לעמאן דזשוס אונזער שפיגל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

לעמאן דזשוס אונזער שפיגל!

הודעהדורך משה געציל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:19 pm

אין א ווינטער נאכט,
דער עולם פארקראכט,
דער זארגלאזער אמאל טוט בענקן,
צוריק צו בעפאר די סומאטאכע קרענקן.

איינער מיט קולות טוט שרייען,
איך וויל מיין טאטן צוריק טוט ער וויינען,
איפכא מסתברא א צווייטער זאגט,
מחה תמחה! זיצן פאר אייביג פארפלאגט,

א צעריסענע בענקשאפט טוט נאגן,
צוזאמען, צוריק צום אלטן דאס הארץ טוט קלאגן,
דאס פאסט קעסטל מיין טרייסט געבליבן דו ביסט,
ווייל אין שטיבל אלעס ארום די סומאטאכע לעהר און פיסט,

ווי דאס הינער איי פרישע געבוירן טעגליך,
נייע ניקס און ניקס יעדע מינוט ווען נאר מעגליך,
יעדער דעם סומאטאכע דעבאטירן,
דעם צווייטן משכנע זיין פראבירן.

יאסעלע שרייט, איך בין שוין הייזעריג,
איחוד אויף אים זאגט, דו ביסט שמייליג,
ער ענטפערט צוריק, איך בין הייליג,
א קינות גירושין צום שטיבל ער שרייבט צייטווייליג,

ווי א בלעטעלע פון בוים אראפגעפליקט,
א פרישע ניק זיך אריינגעריקט,
אויסגעקוועטשע לעמאן ער טוט זיך אינדענטפעצירן,
אבער ס׳איז נאר די פאלטשע, נישט וועם מ׳האט געטוהן ארעסטירן,

מיט איינגעהאלטקיינט און געלאסנקייט זיינע ווערטער ערקלערן,
צוביסלעך מיר באמערקן, א בריליאנט זיך געטוהן אריינקערן,
א בריליאנט פונעם סומאטאכע אריינבאקומען,
וואס שיינט מיט איידלקייט אן קיינע געטומלען,

ואיני יכול לנגוע בך! נישט קיין געכאפטע הייסע קיגל,
לעמאן מיין בלעטעל, דו ביסט אונזער שפיגל,
שרייב און שרייב און לעהז שטיקלעך,
מיט דיין וואונדערבארע ווערק מאך אונז גליקלעך!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2647 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:27 pm

משה געציל האט געשריבן:ווי א בלעטעלע פון בוים אראפגעפליקט,
א פרישע ניק זיך אריינגעריקט,
אויסגעקוועטשע לעמאן ער טוט זיך אינדענטפעצירן,
אבער ס׳איז נאר די פאלטשע, נישט וועם מ׳האט געטוהן ארעסטירן,

מיט איינגעהאלטקיינט און געלאסנקייט זיינע ווערטער ערקלערן,
צוביסלעך מיר באמערקן, א בריליאנט זיך געטוהן אריינקערן,
א בריליאנט פונעם סומאטאכע אריינבאקומען,
וואס שיינט מיט איידלקייט אן קיינע געטומלען,

ואיני יכול לנגוע בך! נישט קיין געכאפטע הייסע קיגל,
לעמאן מיין בלעטעל, דו ביסט אונזער שפיגל,
שרייב און שרייב און לעהז שטיקלעך,
מיט דיין וואונדערבארע ווערק מאך אונז גליקלעך!



הערליך, הערליך שיין :like :like :like :like :like :like :like :like :like


:mrgreen: און מים אחרונים פאר הערשל קלאר (קרעדיט: ידידנובענדזשאמין פרענקלין)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קופערניקוס אום מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1366
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2942 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3947 מאל

הודעהדורך לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:14 pm

משה געציל, א הערליכע ווערטער שפיל, גענומען די פאעזיע נעמען וואס דרך אגב, דער עולם קען אויף אויסנווייניג, און געשפינט א הערליכן שטיקל שמך נאה לשמך ואתה נאה לשמך!!!

ביזט נישט קיין געהעריגע מענטש! דו ביזט הייליג, און יגיע כפיך כי תאכל, ואיני יכול לנגוע אינעם פארמעסט בלי בך, נאר ׳צוזאמען׳
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:33 am
האט שוין געלייקט: 445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:03 am

ס'וויל זיך ענטפערן מיט א פאעם, צו אונזער סומאטאכע
אבער וואס זאל איך טוהן אז איך טויג נישט, כ'קעניש
איין זאך ווייס איך, אז דא קומט אן אתנחתא
כ'טויג אויף כפרות, כ'גיי מיר צוריק אין בעסמעדריש.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6837 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 12:59 am

פריער האביך געטרינקן טיי מיט לעמאן, ס'געווען אזוי גוט יאממממממממממממ.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט

cron