עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז

שליחה דורך קופערניקוס »

דער מין האנושי ציהט צו עקסטרעמיזם. עקסטרעמיזם איז אפיום פאר די מאסן.

עקסטרעם ליבעראל - ביז צו זיך דרייען נאקעט בראש חוצות, פארטיידיגן געמיינהייט און זעהן די "קוק-ווינקל" פון טעראריסטן; און עקסטרעם רעכט - צו באקעמפן די גאנצע וועלט, פארטיידיגן שטיקלעך קאנסטיטוציע כפשוטו פאר סיי וועלכע פרייז, און אריינקריכן אין יענעמס בעט און אסר'ן זיינע געשלעכטליכע געוואוינהייטן.

פראסטע מאסן ציען צו עקסטרעמיזם, צוריקגעשטאנענע מדינות זענען עקסטרעם ליבעראל אדער עקסטרעם קאנסערוואטיוו. צוריקגעשטאנענע מענטשן זענען אויסגעשפראכן אין זייערע גלויבונגען און ווייסן נישט פון קיין חכמות. עס איז פשוטער, פראסטער און לייכטער צו קוקן שווארץ און ווייס, שניידן די וועלט מיט די מעסער פון "הלנו אתה אם לצרנו" האבן א שטייפע, פעסטע און קלארע מיינונג , וכל רוחות שבעולם לא יזיזוהו.

קלוגשאפט, אינטעליגענץ, עקספיריענס און אויפריכטיגקייט ברענגט אסאך צו פראגמאטישקייט און מעסיגקייט, מען קען אנקוקן זאכן פון פארשידענע ריכטונגען, מכבד זיין יענעמס אויטאנאמיע אויף זיין מחשבה און דעה, מודה זיין אין א טעות, שעכטן הייליגע קוען וועמענס קדושה האט זיך שוין געענדיגט, מבטל זיין פארעלטערטע דאגמעס און קריטיקירן אייגענע איינגעווארצלטע טעותים.

ביי אונז - ארטאדאקסן - איז עקסטרעמיזם גאר שטארק, ווייל ווי דאס ווארט ארטאדאקסן צייגט אן זענען מיר נישט קיין דרך חיים בין אדם לקונו, נישט קיין שיטה אין תורה, נאר א רעאקציע צו מאדערנע תנועות אין כלל ישראל. דאס ווארט ארטאדאקס באדייט "נישט רעפארם-מאדערן". ארטאדאקס מכלל דאיכא רעפארם.

אונזער לעבנס-וועג איז א רעאקציע. דעריבער לעבן מיר מיטן אל תטוש, מיטן ערקתא דמסאני, מיטן להוציא מלבם, מיטן התבדלות, מיטן שלש מאות ברכיים אשר לא כרעו לבעל און נאך אזעלכע מיס-רעפרעזענטירטע שטיקלעך וואס איז מחזק אונזער אפגעזונדערקייט, און אונזער זכרון אז מיר זענען אין א שטענדיגע קריג מיט עם ישראל. מיר זענען ארטאדאקסן, נישט חלילה קיין רעפארמער, חרדים נישט חלילה קיין משכילים, חסידים און נישט קיין קאלטע ליטוואקעס, סאטמארער- יהדות החרדית הנאמנה, און נישט חלילה קיין מתחברים לרשעים און פארשטייט זיך 45 און נישט חלילה 13 הופער וכו' וכדומה.

זייענדיג א רעאקציע איז עקסטרעמיזם זיכער א גאר שטארקער פאקטאר, און ווי אונזערע טייערע מלמדים פלעגן אונז זאגן אז איינצובויגן א בוים מוז מען גיין די פארקערטע זאך, און אז אויף אונזערע שמאלע קעפ האט מען ארויפגעשליידערט די גאנצע היסטארישע קאמף פון יעקב קעגן עשיו, פרושים קעגן צדוקים, רבי ז"ל קעגן רב קוק, מוז מען פארשטייט זיך זיין עקסטרעם, א מיינונגס פארשידענהייט, און א להוציא מלבם איז זיכער מער עקסטרעם ווי א שיטה, און אז מיר זענען די שומרי הגחלת מוז אונזער אנטי שיטה זיין קלאר, אש שחורה על גבי אש לבנה.

עקסטרעמיזם האט אונז געפירט ווייט אין דר'ערד, פון ווילדע פראטעסטן, פלצות אחזתנו ותרגז בטני, מחאות און קול קורא'ס, ביז א לעבנס-שטייגער וואס פארמאגט איגנאראנץ, בטלנות, עניות, שווינדל, פארווייטאגטע הייזער פון ארימע מיאוסע פארשוואנגערטער מאמעס און פארפלאגטע פארקוועטשטע טאטעס, שידוכים הודו מיט קוש אן קיין שום שכל, געשוואלענע ביצים פון בחורים וואס האבן נישט קיין השגה מה למעלה מה למטה, אמונות טפילות, שקר און טפשות, (פארשטייט זיך אז מיר האבן גאר אסאך מעלות, ווי חסידות- חסד בין חברותיה, משפחה סטרוקטור, געמיינדע לעבן, און נאך אסאך ווי אויסגעשמועסט אין די אשכול די מעלות פון אונזער סאסייעטי, אבער אז מען קען רעדן שלעכטס, צו וואס זאל מען רעדן גוטס... כ'ווערטל, כ'מיין, יעצט רעד איך פון די חסרונות פון עקסטרעמיזם).

די עקסטרעמיזם פירט אז מען פירט זיך אויף אכזריות'דיג צו די אייגענע וואס רוקן אביסל די גדר, מען ווארפט ארויס די וואס טרייען אויסצושפיאנירן די אנדערע זייט מחיצה. ווי העכער די וואנט, אלס א גרעסערע פאל און קלאפ איז פאר די וואס שפרונגען אריבער די צוים.

עס גייט אויך פארקערט ווי א צויבער-ראד, ווי מער קינדער גייען פארפאלן, אלס מער עקסטרעמיסטיש מוז מען גיין. איי לכאורה, וועט עקסטרעמיזם העלפן?

למשל אז אינטערנעט איז א מגיפה, וועט מען אונז צוריקברענגען צום טעלעגראף תקופה און שיקן שפיאנען קוקן צו די קאמפיוטער איז געפילטערט גענוג צו דורכלאזן בלויז די זמני מנחה מעריב, אדער חלילה מער אפען, איי לכאורה, עקסטרעמיזם וועט נאר ארויסשטופן מער מענטשן וואס וועלן זיך שפירן ענג? אבער כך הוא דרכו של עקסטרעמיזם, אז זי איז א רעאקציע צו זיך זעלבסט.

עקסטרעמיזם האט ליב צו ווייזן "זעהסטו, מען האט מחרים געווען פלוני, און שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט וואספארא שייגעץ ער איז געווען".. שוטה שבעולם, אפשר האסטו אים געשטופט אהין? אפשר האט יענער נישט געמיינט קיין שלעכטס מיטן זיך רוקן א טראפעלע לינקס, און נאר די העפטיגע מערכה און דאס אויסשפייען האט אים געפירט צו די שויס פון די דרויסנדיגע?

ווען מען איז ווען נישט מחרים שפינאזע (כ'מיין לדוגמא בעלמא, לאו דווקא שפיאנזע, געוואלד, ער איז דאך נאך געווען בזמנים האפופים הוד קדומים.. טשעפעסט מיט "פריערדיגע"...) וואלט ער אויסגע'שמד'ט גאנץ אידישן האלאנד? אפשר פארקערט, ער וואלט געבליבן א איד מיט אביסל ווילדע געדאנקען וואס האט מקדים געווען זיין צייט? און פארקערט, ווען א רוח של עקסטרעמיזם פירט ווען אז מען נעמט זיך צו מהר"ץ חיות אזוי ווי מען האט זיך גענומען צו רבי שי"ר, וואלט ער געבליבן א מפרש אין גמרא וואס מען האט "געכאפט" מיט חכמה'לעך? אדער ער וואלט געווארן א משכיל וואס האט "גראדע" געווען א גאון אין ש"ס?

על כל פנים, עקסטרעמיזם לעבט בתוכנו, און א שפאציר אויף בעדפארד עוועניו, צווישן די "יהודי לא ציוני" גראפיטי, די אנגעשריבענע סיינס, די ווילדע צעטלעך, די שבת געשרייען און די הפגנות קעגן א געשעפט וואס נעמט אראפ האר פון אידישע מאמעס (לקיים מה שנאמר בדברי חז"ל בשבח להיות חלק ללא שערות), וועט עס אמבעסטן סימבאליזירן.

אבער עקסטרעמיזם איז נישט דווקא צווישן אונז, עקסטרעמיזם איז א קרענק וואס נעמט ארום די וועלט, די מוסלמענער וועלט פלאקערט מיט עקסטרעמיזם, און עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות בתוכנו, ה' ישמרנו מהם ומהמונם.

אפילו אין מאדערנערע קרייזן זעהט זיך אן עקסטרעמיזם, מאדערן ארטאדאקסיע און קאנסערוואטיזם, נאו-ארטאדאקסיע אדער לינקע-מזרחי האבן א גרויסע פראבלעם, ווייל מען מוז לעבן מיט סתירות און באלאנסירן, מען מוז גלייבן אין תורה אבער נישט נהרג ווערן על קוצו של יוד, מען מוז ליב האבן דאס לאנד, אבער נישט אויפן חשבון פון מאכן וועלט מלחמות און פייניגן אראבישע שכנים, מען דארף ליב האבן תורה, אבער מען דארף אויך קענען צומאכן די גמרא און פירן א לעבן. די עקסטרעמיזם בוזשעוועט ביי די מאדערנע אין גרויסן, אדער איז מען בועט אין תורה און מען ווערט פריי, אדער טוט מען זיך אן שווארצע בגדים און מען ווערט היימיש איבערלאזנדיג רבי שמשון רפאל הירש-רבי יוסף בער סאלאווייטשיג אן קיין נאכפאלגער. אדער איז מען בועט אין די מדינה מען ווערט לינק, אדער פארקערט מען טוט זיך אן א ריזן געשטריקט נ-נח קאפל, מען זעצט זיך על ראש גבעה, מען רייסט אויס אפאר זיתים ביימער פון ארימע אראבישע שכנים און מען איז מרחיב שלימות הארץ.

ביי אונז האט זיך לעצטנס אפגעשפילט אסאך שטארקע דוגמאות פון עקסטרעמיזם, אסאך פון זיי איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל, אבער איך וויל זיך באציען צו:
א) כינוס כלל ישראל
ב) די מערכה פון ליטווישע סיקריקים בראשות רבי שמואל אויערבאך קעגן די אנגענומענע אויטאריטעט פון רבי אהרן לייב שטיינמאן
ג) די מערכה פון וויזניץ מאנסי רבי קעגן סיום הש"ס, ווייל זיין קרוב משפחה הרב ישראל מאיר לאו וועט דארטן זאגן א רעדע.

איך קען נישט יעצט שרייבן ווייטער, אנדערע חיובים אין לעבן, בתוכם א גוטן דרימל, פאדערן זייער צייט, ועוד חזון למועד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קופערניקוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר