Organ donor
יעצט מאך איך פסחדיג מיין בערזעל וואס איז אנגפילט מיט חמץ רעסיטס און בילס און איך האב געטראפען מיין לייסענס וואס כאב שוין נישט געזעהן זאאט א פאליס האט מיך אפגעשטעלט און איך קיק מיך אזוי אהן מיין שיינע צורה און איך דריי ארים אויף די אנדערע זאאט און איך זעה די קליינע באקס וואס מע קען מאכען א טשעק אויף עס אז מע איז גרייט צו געבען א אויג אדער הארץ אדער לעבער אויב מע שטארבט.
איך טראכט וועלעכע מענטש וועט וועלען מע זאל ארויס נעמען א אויג פון איהם ווען ער שטארבט? סע דא מענטשען וואס שראאבען עס אינטער?
און וואס איז די הלכה באא איינעם וואס וויל יא מע זאל ארויס ראאסען זיין הארץ ווען ער שטארבט? מעג מען עס טוהן? אויב נישט, פארוואס נישט? ער איז דאך מסכים?



