קאך_לעפל האט געשריבן:א איד נעבאך געפאנגן ביי די נאציס. אפגעגאלט און אנטבלויזט, הונגעריג און קראנק. פארלוירן א רעבעצן א צדיקות מיט 3 געלונגענע קינדער, פארלוירן זיין גאנצע געמיינדע, קומען דא א פאר פאסקודניאקעס, לופטיגע ניקים וואס געבן אין אלגעמיין גארנישט צו צום שטיבל, בלויז זייער טיפשות און שמאל-קעפיקייט - און טרייבן אקטאוועס פון אים... סארא שאנדע.
בלויז ווייל ער האט געהייסן טייטעלבוים און ער האט פיינט געהאט די ציונים מיט די בני יואל.
אינטערעסאנט אז דער לעגאנדארער סאטמאר האסער מרן ארי נוהם האט זיך נאך נישט באוויזן אויפן האריזאנט מיט זיינע קליגע קאמענטארן אויפן אנטדעקטען בילד. ער איז נאך ווארשיינליך פארנומען צו עסן בילקעס אין סקולען...פילייכט וועט ער דא באלד אריינקריכן....
צר לי עליך אחי.
קודם כל, לאמיר באסטן דיין באבל. כ'האלט ווי העניך האט געשריבן אין זיין אשכול. די בילד איז קודש קדשים, אזויווי דאס בילד פון דער קדוש ה' מבעלזא וואס איז געראטעוועט געווארן פון די נאצישע רשעים און ס'איז פאראייביגט געווארן דער חותם ה' מיטן בילד וואו ער גייט אן א בארד.
כבר כתבנו אין יענעם טרויעריגן אשכול פון דעם פי האתון ממאנרא, אז לדעתי ליגט דעם צלם אלוקים דווקא אין אזא בילד. דאס ווייזט ווי א איד איז אריבער די ביטערע צרות עד הסוף, און איז פארט פארבליבן אן ערליכער איד (און אפילו אויב נישט, ווייזט עס אויפן ליידן צוליב זיין א טייל פונעם אידישן פאלק), און דא ליגט דער צלם אלוקים.
צו חוזק מאכן פונעם ברך באזירט אויף דעם בילד איז רשעות און געמיינהייט, נישט בעסער פון די מאה שערים'ניקעס וואס מאכן ליצנות פונעם ביטערן האלאקאוסט מיטן נאכשרייען סאלדאטן "נאציס", א נאמען וואס איז רעזערווירט פאר די דייטשע בעסטיאלן וואס האבן גע'שחט'ן די זיידעס פון די מאה שערימ'ניקעס און די איזראעלישע סאלדאטן ביינאנזאם.
דער בילד פונעם ברך דארף ברענגען טרערן אין די אויגן, און עס דארף אריינגעלייגט ווערן אין א ראם, צוזאמען מיט די בילדער פון אנדערע אידן וואס זענען אדורך דעם קריג און זענען געבליבן מאמינים בה' און האבן מיט איבערמענטשליכע כוחות איבערגעפלאנצט אידישקייט נאכן חורבן.
און בנוגע מיין שיינעם טיטל "לעגענדארער סאטמאר האסער", וואס ס'גייט מיך נישט אן וואס דו קלערסט, אבער אזויפיל קען איך דיר יא זאגן פשוט להניח את דעתך - אויב אזא זאך איז מעגליך - אז כ'האב גאנץ קנאפ מיטן ברך איינגעשטויסן, חוץ פון דעם וואס ער איז געווען אן איידעלע נשמה וואס וואלט נישט באדארפט ווערן רבי, און זיין רביסטעווע האט אים ליידער צוגרונד געלייגט. כ'האלט אז ער איז געווען זייער א געשמאקע איד, א פשטן און היבשער ענוותן, א יודע ספר און יודע וואס טוט זיך אויפן וועלט, אבער סאטמאר איז נישט געווען געאייגנט פאר אים.
מיין שנאה צום קרית יואלן צדיק איז נישט צוליב דעם וואס ער איז איינע פון די אדמור"י סאטמאר, נאר צוליב זיין מהות. ער איז ביי מיר פונקט אזא צדיק און ערליכער איד ווי זיין שוואגער פון שוואנצונעס, וואס האט טעראריזירט זיין אייגענע עולם גענוג לאנג ביז די מהפיכה האט אים געמאכט עטוואס מער איינרוען. ווידער, גארנישט מיט סאטמאר איינגעשטויסן.
דער הייליגער סאטמארער רב ר' יואליש, איז געווען אן אויסגעארבעטע איד, און טראץ זיינע שיטות מיט וואס רוב כלל ישראל איז נישט איינשטימיג, ווערט ער נישט אפגעפרעגט בשום קנה מידה, און כ'האלט פון אים עולם ומלואו.
אלזא, כ'זע נישט מיט וואס איך בין א סאטמאר האסער.
אויב דו האסט נישט די מעגליכקייט צו פאנאנדערטיילן צווישן די דריי אידן וואס האבן פארנומען דעם אדמורות שטעלע אין סאטמאר, איז עס דיין פראבלעם, נישט מיינע.
און אז כ'האב דיר שוין אויפן ליין, לאמיך דיר שטארק באדאנקען פאר דיינע אנאליזן איבערן ווייסע הויז, טראמפ, דעמאקראטן, א.א.וו. איך לייען עס תמידין כסדרן און איך האב באמת גאר שטארק הנאה דערפון, סיי פון דיין שפראך, סיי פון דיין אנאליז, און סיי פון דיינע מסקנות. כ'מאך נישט חוזק, נאר כ'מיין עס ערנסט. א גרויסן דאנק מעומק הלב.