בלאט 11 פון 16
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:13 am
דורך קהל'ס נער
סעגאל האט געשריבן:דאס נישט שרייבן פרויען נעמען גייט שוין אן אפאר יאר אבער דאס איז די ערשטע מאל איך זע עס אין א אינוועטעשן וואס איך פארשטיי נישט איז א אינוועטעשן שיקט מען געווענטליך נאר פאר משפחה און חבירים וועמען שטערט די פרויען נעמען נאכמער מאדנע ווערט עס ווען מען טראכט אריין אז די חלק אינוועטעשן איז נישט א מנהג אז מען שרייבט אלע נעמען פין די זיידעס נאר אפיציעל שרייבען עס די זייעס נאר אנשטאט זיי זאלן דארפען שרייבן א עקסטערע בריוו לייגט מען עס דארט אריין.
ווארט נאך אביסל און מען וועט שוין מער נישט שרייבן די נאמען פון די כלה, (בכלל וואס פעילט אויס א כלה צי די חתונה?)
אבער די עיקר איז מען זאל געדעינקען צי שרייבן אויפן אינוועטעישען, וואס טיט זיך ביים כלה דארט אינטן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:30 am
דורך ליב צו וויסן
קהל'ס נער האט געשריבן:אבער די עיקר איז מען זאל געדעינקען צי שרייבן אויפן אינוועטעישען, וואס טיט זיך ביים כלה דארט אינטן.
?????
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:57 am
דורך Nanach
ליב צו וויסן האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:אבער די עיקר איז מען זאל געדעינקען צי שרייבן אויפן אינוועטעישען, וואס טיט זיך ביים כלה דארט אינטן.
?????
די common טיטלען וואס מען שרייבט אויפן כלה, הכלה ה"בתולה" המהוללה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:41 pm
דורך סעגאל
קהל'ס נער האט געשריבן:
ווארט נאך אביסל און מען וועט שוין מער נישט שרייבן די נאמען פון די כלה, (בכלל וואס פעילט אויס א כלה צי די חתונה?)
אבער די עיקר איז מען זאל געדעינקען צי שרייבן אויפן אינוועטעישען, וואס טיט זיך ביים כלה דארט אינטן.
דאס איז שוין לאנג איינגעפירט אין די אשת חיל אדער עקרת הבית
(געדענק נישט וועלכע) אז ביי שידיכם שרייבט מען נאר הכלה מרת תחי' .
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:07 pm
דורך צפור בודד
המלוכה והממשלה האט געשריבן:.
"מיין שוועסטער בענטשט הויך אויפן קול" איז א פירצה נוראה אשר תוצאותיה מי ישורנה ובלי שום ספק מצווה הבאה בעבירה ואביזרייהו דגילוי עריות וביהרג ועל יעבור ממש.
ביים בענטשן אויפן קול איז לא ימלט א נוסח זאל זיך נישט אריינכאפן וואס דאס איז שוין קול באשה וואס א מאן קען חלילה הערן ר"ל און אזוי ארום צוקומען צום ערגסטנס ורבים חללים הפילה ואכמ"ל.
און ווער רעדט נאך די הרהורים פון הערן פון דער אשה חצופה ועוברת על דת ישראל די ווערטער "ועל בריתך שחתמת בבשרינו". לבב מי לא ימס? אבר מי לא יתקשה ר"ל? און פון זיך מתבונן זיין אין "ועל תורתך שלימדתנו" קענען זיי נאך צוקומען צו לערנען חומש, רש"י הש"י וואס גדולי ישראל מקדמת דנא האבן פה אחד בכל חומר גע'אסר'ט. היל"ת!
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:52 am
דורך berlbalaguleh
ציפור בודד: דו ווייסט דאך אז ס'איז דא נאך לשונות וואס מ'קען נוצן. ס'איז ב"ה דא א פולער סטאק פון לשונות. עיין ב..."איד"... אדער ..."בלאט"...!
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:04 am
דורך צפור בודד
berlbalaguleh האט געשריבן:ציפור בודד: דו ווייסט דאך אז ס'איז דא נאך לשונות וואס מ'קען נוצן. ס'איז ב"ה דא א פולער סטאק פון לשונות. עיין ב..."איד"... אדער ..."בלאט"...!
אוודאי ויותר ממה שקראתי לפניך כתוב שם וד"ת עניים במקום אחד...
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:47 am
דורך מונטסורי
מונטסורי האט געשריבן:אין דבר יום ביומו דעם פארגאנגענע פרייטאג, מעורר וועגן נאקעטע פערשט ביי די ווייבער רח״ל
נאך וואס די מענער האבן זיך אפגערעדט פארגאנגענע פרייטאג אין די דבר יום ביומו אויף די אומ׳צניעות׳דיגע נאקעטע פערשטען ביי די נשים, האבן זיך די נשים צדקניות תיכף ומיד אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפען למען קדושת מחנינו און ערצייגט די שפאגל נייע פוס-אונטערציערס וואס איז יעצט דא צו באקומען אין שווארץ און בעיזש. אויך וועט קורצליך זיין צובאקומען ווייסע אונטערציערס פאר די מיידלעך.
בזכות נשים צדקניות עתידים להיגאל!
די בייגעלייגטע עד איז ערשינען אין וויליאמסבורג shoppers route נעכטען
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:56 am
דורך קהל'ס נער
מונטסורי האט געשריבן:מונטסורי האט געשריבן:אין דבר יום ביומו דעם פארגאנגענע פרייטאג, מעורר וועגן נאקעטע פערשט ביי די ווייבער רח״ל
נאך וואס די מענער האבן זיך אפגערעדט פארגאנגענע פרייטאג אין די דבר יום ביומו אויף די אומ׳צניעות׳דיגע נאקעטע פערשטען ביי די נשים, האבן זיך די נשים צדקניות תיכף ומיד אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפען למען קדושת מחנינו און ערצייגט די שפאגל נייע פוס-אונטערציערס וואס איז יעצט דא צו באקומען אין שווארץ און בעיזש. אויך וועט קורצליך זיין צובאקומען ווייסע אונטערציערס פאר די מיידלעך.
בזכות נשים צדקניות עתידים להיגאל!
די בייגעלייגטע עד איז ערשינען אין וויליאמסבורג shoppers route נעכטען
היה לא תהיה דאס איז דאך די פריצה'דיגע זאקן וואס פרויען טיען ליידער אן אויף די טייץ.
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 3:23 pm
דורך איך אויך
היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 6:34 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
איך אויך האט געשריבן:היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
יומען העיר
ועוד יש לומר: שעטנז
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 7:01 pm
דורך צוזאמגעדרייט
קען זיין מען פלעגט עס שטריקן אין בית הכבוד.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 7:06 pm
דורך דיכטער
איך אויך האט געשריבן:היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
אז ס'האט נישט קיין חשש פון יומען טרעפעקינג און מאדערן סלעיווערי...
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
געווענליך בין איך נישט מקפיד א גארטל מיט אן השגחה אבער פסח ביים סדר שפיר איך אז ס'איז כדי מקפיד צו זיין...
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 10:10 pm
דורך יין שרף
איך אויך האט געשריבן:היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
געב עס אפאר יאר, און א קל וואס גייט מיט א גארטל אן א הכשר באקומט נישט קיין עליה...
But in a serious note... א גארטל איז דאך להפסיק בן ליבו לערוה, קען זיין דאס איז בהשגחתם...
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 11:54 pm
דורך כרם זית
עס איז דאך א בפירושע פסוק אז גארטל עכו''ם איז כשר: עם לבן גרתי.
עס קען אבער זיין אז זיי האבן געמאכט א ג''ש צו ציצית, פינקט ווי ציצית איז כפול שמונה און עס דארף זיין לשמה, אף חגור וואס איז כפול שמונה דארף זיין לשמה.
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 11:55 pm
דורך צקון לחש
יין שרף האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
געב עס אפאר יאר, און א קל וואס גייט מיט א גארטל אן א הכשר באקומט נישט קיין עליה...
But in a serious note... א גארטל איז דאך להפסיק בן ליבו לערוה, קען זיין דאס איז בהשגחתם...
סיריעס נאוט מיי פוט

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 12:37 am
דורך צפור בודד
איך אויך האט געשריבן:היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
ווען די רבנים וועלן מיך לאזן געבן א הכשר אויף זייער לב און ערווה וועל איך זיי צולאזן צו געבן א הכשר אויף מיין הפסק.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 9:26 am
דורך צוזאמגעדרייט
ער גייט שוין היינט צוטאגס מיט אן OU גארטל...
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 10:07 am
דורך מחונך
איך האב אויך געזען וואסער פון באר מים מיט א השגחה פון סאחדעס. איך שגץ טרינק אן א הכשר...
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 1:03 pm
דורך פרנס החודש
האיך מעשרים את המלח… classical virtue signaling.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 3:32 am
דורך צפור בודד
לאך, לאך ווייל דער נאר ביסט דו און דער ד'זאוק איז אויף אונז. אז אונז קויפן שמן זית אויף חנוכה דווקא מיט א הכשר, און זילבער פאפיר מיט א הכשר, און וואסער מיט א הכשר, און פלאסטיק קאפס מיט א הכשר, און מאביילס און סמראטפאונס און פילטערס מיט א הכשר, און מי יודע וואס נאך, איז פארוואס נישט אויך א גארטל? הכשרים פונקציאנירן ווי מאפיא שוץ געלט. מ'שיסט טאקע קיינעם נישט און מ'ברענט נישט אפ געשעפטן (חוץ אמאל א סמארטפאון געשעפט פון א מומר להכעיס), אבער די געשעפטסלייט ווייסן אליין וואס די קליענטן 'דארפן' און איבער די פראדוקטן וואס זיי קרומען מיט דער נאז ווען ס'איז חלילה סמוך ונראה צו אן 'ערליכער' היימישער הכשר. און טאמער פארגעסן זיי, וועט מען אנקלעבן דער שטאט מיט 'להסיר מכשול' פלאקאטן דעם עולם צו דערמאנען.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:30 am
דורך שמעון וואלף
איך האב פארהערט מיין אינגעל די וואך:
שני גיים בבטנך - צוויי פעלקער זענען אין דיין לייב
אין דיין וואס?
אין דיין לייב
אקעי, איך הייבט הענט.