איך האף אז די הנהלה וועט מיך פארשטיין מיט דעם תגובה:
צו דיר @נאר,,פרייליך
ליינענדיג די לעצטע פאר טעג דיינע טענה'רייען איבער בית שמש, און אזוי אויך האבענדיג געליינט דיינע תגיבות אין מיין אשכול
גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ! וויל איך דיר קלאר מאכן כדלהלן:
דיין מיינונג איז סך הכל דיין מיינונג! און ס'קען אפילו זיין די מיינונג פון גדולי ישראל און טויזענטער אידן השמעים לדבריהם. אבער דאס איז לגמרי נישט די מיינונג פון גאנץ כלל ישראל. פעיס ריעליטי אז ס'דא גדולי ישראל און טויזענטער אידן יריאים ושלימים וואס האלטן אנדערשט ווי דיר.
פארוואס זאג איך דיר עס? נישט ווייל ס'גייט מיר אן אז דו האסט מיך אפגעסטעמפעלט אלס אן ארוני, נישט ווייל ס'גייט מיר אן אז האסט מיך געמאכט אלס איינער וואס נעמט דא ענדערשט אן דעם פסק פון ראב"ד ווי פון דעם גאב"ד. נאר וואס דען?
איינס, כמעט יעדע פון דיינע תגיבות אטאקירסטו איינעם (אז דו ווילסט שטארק וועל איך דיר ס אראפברענגן איינס ביי איינס) וואס דאס איז נישט עטיקעל און זיכער נישט ערלויבט על פי הוראות השטיבל, בנוסף דיין געשרייערייען ווייסט זייער אויף אומזיכערקייט מיט דיר און ס'קוקט מיר מער אויס ווי דו ווילסט ענדערשט פארשווייגן דעם ציבור און געווינען דעם פארמעסט... טאטע שיינער, געווינען וועסטו ווען א"ק וועט געווינען! אנדערשט וועסטו עס קענען אריינלייגן אינעם "מ'דארף טוהן און נישט אויפטוהן" קאטאגאריע...
צווייטענס ווילסטעך טענה'ן מיט פאקטן? ברענג פאקטן! סתם אויסשרייען דיין וויי געשריי קענסטו עס טוהן אן דערמאנען דעם און יענעם. איך האב דיר געברענגט א קונטרס, האסט געשריבן דא אז איינמאל ס'ועט שטיין אין בלאט וועסטו ענטפערן.. יעצט זאגסטו דא אז באמת האט דאס געדארפט זיין בלאט אבער נאכדעם וואס דו האסט דיך דערוויסט פונעם ענגן באהאלטענעם מיטונג האט מען באשלאסן נישט צו שרייבן דערפון. יעצט זיי מוחל און ענטפער אונז די תירוצים...
המשך לא יבוא...