בלאט 4 פון 7
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 11:59 pm
דורך יאיר
ארכעאלאגן האבן אנטדעקט א חרוב געווארענע פיראמיד וואס איז ארום 4,600 טויזנט יאר אלט. דאס קומט אויס ארום פיר הונדערט יאר פאר דעם מבול. דער פיראמיד איז געווען ארום דריי און פערציג פיס גרויס, א שפיי קעגן די פיראמידן אין גיזא.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 7:12 am
דורך נהורא נפישא
ס'קען זיין אז די פיראמיד איז מתחלה געבויעט געווארן אין ארץ כנען וואו ס'איז נישט געווען די מבול, נאר בא סנחרב ובלבל את הכל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:03 pm
דורך ממרום שלח אש
אדער אז די מבול האט אפגעשיילט רוב דערפון, און פארדעם איז עס אזוי פיצי, איז טאקע א ראיה צו די מבול.
אדער איז עס א שארית פון די תיבה לויט די וואס האלטן אז גופר איז א מין ליים! איז ווייטער א ראיה צו די מבול.
חוץ מזה ווייס מער דאך אז קארבאן דעטינג איז נישט פונקטליך.
לגופו של ענין, מען ווייסט שוין לאנג דערפון, יעצט האט מען עס פשוט אפגערייניגט. עס איז איינס פון זיבן פון די סארט, וואס מען רופט "סטעפ" פיראמידן, אנדערש ווי די גרויסע איז עס איז נישט געמאכט געווארן צו באגראבן פרעה, עס איז נישט הויל אינעווייניג, לכאורה איז עס געווען א סארט מאנומענט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:08 pm
דורך מ גפני
גל-עד ביי יעקב אבינו ווען ער האט זיך געזעגנט פונעם שווער לבן איז אויך געווען אזא בערגל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:01 pm
דורך געפילטע פיש
אפשר וועט דאס סוכ"ס פושט זיין די מח' רש"י ר"ת.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:05 pm
דורך יידל
דאס איז נישט די ערשטע פאר תפילין וואס מ'טרעפט אין די מגילות ים המלח. אין די פריערדיגע תפיליןס איז געווען איינס אויסגעשטעלט ווי שיטת רש"י. אבער אויב זענען מיר פושט די מחלוקת, דארפן מיר אויך פושט זיין אנדערע שאלות, ווי צום ביישפיל, די שאלה פון צוטיילן ישעיה אין צוויי.
נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 1:08 am
דורך יאיר
סופר ומונה האט געשריבן:רוב פון די תפילין וועלכע מען האט געפונען פון יענער תקופה פארמאגן אנדערע נוסחאות פון דעם היינטיקן מסורהשן נוסח פון דער תורה.
דו מיינסט אפשר פון די תפילין? רוב פון די קומראן תפילין זענען מער ווייניגער די זעלבע צוויי דריי פרשיות וואס מיר האבן, נאר דער מקום התחלה והסיום איז נישט מדוייק.
נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 1:16 am
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר וועט דאס סוכ"ס פושט זיין די מח' רש"י ר"ת.
"שמעתי משם מורי דאין לסתור סדר ר"ת ממה שמצאו תפילין בקבר יחזקאל כדברי רש"י, שאדרבה לר"ת מצי למימר שפסולין היו כיון שכתבן באותו הסדר ולכך נקברו בקבר כדין ספרים פסולין שנקברין ונטמנין בקברו של צדיק" (דרישה סי' ל"ד): "ויש דוחין דלפי דפסולין הוו גנזום לשם, ולא נהירא, דלא היו צריכים גניזה אלא להחליף הנחתן מבית זה לבית זה" (ב"ח שם).
אז מ'רעדט שוין, אלע תפילין וואס מען האט געטראפן אין קומראן זענען פסול לחלוטין לויט די הלכות למשה מסיני וואס מיר האבן מקובל כמבואר בש"ס.
געפינען קאלאמבוס'ס פאן שיף, די סאנטעא מאריע!
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 12:30 pm
דורך ממרום שלח אש
א שטוינענדע ארכעאלאגישע אנטדעקונג וואס לאו בכל יומא מתרחיש, מעגליך געפינען קאלאמבוס'ס פאן שיף, די סאנטעא מאריע ביים ברעג פון האיטי!

די ברוכווארג האט מען שוין געפינען אין 2003, נאר מען האט עס נישט אידענטיפיצירט.
די יעצטיגע הנחה איז באזירט אויף די אנטדעקונג פון קאלאמבוס'ס פאׂרט (FORT) אויפן ברעג, אויך אין 2003. יעצט האט מען קלארגעשטעלט אז די ברוכווארג אין ים שטימט רעלאטיוו צום פארט לויט ווי עס ווערט געשילדערט אין קאלאמבוס'ס טאג בוך.
אין 2003 זענען פאטאגראפירט געווארן אויפן ים גרונט אלטע קאנאנען פון בערך יענע צייט, וואס וואלט צוגעהאלפן צו באשטעטיגן די הנחה, אבער בינו לביני איז עס ראבירט געווארן דורך אומבאקאנטע פערזאנען.
האיטי איז אין א געזעצלאזע כאאטישע מצב, מען פרובירט מיט די הילף פון די רעגירונג צו באוואכן דאס פלאץ און פרעזערווירן וואס איז געבליבן.
http://www.independent.co.uk/news/scien ... 59330.html
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 11:04 am
דורך פארוואס?
יאיר האט געשריבן:ריכטיג. עס איז א גרויסער חידוש אז נאכדעם וואס דער פראכטפולער בית המקדש פון שלמה איז געווארן אויפגעבויעט, און ווי עס שטייט אין נ"ך האבן אלע אידן אנטיילגענומען אין דער גרויסער חנוכת הבית און זיך מיטגעפרייט, און אנגעהויבן מקריב זיין קרבנות אויסשליסליך אין בית המקדש, האט זיך געפינען הארט דערנעבן א גרויסער מקדש וואו מען האט מקריב געווען שחוטי חוץ, צוזאמען מיט פסלים.
דו מיינסט צו מרמז זיי
ן די ווערטער פונעם בארימטן ארכאולוג, יישראל פינקלשטיין:
אבל אם אנחנו מתארים את ירושלים ככפר נידח, איך יכול להיות שעמד שם המקדש? "זה לא הפנתאון שעמד שם. המקרא מתאר בניין די צנוע. אנחנו, בתרבותנו, מתארים לעצמנו את המקדש כאיזה פרתנון ענק ששולט על כל הר הבית. זה בקושי נכון לימי הורדוס. מדובר בקאפלה של בית המלוכה".
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 10:57 pm
דורך ונבנתה העיר
די
שווארצע מגפה איז געווען פון די ערגסטע מגפות אין היסטאריע, בערך 650 יאהר צוריק [ארום 1350] האט זי אויסגעמעקט בערך 30-50 פראצענט פון די פאפיולאציע אין אייראפע מיט א געשאצטע 75-200 מיליאן טויטע, און האט געברענגט אין איהרע פיסטריט פילע רעליגיעזע, סאציאלע און עקאנאמישע תוצאות.
נאכן פארשן כמעט 600 סקעלעטאנען אין א לאנדאנ'ער בית הקברות פון פאר די מגפה ביז א תקופה פון 200 יאהר דערנאך,
זאגן די פארשער אז אומדירעקט האט די מגפה געברענגט א דראסטישע שינוי לטובה פאר די שפעטער'דיגע דורות, אין געזונט, לעבנ'ס ערווארטונג און קוואליטעט פון לעבן.
נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 2:29 am
דורך הדד בן בדד
ממרום שלח אש האט געשריבן:א שטוינענדע ארכעאלאגישע אנטדעקונג וואס לאו בכל יומא מתרחיש, מעגליך געפינען קאלאמבוס'ס פאן שיף, די סאנטעא מאריע ביים ברעג פון האיטי!

די ברוכווארג האט מען שוין געפינען אין 2003, נאר מען האט עס נישט אידענטיפיצירט.
די יעצטיגע הנחה איז באזירט אויף די אנטדעקונג פון קאלאמבוס'ס פאׂרט (FORT) אויפן ברעג, אויך אין 2003. יעצט האט מען קלארגעשטעלט אז די ברוכווארג אין ים שטימט רעלאטיוו צום פארט לויט ווי עס ווערט געשילדערט אין קאלאמבוס'ס טאג בוך.
אין 2003 זענען פאטאגראפירט געווארן אויפן ים גרונט אלטע קאנאנען פון בערך יענע צייט, וואס וואלט צוגעהאלפן צו באשטעטיגן די הנחה, אבער בינו לביני איז עס ראבירט געווארן דורך אומבאקאנטע פערזאנען.
האיטי איז אין א געזעצלאזע כאאטישע מצב, מען פרובירט מיט די הילף פון די רעגירונג צו באוואכן דאס פלאץ און פרעזערווירן וואס איז געבליבן.
http://www.independent.co.uk/news/scien ... 59330.html
דעיס בילד קוקט מיר נישט אויס אפילו ענליך צו א שיף...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:43 pm
דורך יואב
Synagogue where Jesus likely preached uncovered in Israel
http://t.co/jHaIqF6H7f http://t.co/X0GY4O495Y
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:37 am
דורך ונבנתה העיר
אין מצרים
האט מען געפונען די קבר פון א קעניגן - א ווייב פון פרעה Neferefre, וועלכער האט געקעניגט מיט 4,500 יאהר צוריק.
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 8:19 am
דורך פישלע העררינג
ווי זענען אידן געוועהן באותו זמן, לפני 4500 יאר?
זענען די דריי געשטאלטען די עקטשועל מאממיס?
2,500 יאר אלט לוחות (tablets)
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:17 pm
דורך petergrifin
געשאצטע 2,500 יאר אלט לוחות (tablets) איז ארויס געשטעלט פאר די פובליק.
http://www.huffingtonpost.com/simcha-ja ... lp00000592סקראל אראפ און קליקט אויף די לינק פאר די פול װערזשען (בחנם)
http://www.haaretz.com/life/archaeology ... m-1.639822
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:33 pm
דורך [NAMELESS]
וואס שטייט אויף די לוחות?
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:00 am
דורך petergrifin
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וואס שטייט אויף די לוחות?
The tablets reflect trade transactions, leasing houses and fields, addresses, inheritances, etc. Certificate 31, for example, is of a deal between Yirpa Ben Dohah and Ahikam Ben Refa’iyahu, in which the former trades a “trained, five-year-old bull” for “one gray jennet.” In certificate 52 a man called Ikisha sold his female slave for “three pieces of silver.” In another document, Neriayu Ben Ahikam rents a house for “10 silver shekels ... half given at the beginning of the year and the rest in the middle of the year.” The tenant undertook in the agreement to pay for damages, if any, from the foundations to the roof.
On some tablets, ancient Hebraic letters appear beside the Akkadian details. The researchers assume these were intended for cataloging and tracing. On tablet 10, for example, which deals with a bond for barley, the name Shalemiyahu appears in Hebraic. “These are the most ancient Hebraic letters from the Babylonian exile,” says Horowitz.
נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 12:46 pm
דורך טאמבל סאס
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 3:39 pm
דורך בעריש
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 3:55 pm
דורך בעריש
בעריש האט געשריבן:http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4643210,00.html
פארשטייט זיך אז דאס ברויך א ביאור וויאזוי טרעפט מען פלוצים ארטיקלען וואס לויט די אנגענומענע ארכילאגישע טיים פרעים איז דא כמעט 500 יאר דיפרענס פון איין חפץ צום צווייטען.
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:29 pm
דורך הקטן
מיז זיין אז דארט איז אמאל געווען א מאזיאם פין אלטע כלים
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 11:06 am
דורך בעריש
הקטן האט געשריבן:מיז זיין אז דארט איז אמאל געווען א מאזיאם פין אלטע כלים
אדער צייגט דאס אז די אנגענומענע זמנים און די ארכעלאגישע וועלט איז נישט אזוי גלאטיג.