סייענס וואס שטייט אין די תורה

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

סייענס וואס שטייט אין די תורה

שליחה דורך מאיר »

לאמיר אנפאנגען מיט Evolution

Evolution האט אינזיך אסאך חלקים, געוויסע זאכען האט 100% 'באווייזען', ממילא איז עס אמת. געוויסע חלקים איז נאר א theory וואס מיינט נישט קיין אסאך לענ"ד. (איר ווייסט ווי סאך א מעדיצין דארף דורך גיין פין ווען עס איז א theory ביז עס וועט approved דורך עקספערימענטען אויף מענשטען אדער לכה"פ בעלי חיים?).

1) למשל, Mr. Hobal האט געזען אז די וועלט (universe) צישפרייט זיך – ווערט גרעסער, ממילא האלט מען היינט אז אמאל איז די גאנצע וועלט געווען איין קליינע זאך, כמעט גארנישט, אין דאס האט זיך צשפרייט אין איז געווארען ספעס, אין פין דע 'כמעט גארנישט' איז אלעס ארויסגעקימען. דאס ריפט זיך evolution/inflation /big bang

דע זאך שטייט שוין לאנג לאנג צוריק אין חז"ל (מאבן שתיה נברא העולם) אין עס איז ארימגערעדט באריכות אין ראשונים ומקובלים פ' בראשית, אז די ערשטע בריאה מהשי"ת איז געווען א קליינע פיצעלע זאך כמעט שאין בו ממש (רמב"ן) שנברא ברגע אחת (רבינו בחיי) אין פין דעם איז אלעס ארויסגעקימען.

אויך די חכמת יונית האט אזוי געהאלטען אז די גאנצע וועלט קימט ארויס פין איין קליינע זאך (נאר זיי האבען געהאלטען אז די קליינע זאך איז אייביג געווען – עולם קדמון. אין היינט מיט די טעאריע פין evolution האלט מען היינט אויך ווי אינז, אז די קליינע זאך איז אמאל נישט געווען, נאר אמאל איז געווען גארנישט - אין).

2) די וועג וויאזוי די בריאה איז ארויסגעקימען שטייט אין די ראשונים אין איז משמע פין די פסוקים פ' בראשית, אז קודם איז ארויסגעקימען די דינערע זאכען (פין אש איז געווארען רוח פין רוח איז געווארען מים פין מים איז געווארען עפר, פין עפר איז געווארען חיות בהמות, אין צים לעצט א מענטש). דאס שטימט אויך מיט Evolution אז קודם איז געווען דינע gases אין דורך גרעוועטי איז אלס געווארען דיקער אין דיקער (עי' בישמח משה פ' בראשית, דאחר הבריאה ראשונה ביום הראשון שבו כלול כל המציאות של העולם כנ"ל - הקב"ה רק "עזר" שהבריאה יוצא להפועל [עפ"י כוחות הטבע שניתן בה ביום הראשון]).

3) דאס אז אמאל איז געוען ריזיגע חיות איז אויך אמת – עס איז דא 100% proof אויף דעם. דאס ווערט שויך אויך דערמאנט אין חז"ל 'קרני ראם' אין אז דוד האט געמיינט ער זיצט אויף א בארג ביז דערווייל אזי דאס געווען א חיה.

4) נישט אלע טעאריעס שטימט מיט די תורה, ווי למשל דאס אז א מענטש קימט פין א מאנקי (אין אלס מאמין בתורה נעם איך אן וואס שטייט אין תורה. בפרט עס איז נישט דא קיין proof אז מענשט קימט פין א מאנקי, עס איז נאר א טעאריע).

5) דאס אז מ'זעט אויף די ביינער עס איז אלט מיליאנען יארען, איז דא אסאך תירוצים. אבער בעיקר איז עס נישט קיין קשיא ווייל ווי פריער דערמאנט, אזאך וואס איז געבויט מיט חשבונות (נישט מיט עקספערימענטען) טוישט זיך זייער שנעל. מ'דארף אריינלייגען די אלע מיליאנען יארען מיט אלע מציאות,ן וואס איז אלס דורך (וויאזוי די ליפט איז געווען ווי אזוי די וואסער איז געווען וכדומה) אין א לעברעטארי צי האבען שטארקע באווייזען. ביז דעלמאץ איז עס אזוי ווי א מעדעצין וואס איז נאך נישט געווארען געטעסטעט.

6) דאס "קאנצעפט" אז בהמות מענשטען וכדומה טוישען זיך מיט די צייט, איז מסתמא אמת, עס איז דא שטאקע ראיות אויף דעם (פארשטייט זיך נישט מיט אלע פרטים), איך מיין עס ווערט אויך דערמאנט אין מדרש געוויסע חיות ובהמות וואס האבען אנדערש אויסגעזעהן.

לאמיר הערן די מיינוג פין די חשובע קאלעגען...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום מאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר