בלאט 3 פון 5
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 4:34 pm
דורך שעפסעלע
די 2013 ביזנעס דיירעקטארי פון קרויס איז היינט זונטאג געווארן דעליווערט פאר א גרויס חלק וויליאמסבורג
מיט די ערשטע בליק קוקט אויס אז ער איז די זעלבע דיק ווי פאריאר
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 4:37 pm
דורך שעפסעלע
נאכן איבערקוקן זעה איך, אז פאריאר איז געווען פונקט הונדערט זייטן מער אדווערטייזמענטס
אזוי אויך האבן זיי היי יאר מיטגעשיקט א קליינע ביכל וואס איז א ביזנעס ליסטונג, אין דארט אינעם קליינע ביכל איז אויך דא א קאפי פון א בריוו אינטערגעשריבן פון עטליכע חברי בד"ץ עידה החרידית, אז ישראל בער קרויס איז נשיט געווען פארמישט אין די מסירה
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 5:54 pm
דורך איחוד פעלד
ווייסט איינער וואס איז פארגעקומען ביי די דין תורה צווישען ביזנעס דיירעקטארי מיט דער דזויאיש בוק?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 8:26 pm
דורך זר זהב
ס'דא איינער וואס אדווערטייזט זיך "קאמיוניטי קאנטאקטס", זיידא קרויס. וואס איז דאס? קיינער האט נאך דערפון נישט גערעדט דא.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:12 am
דורך שעפסעלע
זיידא קרויס איז א טאג נאכן געריכט פון נחמי' ארויסגעשפרינגן מיט עדס אין אלע פעפערס, אז ער עפענט א דיירעקטארי מיטן נאמען קאמיוניטי קאנטעקטס, למעשה איז די פאון בוק איבערגעשטיקן מיט עד'ס אז זיידא קרויס איז ארויסגעפאלן.
מיט געציילטע וואכן צוריק איז ער אויפגעקומען מיט א איינפאל, אז ער וועט מאכן א דיירעקטארי וואס וועט האבן אלע ביזנעסער אדווערטיייזד אויפן זעלבע סייז, וואס איז די גרויס פון א ביזנעס קארטל, אזוי אז יעדער קליינע גראסערי, איז גלייך מיט די גרויסע פאמאגראנעט און גלייכן.
למעשה הייסטעס אויפן גאס, אז זיידא קרויס איז מצליח, אין אסאך האבן שוין אריינגעלייגט עדס ביי אים
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:59 pm
דורך נולד מאוחר
כהער היינט איז געווען פאשקווילן קעגן די ביזנעס דיירעקטארי און ווילי.
מסתמא האט עס די נייע פאן בוק אנגעדרייעט.
איך וויל וויסען די אלע פאשקעווילן ווארפערס ,ווען נישט סדא נאך א בוק וואלט זיי נישט געניצט די ביזנעס דיירעקטארי?
אויב פאר דיר איז דאס גוט ווען סנישט דא אן אלטערנעטיוו מעג עס נישט זיין גוט פאר מיר ווען סדא נאך איינס?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:03 pm
דורך איחוד פעלד
איין מאל די בוק איז אינדערויסען מעגען זיי ווארפען פאשקעווילען אין קדחת אריין, עס מאכט נישט קיין גרויסע נפק"מ.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:07 pm
דורך זר זהב
ער האט מיט 100 זייטן ווייניגער פון דאס לעצט יעריגע ביך.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:20 pm
דורך נולד מאוחר
100 ווייניגער די געלע בלעטער , אדער דע בוק בכלל איז ווייניגער 100 בלעטער?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:21 pm
דורך זר זהב
פון די עדס
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:11 am
דורך שמעקעדיג
פילייכט צוליב די געפאלענע עקאנאמיע.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:16 am
דורך נולד מאוחר
האט שוין איינער גענימען די מיה צי דערגיין וועלכע געשעפטן האבן נישט עדווערטייזעד און ביזנעס דיירעקטארי ?
שמעקידיג אפי' מיט די שוואכע עקאנמי ואלט נאך אלץ געדארפט זיין די זעלבע ווי לעצטע יאר. אה''נ סדא וואס מאכן צי , קומט דאך אבער אויך צי נייע סטארס און סערוויסעס יעדע יאר.
ווער קען טשעקען די חיליק פון צוויי יאר ביז לעצטע , צי זען אויב סשוין געפאלן פארדעם'
אחחן געשעפט איז זיכער old w cafe עם האט מען דאך ציגעמאכט...
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:29 am
דורך שמעקעדיג
נולד.... דער סארקאזם דעטעקטאר האט זיך פארלאשן?
(איך מעג אויך פרעגן)?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:32 am
דורך געפילטע פיש
נאך צוויי אזייגער פארטאגס ארבעט עס נישט אזוי גוט.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:38 am
דורך שמעקעדיג
נולדד״ס ספעלל טשקער ארסעט זעכער נחשט צו גוט אזו שפעא
אייי געזס מיינז אויך ניש
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:02 pm
דורך זר זהב
און אז מרעדט שוין פון עדס מוז מען מעורר זיין א מודעה און א (פריינטליכע) אזהרה. ס'דא א גוישער פלאמבער וואס אדווערטייזד אינעם ביזנעס דירעקטארי א גאנצער זייט. ער געט זיך אן אלץ די בעסטע סערוויס און ביליגסטע פרייזן. צענדליגער מענטשן זענען ביטער אריינגעפאלן מיט אים. ער קומט אראפ און ער שיסט פרייזן, פאר פארשטאפטן טוילעט קען ער בעטן 500 דאלער און פאר דיר וועט ער עס ארפלאזן פאר בלויז 350... ער איז עלול צו שעדיגן אויב מ'וויל אים פארשיקן. ער קומט באוואפנט מיט גענוג טאלס אייך אפצושרעקן!
בארויבטע קאסטומערס האבן געמאכט א ויצעקו צו קרויז פונעם דירעקטארי, היתכן ער לאזט אריין אזא עד. האט ער א גרויסע טובה געטון און צוגעלייגט (שוין אינעם פאריעריגן ביך) עטליכע שורות צו יענעם עד. (קוקט אונטן פונעם עד פאר די צוגעלייגטע טעקסט) -- קען זיין אז ער האט דערמיט יוצא געווען, איך נעם נישט א שטעלונג. אבער מ'דארף וויסן נישט אריינצופאלן מיט דעם רויבער/פלאמער.

- book1.jpg (163.35 KiB) געזען געווארן 1391 מאל
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:18 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין ס'גאנץ אבוויעס אויב שטייט דאס נאר ביי דעם עד. קען גאר זיין אז ס'איז אומלעגאל צו דיסקרימינירן און נישט אננעמען א גוי'ס עד.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:20 pm
דורך זר זהב
אויב האט קרויז באווייזן מיט עדות אז דער גוי האט באראבעוועט און געסטראשעט קאסטומערס איז אומלעגאל נישט אנצונעמען זיין עד? איי דאונט טינק סוא.
אבער ס'טאקע מעגליך אז דער צוגעלייגטער טעקסט איז גענוג גוט.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:26 pm
דורך נייגעריגער
דאס זענען פון די גרויליגע פאשקעווילן וואס זענען אויסגעשפרייט געווארן!
פוי, פוי,
וואס איז בלוטיג?! די פאשקעווילן זענען בלוטיג!! געשריבן געווארן מיטן בלוט פון ר' ישראל בער!

- IMG-20130313-WA0007.jpg (26.26 KiB) געזען געווארן 1357 מאל

- IMG-20130313-WA0008.jpg (27.13 KiB) געזען געווארן 1357 מאל
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:34 pm
דורך זר זהב
אויב וואלט דאס געוען אונטערגעשריבן וואלט עס געווארן גוט?
מיין פראגע איז צי די קאנטענט איז אמת אדער ליגענט?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:43 pm
דורך געפילטע פיש
זיי האבן עס געווארפן אין ב.פ. אויך, ס'פאני אז זיי מיינען אז איינער אין ב.פ. געט א דעם.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:26 pm
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:נולדד״ס ספעלל טשקער ארסעט זעכער נחשט צו גוט אזו שפעא
אייי געזס מיינז אויך ניש
ספעל טשעקער, סארקאזים דיטעקטער, עטס זענטס צי פארגעשריטען פאר מיר. די זאכן האבן נישט עקזיסטירט בוי מיינע זיידעס.
די ביסט פין די היינטיגע אינגעלייט?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 9:32 pm
דורך ידען
געפילטע פיש האט געשריבן:זיי האבן עס געווארפן אין ב.פ. אויך, ס'פאני אז זיי מיינען אז איינער אין ב.פ. געט א דעם.
אין וויליאמסבורג יא?
ווען כאב געזעהן די פאשקעוויל האבעך אהיים געברענגט צוויי דירעקטאריס...