שרגא האט געשריבן:רוב היימישע אידן זענען געוואוינט נישט צו זען אין היימישע פלעצער בילדער פון נשים. איך זע נישט וועלכע נאמבערס סעי אדערווייז. אויב רעדסטו פון דעם היגן אנקעטע, האלט עס דערווייל ביי האלב, און זיי אלע וועלן אויך מודה זיין אז אויב וועט דא זיין נשים וועט דאס זיין די ערשטע היימיש-אידישע פלאץ וואס טוט דאס.
טאמער ביי דיר מיינט "היימיש" סאטמער ביזטו גערעכט.
שרגא האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט פון צווינגען אדער נישט, איך האב געפרעגט פארוואס מען זאל דא ברעכן א גדר וואס איז נאכנישט געבראכן געווארן אויף קיין שום אנדערע היימיש-אידישע פלאץ. אויך האב איך מסביר געווען אז נשים קען מען זען גענוג איבער'ן גאנצן נעט אויב איינער וויל, סאו פארוואס זאל עס דוקא אויספעלן דא? חוץ אויב איז טאקע דא דער ציל זיך אויסצוגעבן און מען וויל טאקע דוקא פארטרייבן די אביסל ערנסטע סארט, דאן פארשטיי איך.
טאקע פארדעם, ווען דער עולם וויל דען נאך א ראן אוו די מיל פלאץ וואלטן זיי געכענט בלייבן אין ביהמ"ד אדער אין קרעטשמע, סך הכל וויל מען א נארמאל פלאץ ווי מ'זאל קענען פארברענגען מיט נארמאלע מענטשען אן דעי אלע עקסטרעמע משוגעתן וואס האבן אויסגעשפראצט די לעמטע פאר צענדליג יארן. איי קען אנלי ספיק פאר מייסעלף, אבער אזא פילינג האב איך.
שרגא האט געשריבן:אויב אזוי דארפסטו איבערלערנען די הלכות. אויסער די שאלה אויף דעם עצם זען, איז דאך קלאר אז אויב עס ברענגט לידי הרהור איז אן איסור דאורייתא. שוין געזען די מעשה אין די גמרא וואו מען האט געפסקנט אז "ימות ולא יראינה"? ווייסטו אז המסתכל אפילו באצבע קטנה של אישה 'ונתכוין ליהנות ממנה' כאילו נסתכל בבית התורף שלה?
מה הועילו חכמים בתקנתם? קוק וויאזוי רוב היימישע אידן ווערן ב"ה נישט נכשול (און אויב ווייסטו וואס טוט זיך אין די אנדערע זייט וועלט, ווייסטו דעם אנדערן האלב אז ביי אונז איז שוין איינמאל הועילו חכמים בתקנתם). מבטל זיין די זהירות? ס'הייסט מ'זאל לאזן גענוג מאל נכשול ווערן, ווייל נאכדעם וועט מען עס שוין נישט שפירן... דאס אויסער דעם וואס נאכדעם גייט מען דאך נאר צום נעקסטן שטאפל, ווייל דאס באפרידיגט נישט.
כ'קען די הלכות גאנץ גוט, ראיה בעלמא איז קיין שום
שאלה נישט, הסתכלות לשם הנאה איז אסור ביי אן אשת איש.
שאלה הייבט זיך אן ביי ערוה בעששית, וואס איז אסור, אבער דא רעדט מען נישט פון קיין ערוה און נישט פון קיין עששית. א בילד אפילו פון א ערוה לויט טייל פוסקים מעג מעןדאווענען און אפילו זיך בוקן לנגד אותו צד, ווער רעדט נאך פון א צניעותדיגע כלה נאה וואס ס'איז א מצוה משבח זיין איר שיינקייט בפני בעלה כדי לחבבה בעיני. (עקסיוז מיין "ניוול פה"...)
שרגא האט געשריבן:הא? וואס איז נאכאמאל דיין תירוץ פארוואס מען זאל ברענגען בילדער אויב וועלן מענטשן אפשר הנאה האבן פונעם בילד, וואס דאן איז אן איסור גמור. און לכ' די בילדער וואס מען וועט וועלן ברענגען, וועלן דאך ווארשיינליך זיין ראוי הנאה צו האבן... האסטו אויך נישט געכאפט מיין פראגע: אויב לאזט מען נאר צניעותדיגע בילדער, וועט מען אנהייבן יעדן טאג "מעיין זיין" אויף די בילדער צי זיי זענען גענוג צניעותדיג? און דערווייל וועט עס אויך ליגן פאר יעדן צו זען ביז די אנקעטע איז געענדיגט? און נאך דעם אלעם, וואס וועט דער שולחן ערוך העלפן, די גדרים קען אויך האבן מיט'ן אינדיווידועלן מענטש
נא, מעיין זיין לצורך הלכה מעג מען דאך, תורה היא וללמוד אני צריך!
שרגא האט געשריבן:דאס אז אנדערע וואוטן זע איך, אבער מיט דעם האסטו, אדער זיי, נאכנישט פארענטפערט מיין פראגע: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)
מיט דעם לאגיק קענסטו אפפרעגען יעדע אנקעטע, אויב פאר איין צד גייט עס מער לנפשם ווי די צווייטע צד.