בלאט 7 פון 7

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:22 am
דורך עוקר הרים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין אז דא קען מען זאגן די זעלבע תורה, די סיבה פארוואס מ'טוט עס איז אלס חביבות המצווה, די אויגן מיט די געלט איז נאר א סגולה.
וואס איז די חביבות פון עס לייגען פינקט אויף די אויגען??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:23 am
דורך פארוואס?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס זאל עס זיין ערגער פון שאקלען לולב כדי אפצושטעלן שלעכטע ווינטן און רעגנס? (סוכה לז:)

עס איז טאקע נישט ערגער, נאר דאס איז א דאורייתא און יענץ איז נאר א מנהג. דאס שטערט קיינעם און יענץ איז גורם איבעריגע צער בעלי חיים.

דרכי האמורי מיינט נישט אז די אמורים זענען ווייניגער ראציאנאל ווי אידן, עס איז נאר פשוט נישט אונזער גלויבונג.

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 2:21 am
דורך החוקר
@פארוואס? רביה"ק באציעט זיך צו לולב vs שמירן הבדלה וויין נישט צו כפרות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 5:28 pm
דורך אייניקעל
ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך לכבוד עניני דיומא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 7:30 pm
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד האט געשריבן:דער ענין איז משום חביבות המצוה. אויסצוטרונקן דעם כוס און לייגן די שיריים אויפ'ן פנים.

די קשיא איז נאר פארוואס פונקט הבדלה און נישט ביי כוס של ברכה און קידוש.
וואספארא חביבות המצוה וועסטו ארויסווייזן ביי כפרות. אז דו האסט ליעב דעם טשיקן? איך האב אויך ליעב דעם טשיקן ווען ער/זי איז אפגעקאכט און ליגט אויף מיין טעלער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:19 pm
דורך סקעפטיקער
נתן סליפקין ברענגט גוט ארויס אז עס איז נישט די מנהג כפרות בעצם וואס איז א פראבלעם, נאר די וועג וויאזוי עס ארבעט היינט
https://www.rationalistjudaism.com/p/the-chicken-swing

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:38 am
דורך כף הקלע
מיין מאמע האט מיר פארציילט אז זי האט געטוהן כפרות ביי בינגאו פאר א סך הכל פון $5!
איך האב מורא געהאט צו פרעגן ווי אזוי עס האט אויסגעזען, ווייל פארשטייט זיך, זיך אפגעבן מיט די עופות ווי מען דארף איז נישט זייער טייער, אבער עס געדוירט אביסל צייט און צייט פון ארבייטער איז געלט.
דאס איז נאנט צו מיין הארץ ווייל איך האדעווע טשיקענס.