איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

כ'וועל מקיים זיין דעם לא הביישן למד, און אנפרעגן ביי די אדירי תורה דא פשט אין א שווער שטיקל רבי פנחס'ל קאריצער בספה"ק אמרי פנחס ליקוטים אות ס"ו וז"ל:
תירוץ על קו' [עץ חיים] למה לא ברא הקב"ה העוה"ז קודם, אמר לנו שהקב"ה עדיין בורא עולמות בלי הפסק, ואפשר שבעת ההיא יש איזה עולם שמשה רבינו נותן התורה שם לישראל וא"כ ליכא למימר למה לא נברא העולם קודם, כי נברא ונברא!
ואח"כ אמר לנו כי אני מאמין באמונה שלימה שזה אמת, ולמה לי תירוצים, ובפעם אחרת אמר לנו כמה אופנים תירוצים ע"ז ואיני זוכר. עכלה"ק.

וועל איך פרובירן יעצט צו מברר זיין מקחו של אותו צדיק, ויהי' נא עמלינו לרצון.
קיין עץ חיים האב איך נישט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די קשיא בערך אזוי: אז די סיבה וואס האט גורם געווען אז השי"ת זאל באשאפן דער וועלט, בשביל התורה, בשביל ישראל, להטיב לבריותיו, דירה בתחתונים, נהמא דכסופא, וכו', פארוואס איז דאס נולד געווארן פונקט 5773 יאר צוריק? פארוואס נישט א טאג פריער? א יאר פריער? א מיליאן יאר פריער? וכו', מה נשתנה שנה זו מכל השנים הקודמים. דאס איז בערך די קשיא.
און דער תירוץ: אז נברא ונברא. שוין טריליאנען יארן וואס דער באשעפער באשאפט א נייע וועלט אין יעדע סעקונדע. מיר זענען פשוט אין איינס פון אסאך, און אונזער וועלט איז דעמאלט באשאפן געווארן, מיט באלד 6 טויזנט יאר צוריק.

און נאך מער, נאך אונז האלט דער רבונו של עולם ווייטער אן מיט באשאפן וועלטן, אזוי ווייט אז ערגעץ בשעת (די) [יענע] שורות ווערן געשריבן, איז דא ערגעץ א וועלט ווי 'מ'האלט נאך ביי מתן תורה פשוט ווייל ס'איז באשאפן געווארן מיט עטליכע טויזנט יאר שפעטער. דאס איז דער שטיקל תורה לויט מיין הבנה ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.

יעצט לאמיר אנהויבן אזוי: דאס וואס ער זאגט אז ס'איז דא ערגעץ ווי מ'האלט נאך איצטערט ביי מ"ת, איז מעל כל ספק נאר געזאגט געווארן כדי לסבר את האוזן, ווייל אודאי איז נישטא קיין שום סברא שבעולם צו זאגן אז יעדע וועלט איז א גענוי קאפיע פון אונזער וועלט, און אין אלע וועלטן איז דא א משה מיט מתן תורה און א מאראנצןזאפט אין קאווע שטיבל.
דאס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, ווייל וואס פעלט דאס אויס? איז עפעס דער מאראנצןזאפט אזוי טייער אז ס'זאל זיין פון אים אין די מיליאנען.

און בכלל קוק איך עס אן ווי א סתירה צו בחירה, ווייל אויב דין (מלשון עבדות) איך נאר עפעס א געוויסן פראטאקאל פון איינעם מאראנצןזאפט פון א וועלט פאר מיר און נאך מיר, איז ווי האב איך די חוצפא ח"ו צו צומישן די קארטן און טוען עפעס אנדערש ווי מיין פארגייער און נאכגייער, היה לא תהי' ח"ו.

איז ע"כ געדרינגען אז ער מיינט צו זאגן אז ערגעץ וואו איז דא א וועלט ווי מ'האלט נאך ביים 'יאר' וואס אין יענע יאר האט משה רבינו געגעבן די תורה, ב' תמ"ח אין אונזער פאל, אזוי ס'איז דא וועלטן וואו מ'האלט נאך אין יעדע מספר נאר שייך. דער חסיד האט דאס נישט פארשטאנען אין אבי נאכגעשריבן א משל אלס א נמשל און שוין.

דער עצם תירוץ איז גאנץ א זיסע טעאריע, אביסל 'אוט אוו די באקס' ווי מ'זאגט, ווייל אויב ס'איז דא נאך וועלטן וואס מיר ווייסן נישט, ווער ווייסט וואס נאך איז אלץ דא? אפשר איז דא נאך תורות, און נאך כלל ישראל'ס, און נאך איך וויל נישט זאגן וואס. אבער אז ס'איז א בפירוש'ער רבי פנחס'ל קאריצער, וועל איך אויף מיך ארויפצווינגען די גרעסטע מאס נאאיווקייט און תמימות שייך.

אבער די קשיא פונעם עץ חיים קלעבט מיר עפעס נישט, ווייל ווי מיר אלע חכמים און נבונים ווייסן איז זמן א בריאה פון נאכ'ן וועלט באשאף פונקט ווי אלע אנדערע בריאים אויף דער וועלט, און ס'איז נישט מיר ווי א הגבלה אין וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט זיין וועלטל, און הגם מיר קענען דאס נישט פארשטיין דאך איז ביי אים דער הוה מיט'ן עתיד מיטן' עבר איינס, און די קשיא הייבט זיך נישט אן, ווייל עס איז קיינמאל נישט געווען אויפ'ן באשעפערס זייגער דער מינוט וואס ער האט באשלאסן צו באשאפן דער וועלט, ווייל ער האט בכלל נישט קיין זייגער.

און מיינטס נישט איז אז איך בין עפעס דער גרויסער חקרן אין חקירה ווי יאיר, לעיקוואוד, און אנדערע דא, אדער א סייענטיסט ווי די צווילינגען יאנקל און יידל און נאך אז איך זאל מעגן אריינרעדן אין אזא פארצווייגטע נושא ווי זמן.
האמת אגיד, מיין ספרים שאנק זעט אויס גענוי ווי א טאג נאך מיין בר מצוה, 3 סעטס בני יששכר'ס, 2 סעטס משנה ברורה'ס (כ'האב געהאט 2 רייכע פעטערס...) און צוגאב פון עטליכע חתונה מזכרת'לעך, א בנה ביתך פון התאחדות אברכים, ענד דעטס עבאוט איט. נישטא קיין כוזרי, עיקרים, רס"ג, מורה, גארנישט.
איך האב פשוט געלערנט א גלאטער שטיקל שלחן ערוך הרב, אין סימן א' גאר, וזלה"ק בסעי' ח' בסוגריים: כי עת רצון שלמעלה ויחודים עליונים שבקריאת שמע ותפילה וקדושת שבת ויום טוב הוא למעלה מגדר המקום והזמן, רק שמאיר למטה לכל מקום ומקום בזמנו הראוי לו. וזהו ג"כ הטעם ששורה קדושה עליונה בחוץ לארץ ביום טוב שני של גליות. ולכן גם בני ארץ ישראל הבאים לחוץ לארץ חייבים בקדושת היום, אף שדעתם לחזור, כמו שנתבאר בהלכות יו"ט עכלה"ק.

איך האב שוין עובר געווען אויפ'ן 'במופלא ממך אל תדרוש' און זיך אנגעטוען שטיוול אינגאנצן נישט די מאס, א ריכטיגער מסנא דרב מכרעאי. וויל איך יעצט איבערגעבן דאס ווארט פאר מייינע טייערע קאלעגען צו ממשיך זיין דעם שמועס, האפנטליך וועט דא ווערן א שטיקל געהענגעל, ותתרבה הדעת אמן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר