וואו בין איך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וואו בין איך?

הודעהדורך משה געציל » זונטאג מערץ 10, 2013 12:16 am

ווער איך בין ווייס איך דאך שוין. איך בין "משה געציל". מיין טאגטעגליכע נאמען וואס טוט אינדענטעפעצירן מיין זעקל געביין אין דערהיים, ביהמ"ד, ארבעט, וכדומה, איז נאר מיין ניק, ווי דא ערקלערט.

יעצט שטעלט זיך די פראגע; וואו בין איך? וואס הייסט וואו דו ביסט?! ביסט דאך ביים קיבארד און דו קלאפסט אפאר ווערטער מיט דיינע פינגער!
פיין און וואויל, אבער היות מיין גוף ווערט דאך אינטענדעפעצירט מיט א צווייטע נאמען, און יענע נאמען און וואס עס ליגט אונטער דעם, דהיינו מיינע שטעלונגען אין ביהמ"ד וכו', בעל בעטעוועט דאך אויף מיין גוף. דער צענזורטע נאמען מיינער איז דער וואס איז שולט אויף מיין גוף. קומט דאך אויס אז איך "משה געציל" בין אינגאנצען נישט דארט. נא אויב אזוי וואו בין איך יא? אין מקוה גייט מיין ניק, קאווע אין ביהמ"ד טרינקט מיין ניק, דעות מיטן פיסק רעדט מיין ניק, טאנא מיט הערינג ביי של"ס עסט ווייטער מיין ניק, און פאל פון נויט זאגט ער אויך זכותו יגן עלינו נאכן הערן א רעבישע סיפור. איז וואו איז דא א פלאץ ווי איך קען נעמען מיין פינגער און טייטלען מיט א קלארקייט; אט א דא איז משה געציל!

איז דא א מקום וואס ווערט אנגערופען ווירטאל? אויב יא, פארנעם איך דארט א ארט? וואו בין איך דארט, צווישן קאווע שטיבל'ס זייטל און מיין קאמפיאטער?!
איז דא א מושג פון למעלה מן המקום ביי א בעל חי'? בין איך א רואה ואינו נראה? א שטיק לופט? א ברעקל אונטער מיינע לאבעס? א קערל אין גארטן? א אין מיש?

איך געדענק אלט'ס קינד האב איך מיר אמאל גע'חלומ'ט, ווי איך פלי דורך בערג און טאלן, טייכן און וועלדער, אן קיין שום שווערעקייטן. איך האב געשפירט ווי איך בין א שטיק לופט און איך ווער געטריבן און געפירט פון דעם ווינט. איך בין אויפגעשטאנען צופרי אביסל צומישט און דעשראקן, מיין מאמע האט מיר געפרעגט וואס עס גייט פאר? האב איך איר געזאגט וואס עס האט זיך מיר גע'חלומ'ט. האט זי מיר געזאגט אז איך זאל נישט מורא האבן, אלעס איז פיסטע חלומות. יעצט יארן שפעטער טראכט איך אפשר, אז דער בעל החלומות האט מיר גאר געוואלט מגלה זיין אז איך געפון זיך טאקע נישט אין ערגעץ!

שוין, מיין ניק וויל שוין עסן קאטשעניא מיט פענעץ פאר מלוה מלכה, ממילא מיזן זיינע פינגערס מיט גיין מיט אים. איין זאך איז אבער קלאר; איך בין גוט צומישט און איך קען מיך נישט טרעפן. אויב איינער קען מיך ארויסנעמען פונעם פלאנטער און מיר אנצייגן וואו איך געפין זיך, וואו איך פארנעם א פלאץ, זאל זיין אזוי גוט און אויסקלארן די זאך!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2647 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מערץ 10, 2013 12:21 am

און וואו דיין "איך" איז פלאצירט אין דיין גוף ווייסטו שוין יא?
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3587 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג מערץ 10, 2013 12:24 am

ניין, דאס איז אויך א חלק פונעם צומישענעיש. אין די פליישיגע גוף זיכער נישט ווייל מיין ניק האט דאך קאנטראל דערויף.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2647 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מערץ 10, 2013 12:32 am

דו קענסט נישט אינגאנצן דיסקרעדיטירן דיין גוף און דיין ניק וואס קאנטראלירט עס, ווייל דיין אמת'ער פערזענליכקייט ווערט דאך בעיקר אויסגעדרוקט בכתב, געשריבן דורך קלאפנדע פינגערלעך וועלכע זענען קאנטראלירט דורך דיין ניק!
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3587 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג מערץ 10, 2013 2:35 am

איך הער, האלט איך יעצט ביי אפאר פינגערס וואס (בשעת זיי זענען ביים קיבארד) קען איך מיך אינדענטעפעצירן מיט זיי.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2647 מאל

הודעהדורך טעפל » זונטאג מערץ 10, 2013 4:08 am

משה געצל, האסט נישט געפילט פאר די האסט דיך אויפגעוועקט וואו די פליסט אראפ אלע בערג און טאלען און אריינגעשליידערט און בעט און זיך אויפגעוועקט צום ריאלטי??
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט