שריי העכערן גארגל
רייס איבער דיינע בענדלעך
ווער פארטייבט, הער נישט יענעם
ווערסט גערעכט ענדליך.
טופע מיטן פוס
ווארף זאמד אין אויגן
מאך א נעפל, זעה גארנישט
יענעמ'ס מיינונג וועט דיר נישט טויגן
פארשאר די ארבל
יענעם באווארף
שטיי פעסט אויף דיין ווארט
א זאכליך וויכוח, ווער דארף
שריי אויפן זאגער
נישט אויפן מיינונג, ס'קלוג,
שיס דעם טראגער
און אזוי, רוף אויס זיג!
פאטש דיין בייכל
העי, מיין דעה יעדן געפעלט,
שלום עלי נפשי
כ'בין דער קלוגסטער אין וועלט
בלייב דום אויף אייביג
דאס האסטו דערוועלט,
ביזט מיט א בהמה אן דעת אייניג
דיין מח פארזשאוועט, פארגעהלט
האלט דיין רוקן גלייך
בייג עס נישט פאר קיינעם,
רעד נישט צו די זאך
יעדער האלט דאס זיינעם
טויש נישט אינפארמאציע
קענסט חלילה אומפאלן,
דאס מין קאאפעראציע
קען דיך לאזן פארפאלן
פארבינד דיין קאפ אן טראכט
יענער, באלד ווי אחאב,
שלאף זיס ביינאכט
יוסיף דעת, יוסיף מכאוב
דערוועק דיך נישט קיינמאל
פון דיין זיסן טרוים,
ביזט גערעכט אלעמאל
עס איז ווירקליך, נישט קיין חלום
איך געב אבער נישט אויף
צו הערן תמיד פונדאסניי,
הערן יענעם איך לויף
ס'מיר ממש א מחי'
ביזט גערעכט/ פאעזיע
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 439 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 721 מאל
דער אשכול פארמאגט 13 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן