א כהן, א באנדיט.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

א כהן, א באנדיט.

שליחה דורך פעדער »

דענק איך א געשיכטע. פאסירט האט עס אין איינע פון די קליינטשיגע ארימע דערפעלעך, ווי א רעכטע לייטישע דראשקע איז געווען א יקר המציאות.
דארט אין א קליינע פארכמורעטע אפגעסמאליעטער, כאטקע. - ווי די ווענטאלאך צוזאמגעשטעלט פון שמאלע אלטע לייסטלעך באהאפטן איינע צו די אנדערע מיט אביסל ציקער וואסער, - זענען געשטאנען האלב איינגעפאלענע, און זיך געוויגט מיט יעדע'ס לייכטער ווינטל, ארויסלאזענדיג דערביי שטילע קרעכצן,
פאר א צוקוקנדער, וואלט זיך געדוכט, ווי דער גאנצער ווענטל וועט זיך יעדע וויילע אויסציעהן, צו איר לעצטער רוה, און די אינעווייניגסטן טייל פון די הייזקע וועט בלייבן אנטבלויזט צו א נאקעטער הימל. אויסגעשטעלט צו א שפע רב פון די שלאקסן רעגן וואס האבן צייטנווייז אהן ווארענונג זיל אראפגעלאזט און אדורכגענעצט די שטאט מיט אלעס וואס אין איר.
ווירקליך אבער, איז אין דער שטעטל, א צוקוקנדער פארבייגייער, ווייניג וואס פאריבער.
ווארום מערסטענסטייל פון די היזיגע איינוואוינער האבן געוואוינט אין אלטע פארלאטעטע ביידאלאך. צוזאמגעקלאפט פון אפאר הוילע פוילע קלעצער. און עס זענען געווען מעשים בכל לילה, אז א כאטקע זאל אינמיטן נאכט זיך אויפהייבן בדחילו ורחימו, און אהן ווינטשן עפעס וואס, איז עס ווי עס שטייט און גייט פארשווינדן געווארן אין דעם שווארצן האריזאנט. איבערלאזנדיג די אומשילדיגע. אונטערן שיץ פונעם אלמעכטיגן גאט . און צו די רחמנות פון די בייזע געדיכטע שווארצע וואלקענעס.
דערפאר איז דאס אינגאנצן קיין חידוש נישט געווען . אז אונזער הייזקע איבערגעדעקט מיט א שטרויענעם דעכל .האט אויסגעזעהן ווי עס גייט יעדע וויילע זיך צוזאמלייגן, צו אלע גוטע יאר.
אין איר, אויף א אפגעהויבלטן בענקל וואס איז אגב געווען דאס איינציגסטע שטיקל מעבל אין הויז.
איז געזיצן א איינגעהויקערטע אידל, און מיט א צובראכן הארץ טראכט ער צו זיך.
וואס האב איך צו זיצן אין דעם פארקוועטשן דערפל, אפלעבן מיינע יארן איינזאם און ארים.
ניטאמאהל הערט איינער פון מיר. אך ! ווי אנדערש וואלט געוועהן ווען עס זאל נאר איינער כאטש איינזעהן אין די גאלדענע טאלאנטן וואס איך פארמאג. אה ! וואס פאר א רוהם און עהרע וואלט עס מיר געבראכט .
אפשר איז שוין טאקע געקומען די צייט אז איך זאל מיך ערגעצוואו צום טייוול, אוועקציעהן. און לאזן די דערפישע גליקן צו אלדאס בייזע גיטע יאר.
און דאן, האט אויפגעבליצט א געדאנק אין זיין מח. א בריליאנטענעם איינפאל, וואס וועט זיכער ברענגן די גיטע גליקן אויף וואס ער האפט אזוי ארויס .
געטראכט און געטוהן . ער שפאנט איין זיים האלב אפגעשטאבענעם פערדל און מיט אכזריות האט ער מיט'ן גאנצן קראפט גענימען שמייסן דעם פערדל נעבעך. ביז בלוט.
דאס אומגליקליך פערדל האט געיאמערט און געהירזשעט. אבער ער איז אינגאנצן געווען פארטוהן אין די זיסע פאנטאזיעס איבערן ליכטיגן צוקונפט. אז ער האט בכלל נישט אינאכט גענימען אז ער שמייסט זיין אויסגעמאגערט פערדעלע 60 מאל פער שטונדע.
און זיינע פאנטאזיעס, האט ער זיך בשעת מעשה געזעהן קלאפן אויפן באלעמער -, אין גרויסן קלויז, אלס'ן רייכן ראש הקהל מיטן רינדעכיגן בייכל . - יעדן מאל מיט אן אנדער פארארדענונג . תקנה. אדער פארלאנג.
פארשטענדליך אז ווי נאר ער האט אפגערייזט פון שטאט האט זיין פערדל אויסגעשטרעקט די פיסלאך, און איינגענימען א אייביגע שווייגעניש.
דער אידל האט הערשט דאמאלטס באנימען ווי רשעות'דיג ער איז זיך באגאנגען צו זיין געטרייען פערדל. און ווי סאדיסטיש ער האט איר געשמיצט און געריטעוועט, אהן קיין אפשטעל, בלויז וויבאלד איהם האט זיך געדוכטעט אז די עולם אים קלויז האט נישט גלייך געהערט די הילכיגע קלאפעריי זיינעם, און נישט באלד שטיל געבליבן .אדער אפשר האבן זיינע פויסטן צו איידל באהאנדלט דעם באלעמער און מעגליך אז ער האט גאר געקלאפט אויף אפאר ווייכע קישענעס. דערפאר האט מען אים נישט באלד געהארכט
מיט טרערן האט ער געגלעט דעם פערדל'ס שוואנץ, און מיט א קורצן הספד זיך מיט איר שווערליך געזעגנט .
אויף די פיס האט ער פארגעזעצט דעם וועג איבערלאזנדיג דעם פערדעלעס קערפער אין א קליין שמוציג טייכל פון רעגן וואסער.
אזוי גייענדיג אפאר טאג איז ער אנגעקומען צו א שטעטל ווי ער האט זיך תיכף ומיד אנגעגעבן אלס א רויטער כהן. מדורי דורות. נישט פארגעסענדיג דערביי, שטרענג אנצוזאגן אז ער וועט בשום אין פנים ואופן אויפגעבן אויף זיינע רעכטן וואס קומט זיך איהם אלס כהן.
אזוי האט ער זייענדיג די איינציגסטע כהן אין שטאט גענאסן פון אלע געשמאקע כיבודים וואס ווערט פארן כהן געשאנקן . אנגעפאנגען פון באקומען אן עליה יעדן שני וחמישי, און געענדיגט ביים האבן די כיבוד פון זיין די ערשטע זיך אויסצוקעמען די האר מיט די קעמל לעבן די מקווה טיר, וואס איז אגב געווען די איינציגסטע וואס די שטאט האט פארמאגט.
און אזוי איז אדורכגעגאנגען אפאר יאר און דער אויפגעבאקענער כהן האט זיך יעדן מאנטאג און דארנעשטאג געגארגלט מיט זיין שווארצע קאווע שטימע, "ברכו את ה' המבורך" . ! "ברוך ד' המבורך לעולם ועד" האט דער עולם נאכגעפאלגט ווי א קאצן קאפעליע. אההה......כככ...... האט ער זיך אייביג צושליקעצט און צוהיקעצט... וועלנדיג דערביי אויסניצן די געשמאקע מינוטן און אויסציען ווי לענגער מעגליך
ביז דער רב האט זיך אויסגעדרייט און אים געוואונקען ער זאל ווייטער פארזעצן ...
דאן האבן זיינע 2 אויגן אויפגעלויכט ווי 2 לבנה'ס און מיט א גריצל האט ער אויפסניי פארגעזעצט מיט די ברכה.
אלעס האט געשיינט צו פארן אויף גוטע רעלסן .. ביז יענעם שווארצן דינסטאג.
ווען א איינוואוינער פון זיין פריערדיגן שטעטל האט זיך פארוואגלט זיין זעקל ביינער אין אטא דעם שטעטל.
און והנה.... זעהט ער נישט מער און נישט ווייניגער נאר ווי דער בלעכענער ישראל גייט צו מיט א אויסגעפאטשטן פרצוף אין מיט א קאלטקייט הויבט אהן קרייען זיין געווענליכן "ברכו" דער איד האט עס נישט אויסגעהאלטן ...!
און ווי א ספרונזשינע איז ער ארויסגעפלויגן פון זיין זיץ. און גענימען ליארעמען מיט אומבאנומענע קולות
"די באנדיט איינער! די ליגענער ! די אומפארשעמטער בלאפער ! די ביסט קיינמאל לעבן קיין כהן געשטאנען !
הויבט איהם אויף. און ווארפט איהם ארויס פון דא! האט ער ווייטער געבונטעוועט..
אונזער אזויגערופענער כהן, וואס צו אלע צרות האט ער נאך אויך געהאט א בארד ווי השכיבנו אבינו. - איז געווארן רויט און אנגעבלאזן ווי א געצייטיגטע פאמפקין ! פון זיינע נאז לעכער האט געבלאזן א ווילדע מזרח ווינט... און זיינע ווילד צושטרויבלטע פאות האבן זיך געהויבן אין א קורצע קאדאטשקע.
דער רב האט גלייך שטיל געמאכט און באפוילן זיינע גבאים מען זאל גלייך בינדן דעם ריזיגן כהן און דיקע שטריק און אים אריינווארפן אין קארצער, וואו קהל וועט שפעטער איהם שוין נעמען אויף א שטרענגע פארהער און זעהן אויב די באשולדיגונגען האבן עטוואס האפט....
עס האט נישט געהאלפן זיינע קאמאנדעוועס און ווילדע שטיקעס .
7 חברה קדישא לייט האבן אים אנגעכאפט און מיט זייערע דיקע פויסטן, האבן זיי אים אהן קיין שוועריקייטן אריינגעשטופט אינעם ד' על ד' קעמערל וואס איז ספעציעל געווען געמאכט, פאר אזוינע פעלער.
שפעטער אין טאג האט זיך קהל צוזאמגעזעצט אויף וויכטיגע אסיפה, ווי מען האט דן געווען בכובד ראש וואס מען האט צוטוהן מיט דעם נידריגן אויסווארף, וואס האט וואך איין וואך אויס באקומען די ערשטע די עפל שטרודל, ביי שלש סעודות.
מען האט אפיר געבראכט דעם כהן געבינדן שבע פעמים שבע, און דיקע שטריק. און נאכן פארליינען זיינע מיראנדא רעכטן האט מען אים פארגעליינט זיין פסק דין, ווי פאלגענד .
נאכן דן זיין די פארלאפנס. מכל הצדדים. זענען מיר געקומען צום מסקנא אז נכון הדברים.
די ווערסט באשילדיגט און זיך פאלש אנטראגן אלס כהן ביי אונז אין קהילה. און אזוי ארום באקומען צענדליגע אומבארעכטיגטע עליות. און דער עיקר די שטרודל וואס האבן זיך שוין געקייעט ציווישן דיינע גומען, בעת אונז האבן נאך געהונגערט . דערפאר קומט זיך דיר ניין און דרייסיג שמוץ אויף'ן קערפער מיט א בליטעדיגע פאסיק. און עס וועט שטרענג און שטייטליך אפגעציילט ווערן, בשעת מעשה. דורכן שמש פון אונזער קהילה.
אומר ועושה. מען האט געבראכט א לאנגע הארטע לעדערנע קאנטשיק .
מען האט דעם אידל אויסגעשפרייט אויף א שיעור טישל.
און תנחום דער קצב האט מיט זיין גרויסע מאסיווע קערפער זיך ארויפגעזעצט אויף אים. ביי דער פיס, און איינגעקלאמערט זיינע פאר דיקע קורצע פיס, ארום דעם כהנ'ס קערפער און דער טיש - מיט אזא קראפט - אז אפילו א מחנה פון צען טויזנט, מלכה באמבע בינען, האבן אים נישט געקענט רירן פון ארט.
"איינס צוויי דריי" האט די שמש'ס שטימע אפגעהילכט אינעם קהל'ס שטיבל.
די ברייטע קאנטשיק האט אהן רחמנות גענימען ריפעווען דעם אידל'ס קערפער, אז פונקען האבן געשפריצט דערפון... און דער שמש האט געברויכט איבערשרייען די דונערדיגע געבראטענע מכות, כדי אז דער פראקער, זאל זיך חלילה נישט פארמישן און גאט באהיט חס ושלום פארפעלן א שמיץ.
און אזוי האט מען געבראקעוועט און געפריקעוועט אז ס'איז געגאנגען א רויעך ...
דער אידל איז נעבעך געלעגן אויף די מזבח דארט, און געכארכלט ווי א אקס פאר די שחיטה.
און זיינע געדאנקען זענען אויפגעלאפן פאר אים אלטע זכרונות, ווי ער האט זיך דערמאנט אן ענליכע פאסירונג צו די איצטיגע, דעמאלטס ווען ער האט געשמיסן זיין אויסגעדארטן פערדל מיט א בארבאריזם און אים עווענטועל אריינגעפלאטשקעט אין א שמוציגע פאדל וואסער, זעהט אויס אז דאס באצאלט איהם יעצט דער אויבישטער צוריק. שוין זאל איך עס כאטש אננעמען באהבה...טראכט דער אידל צוזיך...
אפשר גאר איז דער פערדל מגולגל אדער אין דעם קאנטשיק.
אדער גאר מעגליך אין דעם גראבן תנחום?! "אה".... קרעכצעט ער מיט ווייטאג. "וואס האט ער אזוי געגעסן אז ער זאל אזוי וועגן? .....
זיבן און דרייסיג,! אכט און דרייסיג,! ניין און דרייסיג,! ציילט דער שמש מיט א ברען . און דער אידל פאנגט שוין אהן לייכטער צו קרעכטשן און ברעטשענען....
ברוך השם מען האלט שוין דא.....
פלוצלינג הערט ער מיט שרעק ווי דער שמש ציילט ווייטער....!
"פערציג,! "איין און פערציג"!
וואס גייט דא פאר? פרעגט ער מיט א געשריי. פארוואס ציילט מען ווייטער ? מען האט געפסקנ'ט אויף ניין און דרייסיג"? נישט אזוי?
"יא מיין קינד"! ענטפערט דער אונגארישער גרייז גרויער רב - אין א אונגארישן אקצענט. "די ביסט טייער גערעכט ! אבער וואס איז מיט דער במקום לעיווי'ס וואס די האסט עולה געווען"? מיינסטו אז דאס וועלן מיר דיך אזוי שנעל פארציכטן?!

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר