בלאט 2 פון 2

Re: StandWithIsrael#

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 1:06 am
דורך נחבא
אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:27 am
חובב ציון האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 6:48 pm זיין פראפיל דערצערענט מיר, פארוואס פארשמירן די גאנצע חסידישע געמיינדע?? דאס צינד דאך אן א פייער! ווער ווייסט וואס דאס קען ח"ו צוברענגען.
מ'דארף פארשטיין פון ווי ער קומט...
ניין, נישט אזוי גייט די לינקע שלאג ווערטער נאך יעדע טעראר אטאקע?
די @יעקוואלף איז נעבעך אנגעווייטאגט, פאלעסטינער האבן נארוואס ערמארדעט 1,300 פון זיינע ברודער'ס און שוועסטער'ס, דארפסט עס לייגן אין קאנטעקסט.
גיי פרעג AOC מיט אילהאן אמאר ימ''ש, אייביג זענען זיי אזוי סימפאטיש צו טעראריסטן....
דאן זאל ער ווענטן אין זיין פריוואטע ביה"כ, נישט געבן שטאף פאר אנטיסעמיטן אויף א פובליק פלאטפארמע.

Re: StandWithIsrael#

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:11 am
דורך פונדאַמענטאַל
אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:16 pm מיר דארפן געדענקען און דאס שטארק איינ'חזר'ן:
נישט די ציוניסטישע מדינה היט אויף די אידן אין ארץ ישראל - נאר דער רבונו של עולם!!!
נישט כוחי ועוצם ידי - נאר תפילות לאל.
נישט כפירה ומינות - נאר אמונה טהורה.
נישט דער גוג ומגוג מיליטער - נאר ביטול מלכות המינות.
זאל מיר שוין טאקע זוכה זיין במהרה דידן.
פארוואס זענט איר אזוי אומזיכער מיט זיך אז איר ברויכט דאס אזוי שטארק איינ'חזר'ן?
די ריבונו של עולם - דורך זיינע געטרייע שליחים אין די צעניסטישע מדינה היטן. פארגעס נישט פון השתדלות, די רבי זי''ע האט אליינס פיל מאל געזאגט אז מען דארף טון השתדלות...
נישט כוחי ועוצם ידי, נישט כפירה ומינות. איינער האלט אנדערש?
איך האב איבערגעקוקט די נייעס, נישט געהערט איבער קיין גוג ומגוג מיליטער (אפשר א עפעס א ספעציעלע מיליטערישע יוניט פון וועלכע איך האב ביז היינט נישט געהערט?...).
אזוי אויך מלכות המינות ווייס איך נישט פונקטלעך וואס דאס איז. אפשר די ממלכת להט''ב? אדער אפשר פונעם צווייטען זייט ממלכת בעלזא?
בכלל, וויאזוי וועט מבטל זיין די ממלכה היטן אויף ארץ ישראל? זייט מסביר וויאזוי דאס ברויך זיך אויסשפילן.
וואס מיינט במהרה דידן?... אפשר איז עס די אלט פארגאסענע לשון הקודש וואס די צעניסטען האבן עוקר געווען? אדער אפשר לערנען מיר נישט קיין דקדוק...
בכל אופן, מיין איך אז איר זאלט אפפארן קין ארץ ישראל גלייך פאר די ממלכת המינים ווערט בטול, צו שפירן אויף די אייגענע ביינער ווי איר זענט באשיצט.

Re: StandWithIsrael#

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:58 am
דורך שאלתיאל
שאלתיאל, פארוואס האַסטו אזוי די עקלהאפטיגע היפאקריטישע מידיע?

Screenshot_20231017_175354_X.jpg

Re: StandWithIsrael#

נשלח: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:21 am
דורך שאלתיאל
שאלתיאל, פארוואס טראָסטו נישט די עקלהאפטיגע אומאחריות'דיגע מידיע?

סה"כ האבן זיי באזירט זייערע נייעס באריכט איבער אַן אנגעבליכע דראמאטישע געשעניש אין עזה (עקספלאוזשן פון א ציווילע שפיטאל, הונדערטע טויטע) אויף קוועלער פון חאמאס- א טעראריסטישע ארגיניזאציע וואס שיסט הונדערטע מיסעלס טעגליך אויף מד"י און האבן א רעקארד פון פרעכע ליגנטס - און באלד אנגענומען זייער נעראטיוו גאנצערהייט אן קיין שום קווענקעלישן אדער איבעריגע פראגעס (איזראעלי עיר סטרייק אויף שפיטאל, הונדערטע טויטע), וואס האט זיך פארשטייט ארויסגעוויזן צו זיין גענצליך פאלש (נישט איזראעלי עירסטרייק נאר אייגענע מיספייערד מיסעל, נישט אין שפיטאל נאר די פּארקינג לייט דערנעבן, נישט קיין הונדערטע טויטע ווייט דערפון), אבער האט אינצווישן אנגעהעצט די סיטואציע אין די אראבישע לענדער מיט טויזענטע צעיוזשעטע מאסן וואס פראבירן אטאקירן איזראעלי און אמעריקאנער עמבעסיס אין אנקארא און אין בייראט.

Israel: Hundreds killed in air strike on Gaza hospital, Palestinian officials say - BBC News
Screenshot_20231018_175831_Rotter.jpg
Screenshot_20231018_175845_Rotter.jpg
Screenshot_20231018_180329_Rotter.jpg
Screenshot_20231018_181435_Rotter.jpg

Re: StandWithIsrael#

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 10:50 am
דורך שאלתיאל
א ביטערע וויץ אויף אונזער חשבון
Screenshot_20231020_174726_X.jpg

Re: StandWithIsrael#

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 2:56 pm
דורך שאלתיאל
Noa tishbi 👏

Re: StandWithIsrael#

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:30 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
שאלתיאל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:21 am שאלתיאל, פארוואס טראָסטו נישט די עקלהאפטיגע אומאחריות'דיגע מידיע?

סה"כ האבן זיי באזירט זייערע נייעס באריכט איבער אַן אנגעבליכע דראמאטישע געשעניש אין עזה (עקספלאוזשן פון א ציווילע שפיטאל, הונדערטע טויטע) אויף קוועלער פון חאמאס- א טעראריסטישע ארגיניזאציע וואס שיסט הונדערטע מיסעלס טעגליך אויף מד"י און האבן א רעקארד פון פרעכע ליגנטס - און באלד אנגענומען זייער נעראטיוו גאנצערהייט אן קיין שום קווענקעלישן אדער איבעריגע פראגעס (איזראעלי עיר סטרייק אויף שפיטאל, הונדערטע טויטע), וואס האט זיך פארשטייט ארויסגעוויזן צו זיין גענצליך פאלש (נישט איזראעלי עירסטרייק נאר אייגענע מיספייערד מיסעל, נישט אין שפיטאל נאר די פּארקינג לייט דערנעבן, נישט קיין הונדערטע טויטע ווייט דערפון), אבער האט אינצווישן אנגעהעצט די סיטואציע אין די אראבישע לענדער מיט טויזענטע צעיוזשעטע מאסן וואס פראבירן אטאקירן איזראעלי און אמעריקאנער עמבעסיס אין אנקארא און אין בייראט.

Israel: Hundreds killed in air strike on Gaza hospital, Palestinian officials say - BBC News

Screenshot_20231018_175831_Rotter.jpg

Screenshot_20231018_175845_Rotter.jpg

Screenshot_20231018_180329_Rotter.jpg

Screenshot_20231018_181435_Rotter.jpg
גראדע אין דעם פאל כאפ איך נישט דעם ויצעקו, ווען זיי בלייבן ווען אננעמען חמאס'ס נאראטיוו איז איין זאך, אבער ווי נאר די שטויב האט זיך געזעצט האבן אלע געטוישט די העדליינס, איי פארוואס האבן זיי ארגינעל אנגענומען חמאס'ס ווערסיע, ס'איז א פשוטע זאך אז ווען מדינת ישראל אטאקירט איבער צוויי טויזנט צילן אין עזה אין איין וואך, און זענען זיך בכלל נישט מחייב נישט צו שעדיגן ציווילע [זיי זענען זיך מחייב נישט צו צילן ציווילע, שעדיגן איז נישט קיין פראבלעם ווילאנג סשטימט מיט די מלחמה געזעצן] און דא געשעהט א אויפרייס אויף א שפיטאל, אויף א פארנעם וואס נאר א העכסט סאפיסטיקירטע באמבע קען אנדרייען, איז נישט מער ווי געזונטע לאגיק אז די ערשטע מסקנה זאל זיין אז סאיז א איזראעלישע ארבעט.

ווי נאר די איזראעליס האבן זיך אפגעשאקלט דערפון, און נאכן צושטעלן באווייז, און ערקלערן אז די אויפרייס איז נישט געווען אזוי גרויס, און אז די סיבה פארוואס סהאט יא געמאכט אזא אומפראפארציאנעלן שאדן פאר א אראבישע ראקעט איז וויבאלד די ראקעט איז נארוואס ארויסגעשאסן געווארן און איז נאך געווען פול מיט גאז. האבן אלע אראפגעגבעקט פון די ווערסיע פון די טעראריסטן. אלזא וואס איז די טענה דא?

Re: StandWithIsrael#

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 12:59 am
דורך שאלתיאל
ווי ווייט איך ווייס באשטימט מען נישט קיין נייעס אויף לאגיק, געזונטע אדער נישט, נאר אויף פאקטן. זיכער ווען מען רעדט פון אזא דראמאטישע ניעס. און אויב דו לויפסט גלייך באשטימען די פאקטן מיט א זיכערקייט באזירט אויף וואס כאמאס זאגסט דאן ביזטו א דעזעסטער. דו קומסט נישט נאך די מינימאלע דזשורנאליסטיק עטיקס. דאס אז דו ''פארעכסט'' שפעטער דיין פרעכע ליגנט נעמט נישט אראפ פון די הארבקייט פונעם טהאט און ס'מאכט אויך נישט אויס קיין סאך ווייל די וועג וויאזוי די באריכסט עס אין די ערשטע מינוטן איז קריטיש און איז קובע די נעראטיוו הלכה למעשה און די דעמעדזש איז שוין געמאכט געוארן.

און אויב גייסטו יא מיט לאגיק (וואס כאמור איז נישט רעלעווענט בכלל לדעתי) וואלט איך געזאגט אז ס'איז אסאך מער מסתבר אז ס'זאל קומען פון די טעראריסטישע כאמאס וואס שיקט טויזענטע מיסלס א טאג און צענדליגע דערפון ווערן מיספייערד טעגליך ווי פון די איזראעלי מיליטער וואס זאל סתם באמבאדירן א ציווילע שפיטאל און נאך דערצו פאר די באזוך פון ביידן.

(אגב, די וואשינגטאן פאוסט העדליין איז פון א טאג דערנאך ווען ס'איז שוין געווען קלאר אז ס'אז נישט קיין איזראעלי עיר-סטרייק)

Re: StandWithIsrael#

נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 9:00 am
דורך פשוטע אלף בית
#standwiththeeibershter

Re: StandWithIsrael#

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:30 am
דורך שאלתיאל
וואס וועט זיין BBC?

דזשעקסון הינקל איז שוין באלד מער רילייעבל.

photo_2023-11-15_12-40-37.jpg

Re: StandWithIsrael#

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:34 pm
דורך פונדאַמענטאַל
פרישע job opening