בלאט 6 פון 12
נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 2:54 pm
דורך וואלווי
נישט געפערליך, די ערשטע מוסד וואס איך זע וואס מאכט זיך נישט משוגע מיט די מאטיריאל פון די גלעזער. ס'מעג זיין אייזן נאר נישט אויפרייסעריש.
נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 3:04 pm
דורך שמעקעדיג
און בנוסף לזה רעדן זיי גאנץ מענטשלעך, זיי רעקאמענדירן די עלטערן צו רופן, זיי זענען גרייט צו הערן, דאס איז א זעלטנהייט צווישן די מוסדות.
מהם ילמדו וכן יעשו.
נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 6:31 pm
דורך שושן פורים
שמעקעדיג האט געשריבן:און בנוסף לזה רעדן זיי גאנץ מענטשלעך, זיי רעקאמענדירן די עלטערן צו רופן, זיי זענען גרייט צו הערן, דאס איז א זעלטנהייט צווישן די מוסדות.
מהם ילמדו וכן יעשו.
וויי פאר די דור וואס דאס איז באגריסנד, ליבי אומר לי אז די הערות פון די עלטערן איז בלויז אקצעפטירט אויב זיי שלאגן פאר נאך איסורים
נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 6:55 pm
דורך [NAMELESS]
זיי שרייבן אז ס'איז 'אויף די נאכפראגע פון חשוב'ע עלטערן' , סאו וואס ווילט עטס פון די מוסדות?
נשלח: מוצ"ש יולי 22, 2017 11:46 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב באמערקט נאך אן אכשר דרא'דיגע נקודה: מען שרייבט אז מען האט דורכגערעדט אלע פרטים ופרטי פרטים מיטן רבי'ן (איז דא איינער וואס רופט איהם באמת "רבי" און נישט "רב"?) אינדערצייט וואס באמת האט מען דאס דורכגעטוהן מיט די רעביצין.
נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 12:00 am
דורך שמעקעדיג
שושן פורים האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:און בנוסף לזה רעדן זיי גאנץ מענטשלעך, זיי רעקאמענדירן די עלטערן צו רופן, זיי זענען גרייט צו הערן, דאס איז א זעלטנהייט צווישן די מוסדות.
מהם ילמדו וכן יעשו.
וויי פאר די דור וואס דאס איז באגריסנד, ליבי אומר לי אז די הערות פון די עלטערן איז בלויז אקצעפטירט אויב זיי שלאגן פאר נאך איסורים
אמת. אבער קענסט זיכער דעם טייטש, וירא בצר להם בשמעו את רנתם...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 4:36 pm
דורך [NAMELESS]
.
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 5:28 pm
דורך נעגעל וואסער
עולם כמנהגו נוהג. איינער מאכט נאך דעם צווייטן.
נעקסטע יאר קומט אלע טאטעס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 7:15 pm
דורך הקטן
דאס קימט נישט, לדעתי, פין ווילן זיין פרים
און אויך נישט פין ווילען נאך מאכן אנדערע
דאס קימט ליבערשט פין פאלוירנקייט, און נישט וויסען וואו זיך אן עצה צי געבען
שיסט מען אין דער וועלט אריין
וואס יא?
אדרבא, זאל דער עולם זאגן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 7:41 pm
דורך קורקלענד
הקטן האט געשריבן:דאס קימט ליבערשט פין פאלוירנקייט, און נישט וויסען וואו זיך אן עצה צי געבען
שיסט מען און דער וועלט אריין
נישט פארשטאנען. איז מעגליך צו פארשטיין געבן אביסל קלארער?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:52 pm
דורך הקטן
איך ווייס נישט צי איך וועל קענען אין א פאר ווערטער זיך מסביר זיין.
ס'איז א לאנגע סוגיא.
אז דער רב פון די מוסד, צו די מנהל, למשל, הערט א מעשה וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אים אויף - און ס'פעלן נישט אזאלכע מעשיות -
ער פילט אז מען מוז עפעס טון, מען קען דאס נישט לאזען אזוי.
ס'איז יומען נעטשער צו טרייען צו זיין אין קאנטראל ווען ער פילט אז אז זיין ארום איז אוט אף קאנטראל, מען מוז עפעס טון!
נעמט מען דעם אינטערנעט אלס די scapegoat, און מען האפט אז די פראבלעם איז געווען וועגן מיר האבן נישט געצוימט גענוג! פון היינט אין ווייטער וועט זיין סדר!
איך זאג נישט אז דער אינטערנעט איז חף מפשע, ס'איז אבער אויך נישט דער איינציגער שולדיגער. און טרייען דאס צו צוימען מיט תקנות איז זיכער נישט די סעלאשען.
איך האב שוין אסאך געשריבן אז אדרבא זייער אסאך מאכן די מוסדות קאליע מיט זייער רילעשענשיפ צו די אינטערנעט.
איך (גלייב) איך [האף] אז דאס וועט זיך טוישען און מען וועט טרעפן בעסערע לייזונגען פאר כלל ישראל במשך הזמן, דאס וועט זיין ווען מען וועט זען אז מען קומט אין ערגעץ נישט אן אזוי.
ביז דערווייל איז די אנגענומענע מיינונג ביי אסך עסקנים אז די פראבלעם איז "מען האט נישט גענוג געטון".
ס' זאל נאר ווייניג קאסטן אין די מיען טיים.
(איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין וואס יא)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:38 pm
דורך בת קול
איך גלייב עס קומט דירעקט פון שטעטל און גארנישט ספעציעל האט יעצט פאסירט.
אין סקווירא איז מען יעצט פארנומען מיט די ספר תורה פארן רבי'ן. אויב מען נעמט זיך עפעס אינטער קען מען האבן אן אות. איך גלייב דאס איז די וויליאמסבורגע קאנטריביושאן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
דאס ווארט 'סקווירא' מיט 'סמארטפאונ'ס' גייען נישט צוזאמען, ופשוט הוא.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:45 pm
דורך הקטן
בת קול האט געשריבן:איך גלייב עס קומט דירעקט פון שטעטל און גארנישט ספעציעל האט יעצט פאסירט.
אין סקווירא איז מען יעצט פארנומען מיט די ספר תורה פארן רבי'ן. אויב מען נעמט זיך עפעס אינטער קען מען האבן אן אות. איך גלייב דאס איז די וויליאמסבורגע קאנטריביושאן.
איך מיין נישט יעצט "יעצט"
לאמער עס ריפען די "מצב" איף יא וויל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:47 pm
דורך קורקלענד
אה. האסט מיך דערשראקן פאר א מינוט.
איך הער וואס איר זאגט. לדעתי האבן זייערע מעשים דערגרייכט צו א מדריגה וואו די עצם מעשים זייערע אין דעם קריג מאכט שוין א גרעסערע חורבן פארן באשעפער און פאר אונזער געזעלשאפט ווי די גאנצע אינטערנעט פראבלעם.
איר זענט גערעכט אז טייל פון די וואס מאכן די תקנות מיינען נעבעך אז זיי טוען באמת גאט א טובה מיט די הייליגע ארבעט. אבער אן אמת איז אז זיי וואלטן געמעגט וויסן בעסער.
עס איז אזא מישוג ווי אויף דער לעגאלער גאס ווי מען איז זיך מתיר צו מאכן שווערע געזעצן איינצוימען פרייע רעכטן, און מען איז מתיר צו שפיאנירן יעדענס אינטערנעט היסטאריע פאר די גרויסע פחד (כלומרשט) פון פיירעסי און קאפירייט. און ווי כאילו מ'האט מתקן געווען די פראבלעם זייט מען גייט יעדן נאך........
אנטשולדיגט אז איך האב אויף די מינוט נישט קיין צייט זיך ארויסצוברענגען באריכות מיט א קלארקייט. עס איז א לענגערע שמועס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:49 pm
דורך בת קול
שטעטל קאנטריביושאן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:52 pm
דורך בת קול
עמעזאן האט געשריבן:סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
די סקול ווערט געפירט דורך די מיסד'ס ווייב וואס רירט זיך נישט אן די הסכמה פון רעבעצין העי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:55 pm
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
די סקול ווערט געפירט דורך די מיסד'ס ווייב וואס רירט זיך נישט אן די הסכמה פון רעבעצין העי.
זי איז א פאפא'נער
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:56 pm
דורך בת קול
שוין לאנג נישט.
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 11:07 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
עמעזאן האט געשריבן:סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
עמעזאן, דו האלסט טאקע אז "סקווירא" וואלט געלאזט ניצן זייער העיליגע נאמען סתם אז פרעמדע זאלן עס פירן?? אפקארס נאט, זיי טוען עס ווייל זיי ווילן עפענען א מיידל שולע אויפן העיליגן דעירעך און זיי האבן נישט גענוג פלייש, בעיסיקלי טוען זיי וואס אלע מוסדות ווי למשל בעלזע אין מאנסי אדער אפילו סאטמאר אין מאנסי מיט יארן צוריק. זיי האבן אפילו געלאזט די פרויען דרייוון אבי קום נאר לערנען צו אינז מוסד
מוסדות התורה אין שטאט אלעד אין ארץ ישראל
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:42 pm
דורך געוואלדיג
.
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:49 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
געוואלדיג האט געשריבן:.
ס'אידאך א בפירוש סתירה מיט די משנה! אלו דברים שאין להם שיעור, הפאה