פון כינוס כ״י להצלת הדורות.
ווען די רבנים האבן צוזאמגערופן די כינוס להצלת הדורות, איז אלעס געווען מיטן חשבון אז מען רעדט דא נאר פאר אינגעלייט וואס דארפן דאס האבן לצורך הפרנסה, און קיין פרנסה אן קיין אינטערנעט קען מען נישט היינט מאכן. מען האט צוזאמגעשלעפט דעם ציבור, געזען מענצער-פאטאקי אויפן סקרין, געהערט דעם דזשיבויערס שובבים תורות, מיטן שפאקטיוו האט מען געהאט די זכי׳ צו זעהן דעם עסקן פרידמאן מיט די סיקרעט סערוויס סטייל ווייער אונטער די אויער, דר. מייער פון מתעסקים מיט זיין טראמא צענטער, געהערט אביסל דברי הספד פונעם משגיח שליט״א, און יאלא געגאנגען! א ליסטע מיט תקנות וואס יעדער דארף אויספאלגן!
עס איז געקומען למעשה, מען האט אנגעפאנגען עפענען די קאנסענט פארמען וואס די עלטערן האבן צוריקגעשיקט, און די רבנים זענען געכאפט געווארן אין א טיפע שאק זעענדיג וויפיל אינגעלייט זענען ס״ה שומר קישואין, אדער אן קיין פרנסה אינגאנצען ל״ע. מען האט זיך אנגעפאנגען ברעכן קאפ, ווי אזוי קען אזאנס זיין אין די ווירקליכקייט? עס איז דאך א דבר ידוע אז די חינוך סיסטעם וואס איז פארהאן ברענגט דאך די בעסטע רעזולטאטן, אינגעלייט אן קיין מינאמאלע קענטעניסט אינעם ענגלישען שפראך פירן ריזיגע ביזנסער, פליפן צענדליגע מעלאנעס אין א אויגנבליק, דרייוון יאקאנס מיט בליצערס, ווי אזוי איז מעגליך אז אזויפיל אינגעלייט -וואס זענען אן קיין שום צווייפלן נאך אזוי באהאוואנט ווי דער געלערענטער מגושמדיג׳ר גוי ווען עס קומט צו ביזנעס- זאלן זיך ארום דרייען ארבעטסלאז?
מען איז געקומען צום באשלוס אז מען מיז בלית ברירה זאגן, אה״נ די טאלאנט און פעהיגקייטן איז ביי אונז א סאך שטערקער ווי אין די אלגעמיינע גאס (טרעף מיר א גוי וואס קען מיט די אייגענע הענט פלעכטן הבדלה לעכט אדער פאברעצירן פון אוסגעטרוקענטע לולב בלעטער אזעלכע שיינע קוישלעך), אבער למעשה איז דא ס״ה איין קלייניגקייט וואס דארף פאראכטן ווערן. עס פעלט א געוויסע קאמיניקאציע צווישן די אומשאצבארא אוצרות-פול טאלאנט וואס פילט אן יעדע לעכל פון די קאמינעטי אין די וואס זיכן צו באצאלן פאר דעם.
איז געבליבן אז מען וועט זיך צוזאמנעמען אונטער איין גרויסע דאך, וואס פון דארט און ווייטער וועט אלעס גיין ווי א אויגנבליק. ביי איין באדקעלע וועט זיך געפונען א אגענט פאר תהלים כולל, און ביים צווייטע א אגענט פאר א מולטי מארקענטיג געס קאמפאניס. א אינגערמאן וואס וועט שפירן אז ער האט די טאלאנט פון זאגן תהלים פליסיג וועט זיך קענען איינשרייבן אלטס מעמבער אין תהלים כולל, און דער צווייטער וואס האט א גאט-געבענטשטע פיסקל צו פארקויפן א פארמאכטע פעסל הערינג פאר צענדליגער אגענטן אן עפענען, וועט אויפגענומען ווערן אלטס סופערווייזער אינעם מולטי מארקעטינג געס קאמפאני. דער אינגערמאן וואס איז נארוואס ארויף אויף די ביכער ביי תהלים כולל האט שוין פון ווי צו אינוועסטירן אין די מולטי מארקעטינג קאמפאני, ווידערום דער פרישער סופערווייזער ברויך שוין צוקומען צו מופתים פון תהלים כולל, וחוזר חלילה אזוי ארום וועלן די שווערע מעלאנעס בלייבן אין אונזער קאמינאטי...
איי איי איי... ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט... אנשטאט אינוועסטירן אזויפיל טויזענטער דאלארן אין איין אווענט, נעמטס די אלע טאלאנט געבענטשטע אינגעלייט, און לערנט זיי אויס די מינמאלע מאס טרעינונג וואס פעלט זיך אויס, ווי אזוי צו ליינען און שרייבן די לאטיינישע אותיות אן קיין צובראכענע ציין און געשוואלענע הענט. לערנט זיי אויס אז מען מאכט נישט קיין מעלאנעס, פון שמועסן צוועלף א זייגער אין מקוה איבער מעלאנעס וואס דו פלאנטסט צו מאכן, דורכן לאט פליפ אין גרינפויט וואס חיים יוסל׳ס פעטער האט אמאל געטראכט פון קויפן. לערנט זיי אויס אז ביי פרשת המן איז דא נאך כוונות -אויסער סעקשאן אכט און פוד סטעמפס- אבער מען דארף אביסל שוויצן. לערנט זיי אויס, אז פון טרינקן קאווע און קויפן טאנא סענדיוטשיס, וואקסט מען נאר גרויס אין דעם פרעזענליכן געבוי, נישט אינעם פינאנציעלן וועלט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)