א לעזונג פאר חמץ-ומצה-איבערגאנג-טעג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

א לעזונג פאר חמץ-ומצה-איבערגאנג-טעג

הודעהדורך שת.אדמזאהן » זונטאג מערץ 10, 2013 7:26 pm

א גוטן.
הנני פורס פה הצעה וגם שאלה, אשמח לשמוע מה בדעתכם.
ביי מיר, אזויווי אין אסאך אידישע שטובער, זענען די טעג בין גאולה לגאולה א גלות פאר זיך. פון איין זייט ריינוגט מען לפנים משורת החסידות, שטובער ווערן פארשפארט, לעדלעך ווערן פארקלעבט. און פון די אנדערע זייט, די טאג טעגליכע סעודות פאר די עלטערן און קינדער, מוז דאך ווייטער אנגיין. – קלער איך פון דינגען א container, און דאס אראפשטעלן פארנט פון הויז! דאס וועט זיין די חמצ'דיגע הויז ביז די רגע פון סוף זמן אכילת חמץ, וואס דאן וועט דער פארדינגער דאס נעמען אפיר. אזא הידור, ממש בהישג יד!
דער רעיון איז נישט מיין אייגענס. דאס האב איך קענען געלערנט פון די לאקאלע געשפעטען אייגענטומער, און אתרוג סוחרים, וואס יאר יערליך שטעלן ארויס זייער הייזערלעך (פלייש געשעפטען לייגן אראפ צוויי דריי) אינמיטן העלן גאס.
מאי שנא?
פונקט ווי יענער האט נישט קיין פלאץ אין זיין געשפעט, צו האלטן סחורה איז ער פארקויפט, אין די פארנומענע סעזאן, חדשי תשרי וניסן, גיבט ער זיך אן עצה פון אוועקנעמען פארקינג ספעיס אין צענטער פון שטאט, מעג איך דאך טוהן דאס זעלבע! לכה"פ איינמאל א יאר!
זיי זענען דאך א יחיד פונקט ווי מיך? (לאפוקי א צדקה קאסע, וואס איז לתועלת הכלל.)

וואס קלערט איר?
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 10, 2013 7:37 pm

פארוואס נאר איינמאל א יאר? טו אזוי אויך אין חודש תשרי, מאך דערפון א סוכה!
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג מערץ 10, 2013 7:48 pm

גראדע האביך שוין געזען איינעם מאכן א סוכה דערפון.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2647 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג מערץ 10, 2013 8:01 pm

מ'ברויך פרעגן די גדולי הרבנים היושבין על מידן אויב דאס איז נישט א חומרא דאתי לידיד קולא. דעת בעל הבית היפך דעת תורה. ווי ר' מנשה פילאף האט טאקע אויפגעדעקט די וואך אין זיין ארטיקל אין "די צייטונג" אז די מאדע פון "פסח קאך" וואס די "היינטיגע" אינגעלייט לאזן זיך אריינלייגן אין שטוב וואס אויבענאויף קוקט אויס ווי א הידור, איז גאר א גרויסע מכשול און פארמערט תערובות חמץ אין די געקעכץ, ר"ל. דער אייבישטער זאל העלפן מ'זאל ניצול ווערן פון א משהו חמץ, מיט גרויס סייעתא דשמיא, און ועל כולם, דורך נישט זיין קלוגער פון אונזערע מאמעס.
"רק בקריאת שם ישראל די" - צדקת הצדיק, אות נ"ד, קודם ששלטו בו ידי צנזורים
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2030
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2822 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מערץ 10, 2013 8:13 pm

יואליש, זיי אביסל מרחיב בדיבור איבער די מכשולות פונ'ם שרעקליכן פסח קאך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4715
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7126 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג מערץ 10, 2013 8:22 pm

וואס הייסט עס פארמערט חמץ? איז עס פונקט אזא שטארקע חשש ווי א דרעי לולב מיט אריזאנא מצות?! אויב איינער ניצט ממילא אריזאנא ווייץ, אזא איינער מעג שוין לכתחלה מאכן א פסח קיך?
אחוץ אויב ער מיינט דאס חמץ פונעם מאדע, וואס כידוע איז דאס הארבער ווי חמץ דאורייתא, איך האב נאר א גאנצע ליסטע צו צולייגן;
האנדא אדאסי - סיענע.
זילבערנע קרוינען אויף די רעבישע שטעקענעס.
התאחדות זאלץ.
פסח ביילאגע אין די איד, צייטונג.
כשר לפסח ציין פיץ. (ווי אויך די ציין פיץ פון א גאנץ יאר, דו"ק ותשכח).
וכו' וכו' איך קען שרייבן א גאנצע נאכט...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2647 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג מערץ 10, 2013 8:49 pm

יאיר האט געשריבן:יואליש, זיי אביסל מרחיב בדיבור איבער די מכשולות פונ'ם שרעקליכן פסח קאך.


ער באקלאגט זיך אז אין די גיטע צייטן האט מען הערשט אנגעפאנגן קאכן פאר פסח אים ערב פסח נאכן פולקאם ארויסרוימען די חמץ און כשר'ן די קיך ממילא איז נישט געווען קיין חשש פון תערובת חמץ. אבער היינטצוטאגס וואס די מאמע צורייסט זיך נישט וו א יחץ פאר פסח און זיי הייבן אן קאכן א וואך פאר פסח אינעם פסח קיך בשעת ס'איז נאך פארהאן חמץ ערגעץ אין שטוב, איז דא א חשש אז מ'וועט אריינשליידערן גאנצעטע בילקעלעך אין די טאפ פאלשע פיש.
"רק בקריאת שם ישראל די" - צדקת הצדיק, אות נ"ד, קודם ששלטו בו ידי צנזורים
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2030
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2822 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 10, 2013 8:54 pm

פלאי-פלאים ווי שווארץ א גלעזער קען זיין.
לענ"ד איז דער פראבלעם פון "פסח קעך" א חומרא דאתי לידי קולא, ואכסה טפחיים, כי הבתים קטנים, וע"י הקדשת מקום לח' ימי חג, ממעטים את הדירה, וקצר המצע מהשתרע, וד"ל כי פרגודתי.

אויב געדענק איך גוט איז דער א.ג.א.ד. (אזוי גערופענע, אויבן דערמאנטע) רב, שטארק אנקעגען ווייסע טישטעכער איבער מוצאי שבת.
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג מערץ 10, 2013 9:04 pm

וואס נאך שת? אוועקשטעלן א מאביל אין פראנט פון דיין הויז?
אפשר זיך אוועקשטעלן ביים פארטש אין פראנט פון די הויז רעדן צו צאן מרעיתך?
די ווייסט נישט אז עס איז דא זאכן וואס נאר די רבי'ס אדער קהלות מעגן טון?
ווייסט נישט וואס דיין ברודער קין האט געטון צו הבל ווען ער האט אנגעהויבן מיט די מעשיות?
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1366
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2942 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3947 מאל

הודעהדורך שת.אדמזאהן » זונטאג מערץ 10, 2013 9:10 pm

ניין, איך בין געבוירען געווארן צו מיינע עלטערען ערשט יארן שפעטער. רש"י אין בראשית איז שוין מסביר.
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מערץ 10, 2013 9:32 pm

יואליש, די ר' מנשה פילאף וואס די ברענגסט איז סיריעס?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3331
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 2790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1406 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג מערץ 10, 2013 9:48 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:יואליש, די ר' מנשה פילאף וואס די ברענגסט איז סיריעס?


ער איז נישט באזונדער באקאנט פאר זיין סענס אוו הומאר. כ'מיין ער איז טויט ערענסט. ס'שיינט מיר אז ס'עגבערט אים דאס אז אינגעלייט רעדן זיך איין אז זיי זענען בעסער פון די טאטעס.
"רק בקריאת שם ישראל די" - צדקת הצדיק, אות נ"ד, קודם ששלטו בו ידי צנזורים
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2030
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2822 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מערץ 10, 2013 9:53 pm

אדער האט ער פשוט נישט געטראפן אויף וואס צו מוחה זיין נאכדעם וואס מען רוימט אויס דעם חמץ כמעט במשך דעם גאנצן יאר לכבוד דעם קומענדיגן פסח, אאון סתם איבערקייען די שרעקליכע מכשולות פון עסן אסטרייכער'ס בעיבי פינגערס איז נישט גענוג אריגינעל, האט ער געמוזט אויפקומען מיט עפעס פריש פאר די פילאף מחאה אשכול.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4715
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7126 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג מערץ 10, 2013 9:58 pm

יאיר האט געשריבן:אדער האט ער פשוט נישט געטראפן אויף וואס צו מוחה זיין נאכדעם וואס מען רוימט אויס דעם חמץ כמעט במשך דעם גאנצן יאר לכבוד דעם קומענדיגן פסח, אאון סתם איבערקייען די שרעקליכע מכשולות פון עסן אסטרייכער'ס בעיבי פינגערס איז נישט גענוג אריגינעל, האט ער געמוזט אויפקומען מיט עפעס פריש פאר די פילאף מחאה אשכול.


ער האט געהאט צוויי ארטיקלן די וואך. אין דאס אנדערע מעלקט ער די טראגעדיע מיט נאך אסך אנדערע ניחום אבילים פאר זיינע פרצות.
"רק בקריאת שם ישראל די" - צדקת הצדיק, אות נ"ד, קודם ששלטו בו ידי צנזורים
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2030
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2822 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מערץ 10, 2013 10:01 pm

אה, האבן מיר נאך א יודע דעת עליון! וואס זעט ער מיט זיינע הייליגע אויגן, צוליב וואס האבן פאסירט די טראגעדיעס?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4715
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7126 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג מערץ 10, 2013 11:26 pm

מסתמא צוליב; קורצע גאטשעס, שמאלע געפאסטע ברילן, ארבעל וואס פארדעקט נישט דעם זייגער, דאבל ברעסטעד ווינטער מאנטלך. קלאר נישט צוליב; מחלוקת, ערכאות של עכו"ם, הלבנת פנים. דאס איז דאך בס"ה פון די זעקס הונדרעט און דרייצן מנהגים וואס טוישט זיך לפי המצב והזמן. משא"כ די אויבנדערמאנטע פירצות, וואס רביה"ק בכבודו ובעצמו האט פארגאסן טייכן טרערן און געכליפעט גאנצעטע שובבי"ם תורות דערויף.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2647 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מערץ 10, 2013 11:41 pm

משה געציל, דו האסט עס נישט ארויס. ס'איז געקומען צוליב די מחלוקת וואס די אנדערע צד האט אנגעמאכט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4715
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7126 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט