בלאט 7 פון 8

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 8:14 pm
דורך לבי ובשרי
וואס איז די מעשה מיט גוני'לה צום סוף?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 8:51 pm
דורך גדליה
ר' בנימין ווי האט איר געקענט פארגעסען דאס וויכטיגסטע:
לא כל יהודי בן אדם, אבל כל בן אדם יהודי

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 9:25 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
לבי ובשרי האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט גוני'לה צום סוף?

דער אמת איז, עס ווענד זיך אסאך אין מזל. אדער איז איז עס דער אנהויב פון א גלארייכע קאריעריע פון עקטן אויף טעלעוויזיע, אדער וועט זי איין טאג זיין א פראקויפערן אין א שיך סטאר וואס זי וועט קענען זאגן פאר קליענטן אז אלס קינד האט זי געשפילט אין א פאפולערן שאו וואס האט געהייסן "אוטנומיות" אלס גוני'לע.
הכל תלוי במזל אפילו גוני'לע המתוקה

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 11:24 pm
דורך אישתישבי
טאמער זי ענדיגט ביי עלקא, בלייבט זיי וואוינען אין קרייניץ, און זיי וועט נישט ארבעטן אין קיין שום שיך סטאר. זי וועט מן בזמן חתונה האבן מיט איינער פין די עילויים.

וויאזוי איז געווארען פין אפאר בחורים צוויי טויזענט משפחות איז אויך נישט צום פארשטיין.

אוטונומיות ערשטע סעזאן

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 8:59 am
דורך נקודת-אמת
דאס איז די טעלעגראם טשענעל פון "אוטונומיות"

אויף גוגל דרייוו א יעדע קאפיטל עקסטער (קרעדיט פאר "סרטים וסדרות בדרייב"):
זיי לייגן ארויף עטליכע לינקס פון א יעדע פרק כדי אויב ס'וועט בלאקירט ווערן די אנדערע לינק והיה הלינק הנשאר לפליטה גדולה...
צומאהל לייגן זיי ארויף צוויי סארטן איכויות 480P איז אביסל שוואכער אבער ס'וועגט ווייניגער 720P איז אביסל בעסער און ס'פארנעמט מעהר פלאץ
שמעו ותחי נפשכם:

S01E01:
א ב ג ד

S01E02:
א ב ג ד

S01E03:
480P: א ב ג
720P: ד ה ו ז

S01E04:
א ב ג ד

S01E05:
480P: א ב
720P: ג ד ה ו

S01E06:
480P: א ב ג
720P: ד ה ו ז

פאר די וואס האבן מיר באדאנקט וועל איך צוריק דאנקען ס'האט מיר געדויערט צייט און נערווין צו מסדר זיין די גאנצע סעזאן אזוי.
און איך וויל זיי דערמאנען אז אין קאווע שטיבל איז דא א גרינגערע וועג צו זאגן ייש"כ, דאס איז די 'לייק' באטן אויבן די לינקע זייט פון א יעדע תגובה
ייש"כ א לייק פאר אייך אלע...

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:10 am
דורך טאמבל סאס
דאס קומט אונז לערנען ווער ס'זענען באמת די וואס קעשן איין פון די אויטאנאמיע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:29 pm
דורך באשטעטיגט
למי שלא הבין את הסוף
בגלל ההפגנות שם,הוא הזכיר את ההפגנות כשהיה בן תשע והילד שם זה יונה בן תשע ,והא גרם שאביו מת
והדבר הזה שהוא גרם למות אביו רדף אחריו כל חייו ועל גבי זה שראה שאשתו בלומה התחתנה למי שהוא אחר ,והשלטים של ברוך דיין האמת עליו ,בקיצור אתה יודע איך אדם שאבד הכל מרגיש -הוא רוצה למות, וזה בדיוק מה שקרה אחד לאחד

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 2:32 pm
דורך אישתישבי
און וואס איז געשעהן מיט די געלט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 2:40 pm
דורך אברך משי
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:9) די אויפשריפט אויפן טויער פונעם ווארטס צימער צום בית דין של מעלה דערמאנט די אויפשריפט אין אוישוויץ
10) ואחרון חביב, די ספרא דדיינא דארט איז פרוי נישט א מאן ווי מען האט אלעמאל געמיינט (ר' יששכר, געב עס איבער פאר די חברה)


דער עורך האט עפעס אן אבזעשאן אז אין בית דין של מעלה ווערט מען גערופן דורך א סעקרעטאר, אנשטאט ווייסע מלאכים וואס ווארפן קאלירן ווי רעגנבויגן אויף שניי ווייסע הונטערגרונד... אויך אין שטיסל האט ער געהאט דארט דער מזכיר פון בית דין של מעלה כ'האב פארגעסן וויזוי ער הייסט. בכלל האט ער צעווארפן די גאנצע גלאנץ און הימלישקייט פון בי"ד של מעלה, ס'זעט עפעס אויס ווי אפאר טירן צו פאבליק טוילעטס אין א ביהמ"ד מיט א אלטע פרוי ביים דעסק וואס איז ווי גענומען גראד פון מיין דענטיסט'ס אפיס

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 8:48 pm
דורך אישתישבי
אויף יענע וועלט קוקט מען אויף פרויען. (ר' אביגדור מילער ע"ה)

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 8:50 pm
דורך איסר האטלקי
אישתישבי האט געשריבן:אויף יענע וועלט קוקט מען אויף פרויען. (ר' אביגדור מילער ע"ה)

איך גיי מיר שוין נעמען!

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 8:56 pm
דורך לבי ובשרי
אישתישבי האט געשריבן:אויף יענע וועלט קוקט מען אויף פרויען. (ר' אביגדור מילער ע"ה)

און אויף די וועלט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 9:56 pm
דורך אישתישבי
אין ספרים שטייט אז מען זאל זיך מדמה זיין כאילו מען איז אין גן עדן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:18 am
דורך ראוונע
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איך זעה דא א מעשה פון מסירת נפש. יעדער איז זיך מוסר נפש פאר עפעס אנדערש. יונה פאר די תורה, קרייניצער פאר די אוטונומיה, חנה'לה פאר ליבע.

נאר לייביש האקט א לעבן. שווערצט אריין שמוץ און חזיר אין שטעטעל, און נאכדעם באקומט ער נאך די שענסטע פרוי פון שטעטעל פאר א ווייב

דעס איז די שכר וואס ער האט באקומען פארען באהאלטען דאס שטיקעל חאזער אין די מכנסיים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:20 am
דורך ראוונע
אברך משי האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:9) די אויפשריפט אויפן טויער פונעם ווארטס צימער צום בית דין של מעלה דערמאנט די אויפשריפט אין אוישוויץ
10) ואחרון חביב, די ספרא דדיינא דארט איז פרוי נישט א מאן ווי מען האט אלעמאל געמיינט (ר' יששכר, געב עס איבער פאר די חברה)


דער עורך האט עפעס אן אבזעשאן אז אין בית דין של מעלה ווערט מען גערופן דורך א סעקרעטאר, אנשטאט ווייסע מלאכים וואס ווארפן קאלירן ווי רעגנבויגן אויף שניי ווייסע הונטערגרונד... אויך אין שטיסל האט ער געהאט דארט דער מזכיר פון בית דין של מעלה כ'האב פארגעסן וויזוי ער הייסט. בכלל האט ער צעווארפן די גאנצע גלאנץ און הימלישקייט פון בי"ד של מעלה, ס'זעט עפעס אויס ווי אפאר טירן צו פאבליק טוילעטס אין א ביהמ"ד מיט א אלטע פרוי ביים דעסק וואס איז ווי גענומען גראד פון מיין דענטיסט'ס אפיס

זייבארט
אוי ווי ער זאגט דארט פאר שלומ׳ען והאמת הוא שאתה חתיכת [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:18 am
דורך אונטער חכם
עס האט געדארפט צו הייסן אז עס איז קעגן חרדים, למעשה, זעהט דער מעסעדזש אויס פונקט פארקערט.
דער שטערקסטער מעסעדזש איז די סכנה פון צווינגען מענטשן קעגן זייער אמונה מיט כוח, און די אנדערע חלקים לייגן אויך נישט אראפ די חרדים ווי שלעכטע מענטשן, אפילו דער קרייניצער רבי וואס במשך די מעשה זעהט ער טאקע אויס ווי א שרעקליכער אכזר, ווערט אויך אראפגעלייגט ביים סוף ווי איינער וואס האט עס געמיינט ערנסט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:19 pm
דורך קאצקע ציקער
איך ווארט שוין אויף די פרישע ניק וואס גייט ארויסשפראצן יעצט מיטן נאמען קרייניצער רבי... געווענליך נאך א סעריע שפראצט ארויס פיינע ניקים ביי שטיסל האב מיר באקימען הרב ר' [tag]שלום שטיסל[/tag] ביי שבאבניקים האב מיר אויך באקימען א געשמאקע ניק [tag]גדליה[/tag] שליט"א
ווארט מיר צו זעהן די פרישע ניק פון דעם סעריע

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:34 pm
דורך ראוונע
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף די פרישע ניק וואס גייט ארויסשפראצן יעצט מיטן נאמען קרייניצער רבי... געווענליך נאך א סעריע שפראצט ארויס פיינע ניקים ביי שטיסל האב מיר באקימען הרב ר' [tag]שלום שטיסל[/tag] ביי שבאבניקים האב מיר אויך באקימען א געשמאקע ניק [tag]גדליה[/tag] שליט"א
ווארט מיר צו זעהן די פרישע ניק פון דעם סעריע

אדער @ברוידא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:51 pm
דורך איסר האטלקי
עמער זען אויב די גוירל פרענד דא וועט הייסן 'חנה'לע' אדער 'אנא'לע'....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 9:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אזויווי איך בין דאך א פארשלעפטע קרענק, האב איך הערשט יעצט געענדיגט די גאנצע סעריע. די גאנצע זאך האט נישט באמת גערעדט צו מיר, יא, ס'געווען זייער פאני ווי זיי נעמען אמת'ע זאכן און בלאזן עס אויף. למשל ווען די גבאי פונעם רב קויפט טריפ'ענע ביכער איז איין זאך, אבער אז ער קויפט עס גאר פאר'ן רבי'ן אליינס, פליז. אבער דעם שטיקל כמעט ביים סוף ווי ברוידא קוקט ארויס פונעם קאר, און זעט זיין געוועזענע ווייב מיט זיין געוועזענע אונטערשמש, האט מיר אינגאנצן צושאקלט. בכלל די גאנצע שאו איז זייער צופארן, מענטשן טוען זייער פלוצימדיגע און געוואגטע שריט וואס מאכן ניטאמאל קיין סענס, און מ'בלייבט איבער מיט זייער א ביטערן טעם אין מויל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:48 pm
דורך איש חזון
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:למשל ווען די גבאי פונעם רב קויפט טריפ'ענע ביכער איז איין זאך, אבער אז ער קויפט עס גאר פאר'ן רבי'ן אליינס, פליז.

קוק איבער, די ביכער וואס ער געבט פאר'ן רבי'ן איז בסך הכל פון פרויד וכדומה, כ'דענק נישט פונקטליך, בכל אופן, נישט ערגער ווי קאווע שטיבל שטאף (עקסקלודינג קריסטנום), און להווי ידוע אז דאס איז איינע פון די אוטענטישסטע שורות אינעם סעריע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:14 am
דורך טאמבל סאס
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:געזעהן פאר יו"ט און די זכרון איז שוין נישט איי איי איי, העמער זעהן וואס מען געדענקט נאך ארויס צו נעמען הלכה למעשה .
1)פאספארט פעלשעריי איז א שיינע פרנסה
2)א חרדישע פאספארט פעלשער גייט מיט טונקעלע גלעזער
3)סאיז דא א לאנד אין יוראפ וואס הייסט..געדענק איך שוין נישט ווי אזוי, אפשר אסטאניע
4)א שווארצע שייטעל קען מאכען א פרוי אויסזעהן צען יאר עלטער
5)קויפט אייך לייט קאלירן שייטלען פאר די בני בית זיי זאלען אויסזעהן צען יאר אינגער
6) אהבה LOVE, זאגען סייענטיסטן איז די שטערקסטע עמאשען, ואוטונומיות יוכיח, אז א פרוי קען פארוואנדעלט ווערען אין א גונב נפשות צו ערפילען דעם געפיהל
7) דער יונה מיטן דאשיק זעט אויס ווי איינע פון די סיריעל קיללער אקטארען וואס ערשיינט אין איינע פון די מאוויס און די 90ציגער יארן, געדענק איך שוין נישט ווי אזוי ער הייסט.
8) מען קען זיך לערנען פונעם קרייניצער ווי אזוי מען גייט אין תפיסה מיט שטאלץ אין א אויפגעהויבענע קאפ (אינטערעסאנט ער האט נישט געבעטן פונעם גבאי זאל אים אנצידען דעם ציגערעטל אויפן וועג צום תפיסה)
9) פונעם פראנצויז קען מען זיך לערענען ווען און ווי אזוי מען פסקנ'ט אריין די ווייב וועגען די הארבקייט פון צוברעכן א אידישע שטוב
10) ואחרון חביב, ווען איר זענט אין א שטוב וואס דער עיר קאנדישען באמבערט, אין איר האט נישט צוטריט צו די טערמעסטאט, ברויכט איר נישט מער ווי א שרויפען ציער און א האנטוך און אלעס איז מסודר על צד היותר טוב

געמאכט גאנצע צען, קוקט אויס די זכרון ארבעט נאך יא ב"ה

נעה, איך האב פארשטאנען אז דאס האט ער געטוהן כדי צו מאכן דער אסיסטענט אונטן זאל אוועקגיין פון זיין דעסק, גיין אויסטשעקן די עירקאנדישן, כדי חנה'לע און גוני'לע זאל קענען זיך אריינכאפן. חוץ טאמער דו זאגסט אז בדרך אגב ווייסטו שוין וואס צוטאהן ווען ס'איז צו קאלט, דעמאלס בין איך שטאט..

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:41 am
דורך טאמבל סאס
באשטעטיגט האט געשריבן:למי שלא הבין את הסוף
בגלל ההפגנות שם,הוא הזכיר את ההפגנות כשהיה בן תשע והילד שם זה יונה בן תשע ,והא גרם שאביו מת
והדבר הזה שהוא גרם למות אביו רדף אחריו כל חייו ועל גבי זה שראה שאשתו בלומה התחתנה למי שהוא אחר ,והשלטים של ברוך דיין האמת עליו ,בקיצור אתה יודע איך אדם שאבד הכל מרגיש -הוא רוצה למות, וזה בדיוק מה שקרה אחד לאחד

אני חושב שזה עמוק מדי, ובפרט זאת
והילד שם זה יונה בן תשע ,והא גרם שאביו מת
ובכן נהירא לי יותר כדברי [tag]אונטער חכם[/tag] שקרוב יותר להיות הפאנטש ליין, הגמר של הסדרה, גם כן.