בלאט 22 פון 23

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:11 pm
דורך צקון לחש
אוהב ספרים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:58 pm ער קען עס דרוקען בעילום שם המחבר. או מיט פסודענעם וכו'.

יעצט שוין נישט... :evil:

נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:31 pm
דורך הכנה דרבה
ער קען יא, ווילאנג ער קען לייקענען אז ס'האט מיט איהם, אזויווי דער טאלנער האט געטוהן מיט די גורע כתבים. ער קען עס אויך געבן פאר א צווייטן ארויסצוגעבן, איך מיין אז ס'פעלט נישט קיין ישראלישע פראפעסארן וואס וואלטן געקענט ביישטיין צו נעמען קרעדיט פאר אזא ארבעט.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2024 6:52 am
דורך נחום הסופר
וואו קען מען עס ליינען?

Re: תגלחת נשים

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2024 11:12 pm
דורך פאסטעך
איך בין געצווינגען צו שרייבן 25 תגובות, ואתכם הסליחה.

דער קאשוי רב, רבי שאול בראך אין זיין ספר בְּהיֹת הַבֹּקֶרא (אות תמד) שרייבט אז די מקור פון זיך שערן איז א תקנה פון בעל שם טוב ותלמידיו. ע"ש. פאר מיר איז דאס זייער מאדנע, וכחוכא ואטלולא, אז פונעם בעל שם טוב ביז אים, דורכאויס אלע זיינע תלמידים, האט קיינער נישט דערמאנט אז עס איז דא אזא תקנה, נאך גאר דער אויבערלאנדישער רב נאר הונדערט יאר, האט עס מגלה געוועהן?!

וה"ה לגבי מש"כ הגאון מקלויזנבוג בשו"ת דברי יציב (אבה"ז סימן לח) שהיא תקנת ועד ארבע ארצות. ע"ש. ודו"קב.


א) זעה ספר שאול בחיר ה' (עמוד נד והלאה) א רשימה פון זיינע ספרים אויפן סדר פון א"ב ביז ת'. און דארט (עמוד נח) אויפן ספר בהית הבקר. ע"ש.
ב) ועיין במה שציינתי בויקיפידיה ערך 'גילוח הראש לנשים ביהדות' הערה 1.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 2:30 am
דורך yatzmachp
די לעצטע פאר יאר האבן זיך די היימישע פרויען געמאכט א נייע משוגעת פון ניצן לעיזער אראפצונעמען יעדעס ביסל האר וואס שטעקט זיך ארויס אז די האר ליין זעהט אויס ר"ל משונה'דיג. איז לעצטנס ערשינען א קול קורא אז אפילו נאכן אראפנעמען די האר מיט לעיזער טאר די פלאץ נישט זיין אויפגעדעקט ווייל עס האט א דין פון א מקום ווי עס באלאנגט האר. די פרויען זענען נעבעך קרח מכאן וקרח מכאן.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 8:23 am
דורך א גוט יאר
yatzmachp האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:30 am די לעצטע פאר יאר האבן זיך די היימישע פרויען געמאכט א נייע משוגעת פון ניצן לעיזער אראפצונעמען יעדעס ביסל האר וואס שטעקט זיך ארויס אז די האר ליין זעהט אויס ר"ל משונה'דיג. איז לעצטנס ערשינען א קול קורא אז אפילו נאכן אראפנעמען די האר מיט לעיזער טאר די פלאץ נישט זיין אויפגעדעקט ווייל עס האט א דין פון א מקום ווי עס באלאנגט האר. די פרויען זענען נעבעך קרח מכאן וקרח מכאן.
ווער האט ארויסגעגעבן די קול קורא?

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 9:09 am
דורך Visionary
לענ"ד, פונקט אזוי ווי ווען איינער איבער די 18 גייט אריבער א פראסישזער דארף ער אינטערשרייבן קאנסענט אז ער פארשטייט וואס עס גייט אריבער, דארף מען, פאר די שוויגער געט זיך אריק אן מיט א פרישקייט מיטן שער מאשין און די קלאפער געצייט אן בעטען רשות פון די תממימות'דיגער חתן און די כלה וואס האבן נישט די כח צו אנקעגען שטעלן, און זיי געבען א קאנסענט פארם מיט הסברה צו זיי זענען מסכים צו דער משוגעת אדער נישט. עס מאכט נישט קיין סענס אז מען שנייד אפ א וויכטיגע חלק פון א מענטש אן זיך דורך רעדען, מסביר זיין, און באקומען רשות.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 10:45 am
דורך yatzmachp
א גוט יאר האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:23 am
yatzmachp האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:30 am די לעצטע פאר יאר האבן זיך די היימישע פרויען געמאכט א נייע משוגעת פון ניצן לעיזער אראפצונעמען יעדעס ביסל האר וואס שטעקט זיך ארויס אז די האר ליין זעהט אויס ר"ל משונה'דיג. איז לעצטנס ערשינען א קול קורא אז אפילו נאכן אראפנעמען די האר מיט לעיזער טאר די פלאץ נישט זיין אויפגעדעקט ווייל עס האט א דין פון א מקום ווי עס באלאנגט האר. די פרויען זענען נעבעך קרח מכאן וקרח מכאן.
ווער האט ארויסגעגעבן די קול קורא?
דאכט זיך מיר די נאמען איז געווען הרב שטערנבוך.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 10:59 am
דורך צקון לחש
yatzmachp האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:30 am קרח מכאן וקרח מכאן.
:like

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 1:06 pm
דורך מנחם מנדל
Visionary האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 9:09 am לענ"ד, פונקט אזוי ווי ווען איינער איבער די 18 גייט אריבער א פראסישזער דארף ער אינטערשרייבן קאנסענט אז ער פארשטייט וואס עס גייט אריבער, דארף מען, פאר די שוויגער געט זיך אריק אן מיט א פרישקייט מיטן שער מאשין און די קלאפער געצייט אן בעטען רשות פון די תממימות'דיגער חתן און די כלה וואס האבן נישט די כח צו אנקעגען שטעלן, און זיי געבען א קאנסענט פארם מיט הסברה צו זיי זענען מסכים צו דער משוגעת אדער נישט. עס מאכט נישט קיין סענס אז מען שנייד אפ א וויכטיגע חלק פון א מענטש אן זיך דורך רעדען, מסביר זיין, און באקומען רשות.
די פראבלעם איז, אז די פרויען אליין זענען אזוי ברעינוואזשד אז זיי פרייען זיך בשמחה רבה אפצושערן די האר, מען זאגט דאך זיי צו וועלטן פאר דעם, מען איז זיי מחנך פין אינגווייז אן אז די עיקר פין א אידיש טאכטער א בת מלך, איז זיך אפצושערן די האר ווען מען האט חתונה, זיי האבן ניטאמאל קיין ניסיון ווייל זיי קוקן עס אן ווי א דבר פשוט פונקט ווי מען דארף היטן שבת ברויך מען מאכן די קאפ אויסזעהן ווי א אומרייפע קיווי..

אין זאל די מאן פרובירן צו זאגן עפעס אז די איסור איז נישט אזוי שטארק, עס איז דא היתרים וכו' וועלן זיי ווערן אינגאנצן צומישט אין צוחישט, וואס הייסט מיינע טיטשערס אין עלטערן האבן מיר געזאגט ליגענט אלע יארן? אין מקוה דארף מען אויכעט נישט גיין?...

אין בשעת דעם ליגט די מאן אין בעט על משכבי בליללות אין חלומ'ט וויאזוי זיין גארדזשעס ווייב וואלט אויסגעקוקט מיט הערליכע לאנגע קורלי האר...... בקשתי את שאהבה נפשי..

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 7:27 pm
דורך whatever
מיט אלע שרייבעכטס דא וועט זיך גארנישט טוישן! די מציאות איז אז אזוי האט מען מחנך געווען די פרויען און ביי זיי איז דאס קודש קדשים, מ'קען ברענגן וויפיל היתרים מ'וויל, עס וועט אזוי בלייבן! דער וואס האט עס נישט ליב (ווער יא...), קען אדער איבעררעדן זיין ווייב זיך לאזן וואקסן (און מסתם נישט מצליח זיין), אדער ליידן ביזן טויט מיט א מיאוסע ווייב אן די שייטל, אדער גט'ן!! ס'א שאד די צייט צו ברענגן ראשונים מיט אחרונים וואס האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט שערן וכו'...

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 7:38 pm
דורך געדאנקן
whatever האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 7:27 pm מיט אלע שרייבעכטס דא וועט זיך גארנישט טוישן! די מציאות איז אז אזוי האט מען מחנך געווען די פרויען און ביי זיי איז דאס קודש קדשים, מ'קען ברענגן וויפיל היתרים מ'וויל, עס וועט אזוי בלייבן! דער וואס האט עס נישט ליב (ווער יא...), קען אדער איבעררעדן זיין ווייב זיך לאזן וואקסן (און מסתם נישט מצליח זיין), אדער ליידן ביזן טויט מיט א מיאוסע ווייב אן די שייטל, אדער גט'ן!! ס'א שאד די צייט צו ברענגן ראשונים מיט אחרונים וואס האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט שערן וכו'...
ביסט גערעכט אז פאר די פרויען וועט זיך גארנישט טוישן, אבער אסאך מענער האבן זיך שוין געטוישט זייער פערספעקטיוו אויף דעם און זיי האבן געהאט די גאטס איבערצורעדן זייער ווייב

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 11:11 pm
דורך ים של שלום
גאטס, יא. מצליח, אפשר איינס אין טויזענט.

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am
דורך לאז געמאכט
מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 12:36 am
דורך whatever
לאז געמאכט האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
ס'לכאורה סתם האר ביי די עקן
דאס איז זיכער א ווייבל וואס קומט פון א משפחה וואס מ'שערט זיך געהעריג, גלייב איך נישט אז זי לאזט זיך יא וואקסן, אזוי ווי איך האב געשריבן אויבן, אדער דאס בין איך יא נייגערריק וויפיל משפחות וואס זענען אזוי גערופן היימיש און שערן זיך נישט

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 12:38 am
דורך לאז געמאכט
whatever האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:36 am
לאז געמאכט האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
ס'לכאורה סתם האר ביי די עקן
דאס איז זיכער א ווייבל וואס קומט פון א משפחה וואס מ'שערט זיך געהעריג, גלייב איך נישט אז זי לאזט זיך יא וואקסן, אזוי ווי איך האב געשריבן אויבן, אדער דאס בין איך יא נייגערריק וויפיל משפחות וואס זענען אזוי גערופן היימיש און שערן זיך נישט
ניין איך רעדט פון לאנגע האר וואס הענגט און מען זעהט א פולע שיניעל......

אבער עס מיינט נישט אז עס איז דא אסאך,
איך ווייס נישט אויב איר משפחה טוט אזוי

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 12:40 am
דורך סביב העולם
לאז געמאכט האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
דאס איז נישט די גרעסטע פראבלעם. עס איז איבעראל דא די פאר וויהייסטעס וואס טראלן ארום...

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 12:01 pm
דורך א גוט יאר
סביב העולם האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:40 am
לאז געמאכט האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
דאס איז נישט די גרעסטע פראבלעם. עס איז איבעראל דא די פאר וויהייסטעס וואס טראלן ארום...
דאס מיינט אז ס'אזוי אבוויעס אז אפילו מענער באמערקן עס...

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 12:39 pm
דורך סביב העולם
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:01 pm
סביב העולם האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:40 am
לאז געמאכט האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
דאס איז נישט די גרעסטע פראבלעם. עס איז איבעראל דא די פאר וויהייסטעס וואס טראלן ארום...
דאס מיינט אז ס'אזוי אבוויעס אז אפילו מענער באמערקן עס...
דאס איז א פראבלעם? לאז געמאכט האט געהאט א אישו אז מ'גייט מסר'ן

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 1:08 pm
דורך היימלינד
ים של שלום האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:11 pm גאטס, יא. מצליח, אפשר איינס אין טויזענט.
כ'האב נישט קיינע סטאטיסטיקס, אבער איך מיין אז ס'איז אסאך מער
בפרט ביי די וואס וואוינען נישט אונטער דעם מאמעס פארטוך

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 11:27 pm
דורך ים של שלום
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:08 pm
ים של שלום האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:11 pm גאטס, יא. מצליח, אפשר איינס אין טויזענט.
כ'האב נישט קיינע סטאטיסטיקס, אבער איך מיין אז ס'איז אסאך מער
בפרט ביי די וואס וואוינען נישט אונטער דעם מאמעס פארטוך
מער, מן הסתם יא. אסאך מער, שווער צו גלייבן. צוואנציג יאהר פון פרעדיגן איז זייער שווער צו טוישן. אבער ווי די זאגסט, נישטא קיין סטאטיסטיקס. איך האף אז די ביסט גערעכט.

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 11:51 pm
דורך whatever
מיין ווייב האט זיך היפש אסאך געטוישט אין לבוש, אבער די זאך פון זיך שערן, איז נאכאלץ גאר הייליג!!

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:27 am
דורך צוויי
whatever האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:51 pm מיין ווייב האט זיך היפש אסאך געטוישט אין לבוש, אבער די זאך פון זיך שערן, איז נאכאלץ גאר הייליג!!
ביי מיר איז אויך אזוי.
די אמת איז אז די לבוש אין די גאס איז ממש אקוראט די זעלבע
נאר די לבוש אינדערהיים, און נאך מער אין בעדרום, האט זיך גאר אסאך געטוישט, סיי די קליידונג אויפן גוף, קאפ, אונטערקליידונג, ובבשמים ובתמרוקי הנשים, כאחד הפרוצות, ווייל פאר די מאן דארף מען זיין פרוץ, און אין גאס דארף מען זיין בצניעות