בלאט 1 פון 1

באדעקן גויאישע פנימ'ער

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:15 pm
דורך שרגא
קוקנדיג יעצט דעם נייעם "שטערן", באמערק איך ווי אלע פנימ'ער פון גוים זענען בלוירי. ווער האט יעצט פריש געלייגט דרוק?
די היימישע צייטונגען און מאגאזינען זענען ב"ה געשטיגן אין קוואליטעט אין די לעצטערע יארן, מיט דער פרישער מעלה פון באדעקן יעדן גויאישן פנים. אנשטאט נאכמאכן יענעמ'ס גוטע איידיעס אדער ארטיקלעך, זוכן היינט אלע נאר נאכצומאכן און איבערשטייגן יענעמ'ס משוגעת'ן. יעצט וועלן מיר שוין מער נישט נכשל ווערן מיט די ראיות אסורות... אמת'דיג, עס פעלן דען ערנסטע קאמפיינען און וויכטיגע גדרים צו מאכן אין דער היינטיגער וועלט? וואס קומט נעקסט, נישט שרייבן אויף אשר-יצר פאפיר, אדער אפשר זאל מען מוזן טובל'ען די פאפיר? עס נעמט דאך נישט קיין עק.