נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:20 pm
די פרעכקייט פון באשולדיגן די ארוינים אין 'טעראר' איז נעקסט לעוועל.
די זאליס קענען באמת לעבן א רואיג לעבן אין קרית יואל סיי פריוואט און סיי די קהילה, זיי קענען דאווענען ווי זיי ווילן, מאכן מעמדים וואו און ווי גרויס זיי ווילן, זיי קענען אפשפארן ראודס, זיי קענען מחנך זיין זייערע קינדער וויאזוי זיי ווילן און ווי זיי ווילן, זיי קענען קויפן פלייש ווי זיי ווילן, זיי קענען חתונה מאכן ווי זיי ווילן, זיי קענען האבן זייער אייגענע צייטונג, זייערע אייגענע האטליין'ס, זיי מוזן זיך נישט צושטעלן צו מהר''א אין קיין שום פאל!
פארשטייט זיך אבער אז אינטערברעכן זיין הנהגה און שטערן זיינע פעולות איז נישט אריינגערעכנט אין די רעכטן פון תושבי קרית יואל, סיי ביי קהילת מהרז''ל און סיי ביי זיין אייגענע קהילה, און איינער וואס זוכט דווקא צו שטערן די הנהגה פון סיי וועלכע קהילה עס זאל נאר זיין, שטויסט זיך אן אין א שטייפע מלחמה.
די איין איינציגע זאך וואס מהר''א פארלאנגט יא איז אז ער זאל זיין די אחריות אויף די סידור קידושין. איין זאך.
יעצט, איך גיי יעצט אננעמען אז די גאנצע סידו''ק שטעלונג פון מהר''א איז אומבארעכטיגט, אבער הזאת טעראר יקרא? סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג זאל זיך אויפשטעלן זאגן אן א בושה אז 'די הנהגה איז פשוט געבויעט אויף על חרבך תחיה'?? ביזט ערנסט?
דו ווילסט טאקע וויסן וואס מיינט טעראר? ווען יענער בויעט זיין אייגענע ביהמ''ד ביזטו פארנומען אריינצוגעבן מסירות יעדע מינוט. ווען יענער עפנט א מוסד מאכסטו זיכער אז די מוסד זאל ווערן פארמאכט מיט מיליאנען דאלאר אין שאדנס און טויזענטער קינדער אויפן גאס.
די חוצפה פון די זאליס גייט נאך ווייטער. איינע פון זייערע טענות איז אז 'מהרא מיינט אז מ'האלט נאך אין די סמך יארן'.... הייסט אזוי, ווילאנג די סאטמארע הויפטשטאט איז געווען וויליאמסבורג, און די זאליס זענען געווען בעה''ב אין וויליאמסבורג און די ארוינים זענען געווען די צוקלאפטע נרדפים, דאן האבן די זאליס געטון ככל העולה על רוחם, זיי האבן ליטערלי געטון וואס זיי האבן געוואלט, זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט, סיי פאר פריוואטע מענטשן און סיי פאר די קהילה בכלליות. אבער ווען די מצב האט זיך איבערגעדרייט, און די ארוינים זענען ידם על העליונה מיט א מאכטפולע מאשין, דאן הייבט מען זינגען 'האלא ס'איז אנדערע צייטן היינט, אמאל זענען די זאכן געווען נארמאל, היינט דארפסטו מיך לאזן לעבן רואיג, ס'שוין נישט די סמך יארן'...
גוט מארגן ר' זאלי, נאך גוט טאקע אז די ביזט למעשה אויפגעשטאנען פון דיין שלאף, כאטש עס איז טאקע געקומען צוליב'ן זיין א מינאריטעט און א צווייטע קלאס בירגער - אזויווי די משנה זאגט כל המבטל את התורה מעושר סופה לבטלה מעוני - אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל, אבי דו פארשטייסט שוין היינט די געוואלדיגע רשעות און עוולות וואס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג פונעם מיאריטעט קעגן די מינאריטעט, און אויב זאל איך דארפן נעמען א פייוו אוער קלעסס אין הלכות נארמאלקייט און הלכות טעלארירן יענעמ'ס רבי און יענעמ'ס רעכט צו האבן זיין אייגענע קהילה, וואלסטו נישט געוואלט איך זאל עס לערנען ביי דיר....
קום מיך נישט יעצט איינטיילן ווען מ'מעג יא און ווען מ'מעג נישט. ווייל דו זאלי זאגסט אז נאר אין די סמך יארן איז טעראר געווען ערלויבט, און די ארויני האלט אז טעראר איז פארבאטן סיי אין די סמך יארן און סיי אין די פ' יארן, ס'נישט קיין שום חילוק! און דאס איז די סיבה פארוואס די ארוינים באגייען זיך אזוי שיין צו די זאליס און לאזן זיי טון וואס זיי ווילן.
און אויב איינער האלט אז א פארלאנג צו האבן אחריות אויף סידור קידושין איז טעראריזם, זעמיר גרייט צו הערן די ארגומענט, אבער נישט פון אזעלכע וואס האבן געטון כל מיני טעראר. דו, זיי מוחל זיץ איין, און טו תשובה אויפן עבר, און פריי דיך אז דו קומסט כאטש עפעס אפ מדה כנגד מדה (לשיטתך) נאך אויף דעי וועלט.