בלאט 6 פון 8
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:52 pm
דורך קינות גירושין
זר איך בין מסכם!
Can i propose?
קען מען דא שליסען א קישור חיתון? איך האב א הערליך קלוג מיידעל פון 7 יאר, זייט איך האב לעצט געטשעקט איז עס בידי איר צו מאכען פאר א כלה, געב נאך איין שלעפ דעם בענדעל, און זי איז דיין שנור! (פארשטייט זיך אויב די האסט א בחור)
דאס גייט זיין די ערשטע ״קאאוע שטיבעל״ שידוך!!!!!!
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:08 pm
דורך קאווע טרינקער
מזל טוב.
קינות'ל ס'איז נישט קיין צוזאמענשטעל. זר'ל בחור'ל האט אן אויסלאנדישער רבי, א זאך וואס דיין טאכטער האט נישט געהערט אינדערהיים. ווער ווייסט וואסערע מלחמה ס'קען נאך אויסקלאפען. ועוד, זר'ל האט אויך א מיידלעלע.. כידוע. זי קען שיין מאהלען.
זר'ל ברענג א לינק צו די 6000 סומאטוכע והמסתעף..
@ זר'ל דיין פלאן איז נישט מוצא חן בעיני, ווייל אויב א חתונה קאסט גארנישט וועט מען נישט טראכטען צוויי מאל פארדעם אדער נאכדעם.
א חתונה דארף זיין א major event כולי האי ואולי וועט מען טראכטען און איבערטראכטען פאר מטוט אזא שריט.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:10 pm
דורך זר זהב
איז געווען מער גיטין אין יענע צייטן?
אויב ס'ארבעט זיך אויס גט מען זיך נישט, און אויב נישט טאר נישט א 'מעידזשער איווענט' צוריקהאלטן א גט. האטס גוט ארויסגעברענגט נאך א שלעכטע תוצאה פונעם היינטיגן 'גוט (גוט רשעעות'דיג) אויסגערעכעטן' סיסטעם.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:26 pm
דורך קאווע טרינקער
אמאל, לויט די עדות פון גדולי ישראל, איז געווען 80 פראצענט גיטין ווייניגער..... בפרט אין די שטעטעלאך וואס האבן געהאט שוואכע אינטערנעטסערוויס.
וואסי נפק''מ וואסי געווען אמאל?
סך הכל זאג איך אז אויב שידוך שליסען און חתונה האבן וועט זיין אזוי גרינג און שנעל ווי צו טרעפן א חברותא פאר א אלול זמן.. וועלען זיך דרייען אין די גאסען שתוקי און אסופו 'ס אין די מאסען
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:27 pm
דורך זר זהב
אויב א שידוך טאן וועט צוגיין אזוי ווי אמאל וועט אויך זיין ווייניגער גיטין לכאורה. וויזוי איז עס געווען אמאל? גאר אסאך יארן צוריק איז דאך געווען א חמשה עשר באב
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:12 pm
דורך מאראנצןזאפט
אלס והייתם נקיים וויל איך מודיע זיין פאר אלע וואס האבן זיך געשפורט געטראפן פון מיין תגובה ובראש וראשון ידידי האהוב אביר הלב, חן הוצק על לשונו, הרב קינות: אז איך בין בטבע א רך הלבב און איך האב געשריבן מיין תגובה מיט טרערן אין די אויגן.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:15 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז אזוי שלעכט אז סדא גיטין?
איך וועל פרובירן נאך איין מאל.
אפשר ווייל דער וואס גט זיך קומט אויס אויטאמאטיש אז ער בלייבט אן א פרוי?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:16 pm
דורך קאווע טרינקער
פאר א קורצע תקופה (נאך ווייניגער ווי פון די 13 ביז די 20) בלבד, און נאכדעם האט ער שוין א (בעסערע) פרוי.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:37 pm
דורך קינות גירושין
מעראנצעןזאפט, מחול לך (ג״פ ?)
ברוך תיהיה מעסעשם ביי ענק אויף שמחות
קאווע טרינקער, פונקט פארקערט איך האב יעצט צייט א פאר יאר צו זען, אז מיין טאכטער׳ס השקפה זאל זיין ענדליך מיט זרס בחור, איך וועל עם נאכקוקען פון דער נאנט, איך וועל מאכען זיכער אז זיי זענען ביידע אויף די סעים פעדזש, למשל אז איך זעה אז דער בחור וויל גיין מיט זשינס הויזען און מיט א שטיקעל טשאפ, וועל איך מאכען זיכער אז מיין טאכטער קוקט דאס ארויף (מרעדט דאך דא פון תלמידי ק״ש וואס קוקען נאר לטובת פון די קינדער) אנלייק די ביז היינטיגע סיסטעם ואס מיט א אויגענבליק דארף אלעס שטימען, ועוד, איך מיט זר האבען שוין ג׳אישי׳ט זייער אסאך וועגען די פלענער פאר די קאפל און מיר מאכען זיכער אז אלעס גייט עפ״י תקנות הק״ש, עני קאנפליקט צווישען אונז וועט א קאמיטע פון 3 מעמברס פון די שטיבעל מחליט זיין.
און צו דיר זר טייערע מחותן, וויל איך זאגען אלס דרשה געשאנק פאר דיר, איז מהיום והלאה וואס די גייסט שרייבען גייסטו אטאמעטקלי באקומען א לייק.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:46 pm
דורך קאווע טרינקער
אהא, ווען די אטאמאטישע לייקס וועלן זיך אפשטעלן וועט יעדער וויסען אז "עפעס גייט דארט פאר".... זעהסט, כ'האב דיר געזאגט, די אלע חברה, ס'האלט נישט אן לאנג... זיי מאכן זיך אזוי... (און נאך אזעלכע משפטים און לחשים וואס מ'מוז זאגן ווען ס'גייט איינעם גוט)
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 5:15 pm
דורך זר זהב
האהא, קאווע היינט ביזטע גוט.. פערפילינו!!
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:05 am
דורך אביגדור
יש להאריך בזה.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:30 am
דורך מאן דאמר
איך זעה נאכנישט די גרויסע סוקסעסן פון די נישט אראנדזשירטע מערידשזעס, נישט די אראנזשירונג איז די אורזאך פון די געשיידעריי לדעתי. עס איז דא א רייע מיט פראבלעמען, אנגעפאנגען פון די מח געוואשעריי ביי די דאמע שולען, און ווייטער ביי די אויבערפלעכליכער השקפה וואס דער 18 יעריק'ער צדיק'ל האט זיך איינגעקויפט אין די ישיבה ביי דעם בנש"ק וואס האט אים מחנך געווען פאר בלויז $850 א מאנאט.
ווען דער בחור'ל זאל ווען האבן א שטיקל פערספעקטיו וואס דאס לעבן בעפאר אים ברענגט מיט, און ער וואלט געווען מיט א דרייסיג מאנאט עלטער, און ער וואלט געקענט ווען רעדן שטיל, און עפענען א טיהר ביים קלאמקע, און צובינדן אפאר שיך פערטלעך, און די בתולה המהוללה וואלט נישט געלעכטצט אזוי שטארק דעם בערבערי טאש, און זי וואלט פארשטאנען וואס הייראטן מיינט, וואס א מאן ברויך פון א ווייב, וואס קינדער ברויכען פון א מאמע'ן, און אז די עלטערן מוזן נישט וואוינען אין א הונדערט פוס רעדיוס, וכו' לכו' איז נישט קיין אינטערשייד צו זיי זענען געווען ארנדזשירט צו נישט.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:20 am
דורך מאן דאמר
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:49 am
דורך מאראנצןזאפט
אונז האמיר דא א פרישן כוכב, א מאן דאמר גאר.
וועלקאם טו דע קלאב. איר זאגט פיין, און אייערע לינקס זענען העכסט ניצבאר.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:53 am
דורך מאן דאמר
ישר כח מאראנצן זאפט פאר די ווארימע אויפנאמס רייד
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:19 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:זר איך בין מסכם!
Can i propose?
קען מען דא שליסען א קישור חיתון? איך האב א הערליך קלוג מיידעל פון 7 יאר, זייט איך האב לעצט געטשעקט איז עס בידי איר צו מאכען פאר א כלה, געב נאך איין שלעפ דעם בענדעל, און זי איז דיין שנור! (פארשטייט זיך אויב די האסט א בחור)
דאס גייט זיין די ערשטע ״קאאוע שטיבעל״ שידוך!!!!!!
קינות. לויט ווי כ'האב געליינט (און פארשטאנען) האט זר א טאכטער. סאו ס'וועטץעך (ליידער) נישט אויסארבעטן. חוץ נאך עטליכע פרטים איבער די מחותנים.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:30 pm
דורך אביגדור
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:39 pm
דורך [NAMELESS]
די פריערדיגע לינק ארבייט נישט. דא איז א נייע
http://www.filedropper.com/aud-20130510-wa0001עס איז א לייוו ריקארדינג ווי איינער טראגט אהן א היימישע שידוך
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:44 am
דורך ברסלבער
דער שדכנ'ס קול זעהט מיר אויס ווי זלמן לייב סאנדל.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:35 pm
דורך זר זהב
זיי זענען שטארקע 2 פיעס מענטשן... אבסעלוטלי פאזיטיוו באגעבו
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:52 am
דורך דבילה
פרומעט גאלדבערגער, וואס האט פאר דריי חדשים צוריק
אפגעשפילט א כלה וויאזוי זי גייט תמימות'דיק צו צום כלה לערער, האט יעצט ממשיך געווען מיט די עבודת הקודש און אויסגעלענגערט און פארבעסערט דעם שטיקל. און די שטיקלעך שפילט זי אפ היימישע חתן \ כלה קלאסן כאילו ווי ס'איז אן נ.פ.ר. ארטיקל. ווען די נאר איז ווען נישט מיינע וואלט 'ך אויך געלאכט... הערט און האט הנאה.
https://soundcloud.com/frimet-goldberge ... n-teachers