יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג מערץ 05, 2013 6:53 pm

שעפטל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:וכבר גילה לנו משה געציל רז זה, אז די עכטע איז די פון שטיבל

ולא זכיתי להבין

אט דא האט חכם דנן משה געציל במתק שפתיו ערקלערט אז די עכטע איז די פון קאווע שטיבל, די פון ס'מעדרעש איז גאר די ניק
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג מערץ 05, 2013 6:54 pm

יאסעלע נישט געוואלט שרייבן ביז יעצט איבער די נושא, אזוי ווי אבער דו האסט געשריבן אז דו ביסט פון די משפחה, וויל איך דיר פרעגן: פארוואס מאכט נישט די משפחה שלום? פארוואס שלאגט זיך די משפחה נאך אזא ביטערע טראגעדיע?
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1504 מאל

הודעהדורך boxcover » דינסטאג מערץ 05, 2013 6:58 pm

יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:יעדער דא אלע חכמים און נבונים זענען ביזי אז די רבנים זאלן שלום מאכן צווישן זיך און דעמאלטס וועט שוין נישט זיין קיין טראגעדיעס.
אבער תוך כדי דיבור רייסט מען זיך ארום דא ביי די קעפ איינער מיטן אנדערן אז עס איז א שרעק.

Wikipedia
ב.ד.וו. איך האב אן א העלמעט.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

הודעהדורך יאסעלע וואסער טרעגער » דינסטאג מערץ 05, 2013 7:15 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:יאסעלע נישט געוואלט שרייבן ביז יעצט איבער די נושא, אזוי ווי אבער דו האסט געשריבן אז דו ביסט פון די משפחה, וויל איך דיר פרעגן: פארוואס מאכט נישט די משפחה שלום? פארוואס שלאגט זיך די משפחה נאך אזא ביטערע טראגעדיע?

איך האב די זעלבע שאלה...
יאסעלע וואסער טרעגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך gehlungen » דינסטאג מערץ 05, 2013 7:17 pm

בעל הבית האט געשריבן:ך » דינסטאג מערץ 05, 2013 4:09 pm קופערניקוס די ביסט זייער ווילד די נעמסט דוך צו שטארק אן פאר דעם פאטריקאע גוי . ביסטו אפשר א משפחה זיינע ?

Do you realize that you are changing the subject from the nik title !
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » דינסטאג מערץ 05, 2013 7:17 pm

א הערליכע ארטיקל פון "אידיש מיט אן אלף":

March 5, 2013, 3:56pm
צער און שטאלץ, אין א טרויעריגער צייט

פֿון פייוויש בן-גוריון

א טיפער וואלקן פון צער האט זיך אויסגעשפרייט איבער דער חסידישער געמיינדע אין ניו-יארק הערנדיג די ביטערע בשורה איבער דעם אומקום פון נחמן און רייזל גלויבער, עליהם השלום, אין א שוידערליכן עקסידענט. דער ווייטאג און טרויער האט דערגרייכט א העכסטן קלימאקס ווען דאס פריש געבוירענע עופעלע וואס האט געזאלט זיין די נסימדיגע המשכה פון דער משפחה איז אויך ליידער נפטר געווארן.

עס קענען געמאכט ווערן א סך אבזערוואציעס אין דער צייט פון אזא טראגעדיע. פון טעאלאגישע און אנטראפאלאגישע שטאנדפונקטן איז וויכטיג און אינטערעסאנט צו אנאליזירן וויאזוי אזא טיף-רעליגיעזע געמיינדע נעמט אויף אזעלכע טראגישע בשורות, און די ראלע וואס עס שפילט די אומבויגזאמע באציאונג מיט גאט אין ראציאנאליזירן די ברענעדיגע פראגעס.

עס איז אבער וויכטיגער צו קוקן אויף דעם מענטשליכן עלעמענט; אויף דעם קאלעקטיוון געפיל פון ווייטאג און טרויער וואס האט איינגענומען אלע חסידישע אידן. דאס האט זיך אפגעשפיגלט אין דעם ברייטן און טיפן געיאמער וואס האט אפגעהילכט אין אלע שולן און קאפע-הייזער, וועמענס ווידער-קול האט זיך אפגערופן אין חרדישע צענטערן פון אלע עקן פון דער וועלט. חסידישע פנימער זענען איצט איינגעפאלן, פארטרויערט, רוקנס איינגעבויגענע איבער צעריסענע הערצער.

די לויה איז נישט פארגעקומען אין א ראמאנטיש מילד-באלאכטענעם טשאפל, נאר טויזנטער האבן וואקלדיג באגלייט די ארונות אויף די ווייסע טראפיק-שטרייפן פון א וויליאמסבורגער געסל. מ’האט נישט געזען מענטשן זיך האלזן, פאלן אויף איינעם דעם צווייטנס פלייצעס לויט די געזעלשאפטליכע מאניערן, אבער מ’האט געזען די רויע, הארץ-טרייסלענדע געפילן וועלכע האבן זיך געגאסן אויף די גאסן בלויז שעהן נאך דער טראגעדיע. מ’האט נישט געזען קיין עלעגאנט-באקליידעטע מענטשן ארום אן אויסגעפיצטן ארון, נאר פשוט’ע מענטשן, פארבראכן און פארצווייפלט, ארום א פשוט’ן הילצערנעם ארון. מ’האט נישט געהערט קיין פאסיגע לידער און הימנעס, אבער מ’האט געהערט די הויכע כליפען פון עטליכע דורות דערוואקסענע מענטשן וועלכע האבן עניוותדיג מקבל געווען אויף זיך גאטס רצון.

מ’האט אין די טעג נישט געקענט לעבן ווי א חסידישער איד אן פארכאפט ווערן אין דעם טרויער-שטורם. די חושים זענען באשיימפערליך פארטייבט געווארן, און דער מח, א צעחושטער, האט נישט געקענט גראד טראכטן אין אזא געדוכטעניש פון דערביטערונג. עס איז נישט מעגליך געווען צו פארמיידן די אבילות – די איידעלע און באחנטע פנימער פון נחמן און רייזל האבן געשוועבט פארנט פון די אויגן און האבן איינגעמאנט צו טרויערן מיט יעדן.

ווי דערשעפנד עס איז געווען איבערצולעבן אט די פינסטערע טעג, טוען אבער אזעלכע איבערלעבענישן פארשטארקן די שעצונג צו אזא סאלידאריטעט, אזא עמפאטיע וואס צעגיסט זיך אין אלע אברים, און ברענגט ארויס טרערן ביי די פארהארטעוועטסטע הערצער. ווער וואלט דען נישט געוויינט ביי א קינדס לויה? וועלכער חסיד וועט דען נישט וויינען ווען א מיטגליד פון דער גרויסער חסידישער פאמיליע איז אזוי טראגיש פארשניטן געווארן.

ווען די מידיא הענגט אונזערע שמוציגע וועש אין דער עפנטליכקייט ווערט אמאל דאס חסידיש היטל ענג אויפן קאפ. אין ארבעט, אין דער פרעמד, איז שווער צו פארטיידיגן די סטעריאטיפן מיט וועלכע מ’באטראכט אונז. אבער אזא מאניפעסטאציע פון מיטגעפיל מאכט אונז ווידער באקוועם מיט אונזערע בגדים. ס’איז א שטאלץ צו קענען זאגן אז מיר זענען א טייל פון אזא הארציגער, מיטפילנדער געמיינדע. מיר געהערן צו א גרויסער משפחה וואס זארגט און שיצט אלע אירע טויזנטער מיטגלידער.


Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... z2Mi61cech
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג מערץ 05, 2013 7:21 pm

ווער זענען זיי צו זאגן די אוכלי שפנים, אבער פארט, בא'טעם'ט צו ליינען ווארימע דיבורים
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דינסטאג מערץ 05, 2013 7:24 pm

אויף די וועג פון זיין שרייבן זעהט נישט אויס אז דער שרייבער איז פון די אוכלי שפנים, אבער דאס פלאץ ווי ער שרייבט איז טאקע נישט די פלאץ פון ווי צו נעמען הוראות, אבער ווי דו זאגסט דער ארטיקל זעלבסט איז גוט און ווארים געשריבן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4003 מאל

די מערדער רעדט מיט ABCNews

הודעהדורך גינות » מיטוואך מערץ 06, 2013 12:06 pm

זאגענדיג אז ער גייט אויפגעבען און די קומענדיגע טעג

www.zingmit.com/raw-footage-williamsburg-hit-and-run-murder-saying-to-wabc-that-he-will-turn-himself-in/
גינות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:26 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך ידען » מיטוואך מערץ 06, 2013 1:01 pm

גינות האט געשריבן:זאגענדיג אז ער גייט אויפגעבען און די קומענדיגע טעג

www.zingmit.com/raw-footage-williamsburg-hit-and-run-murder-saying-to-wabc-that-he-will-turn-himself-in/

וואס זאגט ער?
פארוואס וויל ער ווארטען?

איך קען נישט הערען יעצט.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1087 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 06, 2013 1:05 pm

אברהם יעקב פרידמאן איז אין קאנטאקט, ער איז די פארמיטלער.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8434 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך מערץ 06, 2013 1:10 pm

צווישן וועם און וועם?
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1504 מאל

הודעהדורך ידען » מיטוואך מערץ 06, 2013 1:15 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:צווישן וועם און וועם?

צווישען די מערדער און פאליס...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1087 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 06, 2013 1:17 pm

כ'בין נישט זיכער, אבער אז קול מבשר פרעגט אים וואס די פאליציי טוויט ארויס, דאן זעהט אויס ער איז אין די זאך.

אברהם יעקב, ווילסט טאקע אויפטוהן פאר כלל ישראל, לייג א טרעפיק לייט ביי בעדפארוד און סאוט 9, שוין, היינט, יעצט, נו????
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8434 מאל

הודעהדורך blauvelt » מיטוואך מערץ 06, 2013 2:46 pm

blauvelt
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 237
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך יונה כהן » מיטוואך מערץ 06, 2013 5:10 pm

יונה כהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 06, 2013 5:26 pm

שלום עליכם ערעב יונה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7429 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 06, 2013 5:34 pm

ער איז נישט קיין גאסט. זעה ווען ער האט זיך רעגעסטירט.
אבער שכחם וחזרם והגיב, איז אויך עפעס.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8434 מאל

הודעהדורך פארווע » מיטוואך מערץ 06, 2013 5:58 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'בין נישט זיכער, אבער אז קול מבשר פרעגט אים וואס די פאליציי טוויט ארויס, דאן זעהט אויס ער איז אין די זאך.

אברהם יעקב, ווילסט טאקע אויפטוהן פאר כלל ישראל, לייג א טרעפיק לייט ביי בעדפארוד און סאוט 9, שוין, היינט, יעצט, נו????

היינט אינדערפרי האב איך געזען א אינדזשעניר מיט א ספעציעלע קעמערא ביי בעדפאר און סאוט 9 כ'ווייס נישט וואס דאס גייט ברענגן, צום האפן א טרעפיק לייט.
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מיטוואך מערץ 06, 2013 6:02 pm

יעצט זאגט קאמישאנער רעי קעלי אז אסעוועדא האט געשיקט א מעסעדזש ער וועט זיך זיכער היינט איבערגעבען נאך 3 אזייגער אבער ער ווייסט נישט אויב דאס איז א שפיל צו נישט. פון נ"י טיימס. ער זאגט מען זוכט איהם מען ווארט נישט ער זאל זיך איבערגעבן.

http://www.nytimes.com/2013/03/07/nyreg ... tw-nytimes
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך מערץ 06, 2013 6:17 pm

ער זאגט, ער וויל, ער פלאנט, היינט, מארגן, פורים,

דערווייל ליגט ער ביים ביטש און מעקסיקא און בראט זיך,
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך למדן » מיטוואך מערץ 06, 2013 6:32 pm

איך הער אז מען האט איהם יעצט ארעסטעד אין פענסילוועניע, איינער ווייסט אויב ס' אמת?
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך צדיקל » מיטוואך מערץ 06, 2013 6:36 pm

שמועות גייען ארום אז מ'האט אים ארעסטירט אין פענסילוועניע
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך מערץ 06, 2013 6:38 pm

יא דעילי ניוס באריכט עס שוין
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך למדן » מיטוואך מערץ 06, 2013 6:43 pm

זעהט אויס אז זיי האבן נישט געוואלט ווארטן אז דער צדיקל זאל זיך אונטער געבן,
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט