בלאט 2 פון 4

נשלח: מוצ"ש פעברואר 25, 2023 10:16 pm
דורך חב''ד הויזן
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:די פייער דעפארטמענט ווייסט נאכנישט וויאזוי די פייער האט זיך אנגעהויבן… געווענטליך ווייסן זיי גלייך… נישט קיין גוטע נייעס… סאיז דא א יש אומרים אז ס׳איז א ענדליכע מעשה צו די פייער אין סקווירא ווי א קנאי האט אינטערגעצינדן די הויז ווייל יענער איז נישט געגעאנגען אין שפאן…

לאמיר האפן אז ס׳איז נישט אמת!
וועלכע בעל דמיון האט דאס אויפגעטראכט? נ"ר? אדער עפעס א צווייטע נער?
די חשד האט שוין געשלאגן ווארצלען אויף אייוועלט אויך. אינטרעסאנט אז מ'מעקט עס נישט דארט. זעט אויס אז ס'איז יא קראנט.

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 12:12 am
דורך אינטערסאנטער
חב''ד הויזן האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:די פייער דעפארטמענט ווייסט נאכנישט וויאזוי די פייער האט זיך אנגעהויבן… געווענטליך ווייסן זיי גלייך… נישט קיין גוטע נייעס… סאיז דא א יש אומרים אז ס׳איז א ענדליכע מעשה צו די פייער אין סקווירא ווי א קנאי האט אינטערגעצינדן די הויז ווייל יענער איז נישט געגעאנגען אין שפאן…

לאמיר האפן אז ס׳איז נישט אמת!
וועלכע בעל דמיון האט דאס אויפגעטראכט? נ"ר? אדער עפעס א צווייטע נער?
די חשד האט שוין געשלאגן ווארצלען אויף אייוועלט אויך. אינטרעסאנט אז מ'מעקט עס נישט דארט. זעט אויס אז ס'איז יא קראנט.
ממש א ראי' ברורה הפלא ופלא, אפילו די רשב"א וואלט דאס נישט געקענט אפפרעגן. די ראי' איז אין לה פירכא, אזוי ווי א שטיינערנע וואנט, מען קען דאס בשום אופן נישט אפפרעגן. דאס איז עס.

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 5:18 am
דורך בן-עולם-הבא
פייער אין סאטמערער ישיבה אין ירושלים האט רח"ל פארברענט צווי ספר-תורות און תפילין'ס און שווער באשעדיקט דאס געביידע.

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 7:56 am
דורך טינט פען
בן-עולם-הבא האט געשריבן:פייער אין סאטמערער ישיבה אין ירושלים האט רח"ל פארברענט צווי ספר-תורות און תפילין'ס און שווער באשעדיקט דאס געביידע.
נא קענסט עפענען א אשכול, דא קומט עס נישט.

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 9:30 am
דורך חכם עתיק
טינט פען האט געשריבן:
בן-עולם-הבא האט געשריבן:פייער אין סאטמערער ישיבה אין ירושלים האט רח"ל פארברענט צווי ספר-תורות און תפילין'ס און שווער באשעדיקט דאס געביידע.
נא קענסט עפענען א אשכול, דא קומט עס נישט.

ער זוכט א קאנספירעסי אויף יענעמעשה אויף.

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2023 11:23 am
דורך מונטסורי
טינט פען האט געשריבן:
בן-עולם-הבא האט געשריבן:פייער אין סאטמערער ישיבה אין ירושלים האט רח"ל פארברענט צווי ספר-תורות און תפילין'ס און שווער באשעדיקט דאס געביידע.
נא קענסט עפענען א אשכול, דא קומט עס נישט.
גראדע אפשר קומט עס יא דא אריין, ווען ביי אפאר ריפלעיסעבל ספרים איז מען גוזר תענית אבער ווען א גאנצע משפחה ווערט פארטיליגט אזוי טראגעדיש באגעניגט מען זיך מיט א טיפע קרעכץ, אפשר איז צייט איבערצומאכן אונזער תענית רול-בוק.

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2023 12:40 pm
דורך חב''ד הויזן
מונטסורי האט געשריבן:גראדע אפשר קומט עס יא דא אריין, ווען ביי אפאר ריפלעיסעבל ספרים איז מען גוזר תענית אבער ווען א גאנצע משפחה ווערט פארטיליגט אזוי טראגיש באגעניגנט מען זיך מיט א טיפע קרעכץ, אפשר איז צייט איבערצומאכן אונזער תענית רול-בוק.
ווייסט איינער די מקור פון פאסטן ווען א ס''ת ווערט פארברענט? איז עס בכלל א הלכה?

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2023 2:28 pm
דורך יין שרף
לכאורה נישט. אין שו"ע הלכות אבלות שטייט אז מען דארף צוויי מאל רייסן קריעה. (וגם זה דוקא אם נשרפה במזיד, ולא מפני דלקה)

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2023 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
תכלית: אבער מ'ווייסט שוין עפעס מער פרטים וויאזוי די פייער איז געשעהן?.

די גוי'אישע ראדיא (לאפוקי קול מבשר) האט געמאלדן אז די משפחה האט נישט געהאט קיין סמאוק דיטעקטארס אין זייער דירה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 6:43 pm
דורך ביבער
מונטסורי האט געשריבן:
טינט פען האט געשריבן:
בן-עולם-הבא האט געשריבן:פייער אין סאטמערער ישיבה אין ירושלים האט רח"ל פארברענט צווי ספר-תורות און תפילין'ס און שווער באשעדיקט דאס געביידע.
נא קענסט עפענען א אשכול, דא קומט עס נישט.
גראדע אפשר קומט עס יא דא אריין, ווען ביי אפאר ריפלעיסעבל ספרים איז מען גוזר תענית אבער ווען א גאנצע משפחה ווערט פארטיליגט אזוי טראגעדיש באגעניגט מען זיך מיט א טיפע קרעכץ, אפשר איז צייט איבערצומאכן אונזער תענית רול-בוק.
למעשה זעה איך אז דער קרית יואל נייעס בלאט באריכטעט עס אלס א נישט היימישע משפחה ממילא איז עס אונז נישט נוגע און פעלט באמת נישט אויס צו פאסטן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 7:01 pm
דורך סקעפטיקער
ביבער האט געשריבן:

רשעות

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 7:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביבער האט געשריבן:
למעשה זעה איך אז דער קרית יואל נייעס בלאט באריכטעט עס אלס א נישט היימישע משפחה ממילא איז עס אונז נישט נוגע און פעלט באמת נישט אויס צו פאסטן.
א משפחה מזרע ישראל :lol: :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 8:55 pm
דורך חב''ד הויזן
ביבער האט געשריבן:למעשה זעה איך אז דער קרית יואל נייעס בלאט באריכטעט עס אלס א נישט היימישע משפחה ממילא איז עס אונז נישט נוגע און פעלט באמת נישט אויס צו פאסטן.
ווער איז דעי קרית יואל נייעס בלאט? קיינמאל געהערט פון אזא אויסגאבע

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 10:31 pm
דורך ליימדארפער
איינער זאגט מיר היינט ער הערט א יואלי-קאפ שרייען אויף איינעם.
דיין גאנצע תורה און מצוות גייט גראד צו די אהרונים...

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 10:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווי האט נאר יענער געזאגט, כ'האב געוואלט עסן מצה נאך ראש חודש ניסן האב איך מיך געקויפט מצות פון אריזאונע ווייץ ווייל באמת איז עס דאך חמץ גמור... ס'מיר איבערגעליבן אביסל האב איך עס פארקויפט פאר אן ארוני אויף איבער פסח...

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 12:03 am
דורך הקטן
מונטסורי האט געשריבן:גראדע אפשר קומט עס יא דא אריין, ווען ביי אפאר ריפלעיסעבל ספרים איז מען גוזר תענית אבער ווען א גאנצע משפחה ווערט פארטיליגט אזוי טראגעדיש באגעניגט מען זיך מיט א טיפע קרעכץ, אפשר איז צייט איבערצומאכן אונזער תענית רול-בוק.
פארוואס זאל איינער מיינען דאס "תענית" איז די שטערקסטע וועג ארויסצוברענגען צער?

תענית האט א ספעציעלע מכוון וואס קען זיין איז מער אין פלאך ווען א ספר תורה פאלט אראפ ווי ווען איינער שטארבט אין לאזט איבער 8 יתומים

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 1:10 am
דורך yesiknow
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:
למעשה זעה איך אז דער קרית יואל נייעס בלאט באריכטעט עס אלס א נישט היימישע משפחה ממילא איז עס אונז נישט נוגע און פעלט באמת נישט אויס צו פאסטן.
א משפחה מזרע ישראל :lol: :lol: :lol:
די רבי דארט איז אויך פון יודישע זרע דאכטזיך נו שוין

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 9:01 am
דורך מאטי
די שרייבער רופט זיך זרש?

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:10 am
דורך ווייסעכניש
.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 5:30 pm
דורך שמעקעדיג
מאטי האט געשריבן:די שרייבער רופט זיך זרש?
Lol
אם מזרע היהודים.....

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 6:41 pm
דורך שמן למאור
ווען מהרז"ל וועט אוועקגיין פון וועלט וועט מסתמה שטיין אין דער בלאט אזא העדליין.

'א גרויסע (?) פירער פון א געוויסע רעליגיעזע סעקטע וואס שטאמט מזרע ישראל, איז אוועק פון די וועלט'...

וכן להיפך אין דער איד ווען מהר"א וועט גיין.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 8:17 pm
דורך מר. קלונימוס
חב''ד הויזן האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:למעשה זעה איך אז דער קרית יואל נייעס בלאט באריכטעט עס אלס א נישט היימישע משפחה ממילא איז עס אונז נישט נוגע און פעלט באמת נישט אויס צו פאסטן.
ווער איז דעי קרית יואל נייעס בלאט? קיינמאל געהערט פון אזא אויסגאבע
דאס איז די ''היימשטאט'' צייטונג, אן עקסטרמיסטישע ארוינישע וויקלי אין קר''י וואס קומט אן אין די מעילבאקס.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 8:29 pm
דורך מרדכי מרדכי
א משפחה מזרע ישראל להוציא די וואס האבן געשריבן די נייעס וואס זענען נישט?

עס דערמאנט מיך וויאזוי די סאטמארע צייטונגען האבן באשריבן הרב עובדיה יוסף "די גייסטישע פירער פון די שבע פארטיי"