בלאט 4 פון 7
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 12:43 am
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:יאיר, פארוואס, ער זאגט דאך אז ווער עס טראכט נאך און זיכט תשובות איז נישט קיין אפיקורוס, אדרבה, דער וואס האט אמונה פשוטה און הערט אויף צו טראכטען ער איז אן אפיקורס, וואס קען זיין בעסער פון דעם?
(אגב אין דער חלק ב' פון אגרות וכתבים פון הרב וולבה וואס איז לעצטס ארויסגעקומען האב איך געזעהן אפאר שיינע שטיקלעך השייכים לענין, אז ס'וועט זיין בהישג ידי וועל איך עס ברענגען דא)
איך האב פארשטאנען אז ער מיינט צו זאגן אז די איינציגסטע וועג ווי אזוי מ'ווערט אן אפיקורס איז ווייל מ'האט אויפגעהערט טראכטן. דהיינו, ס'איז נישט מעגליך אז איינער זאל מיט'ן טראכטן אליין ווערן אן אפיקורס. עפעס אזוי ווי ר' אביגדור מיללער'ס מהלך. אויב איז דאס זיין כונה דעמאלט איז דאס א גאר קרומע מהלך המחשבה. אויב נישט, בעט איך מחילה פון אותו צדיק.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 10:56 am
דורך לעיקוואד
איך האב סתם מלמד זכות געווען..
דער אמת מיין איך איז לא כדברי זה ולא כדברי זה, מדארף אהערברענגען די גאנצע מקור זעהן וואס ער האט געמיינט.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 5:22 pm
דורך איחוד פעלד
ער מיינט לכאורה וואס יאיר זאגט.
וכן הוא שיטת כמה מן הגדולים, אז נישט די קשיות ברענגען תאוות, נאר די תאוות ברענגען קשיות. והדברים עתיקין.
עס קען זיין אז ביי אסאך אפיקורסים איז עס אזוי, אבער ביי מאמינים, איז עס פיל מער אזוי, כלומר, די תאוות ברענגען אם צו זיין א מאמין, ודוק.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:51 pm
דורך הוגה
איך האב עס נישט געזעהן אין קאנטעקסט. איך האב אבער פארשטאנען אז די מימרא איז געזאגט געווארן צו פראמאוטען קשיות וספיקות. און נישט ווי די מנהג איז צו זאגן אז '' דאס איז אן אפיקורסישע קשיא''. נאר לעבן אין איגנארענץ אן קשיות איז אפיקורסות. כך הבנתי.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 7:50 pm
דורך מוח שליט
דאס ווארט איז נישט ר' שלמה וולבה'ס. עס איז שוין אפאר הונדרעט יאר אלט. דער פילוסוף
Sir Francis Bacon, די טאטע פון די scientific method, האט דאס שוין געזאגט.
וזה לשון קדשו.
[left]It is true, that a little philosophy inclineth man’s mind to atheism; but depth in philosophy bringeth men’s minds about to religion[/left]
מערקווידיג וואס דער מחבר פון אונזער דעקלערעישאן אף אינדעפענדענס האט געזאגט אויף אים.[left]
Thomas Jefferson, the third President of the United States and author of the Declaration of Independence, wrote: "Bacon, Locke and Newton. I consider them as the three greatest men that have ever lived, without any exception, and as having laid the foundation of those superstructures which have been raised in the Physical and Moral sciences"
[/left]
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 7:54 pm
דורך נולד מאוחר
איז ער געווען רילידזשעס sir bacon?
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 8:06 pm
דורך מוח שליט
איך האב געקוקט אין וויקיפידיע. קודם האב איך געשריבען אז ער איז געווען א פרומע קריסט ווייל אזוי שטייט
דא אז ער האט געהאט דריי צילן אין לעבן. איינס דערפון איז צו דינען די Church. איך האב עס פארמעקט ווייל איך זעה
דא אז מאנכע טענהן אז ער איז געווען א שטארקע שטיצער פון Rosicrucians. די Rosicrucians זענען געווען שטארקע שטיצערס פון ענלייטמענט און אקעגן דאגמע. ווייס איך שוין נישט פונקטליך וואס ער איז געווען בעצם.
עס איז אינטערסאנט אז עס זענען
דא געוויסע היסטאריענ'ס וואס האלטן אז ער איז דער וואס האב באמת געשריבן אלע פלעי'ס פון שייקספיר. אויף דעם איז דאך דא טעאריעס לרחצה.
די אויבענדערמאנטע ווערטער אז It is true, that a little philosophy inclineth man’s mind to atheism; but depth in philosophy bringeth men’s minds about to religion, זאגט ער מכח די טענה הידוע הנקרא Argument of Design. עס איז א טענה וואס די [שפעטערע] טעאריע פון עוואלושען ספארוועט זיך מיט, און מאכט דאס אוועק.
אינטערסאנט אז בתוך הדברים רעדט ער פון די ד' יסודות און אויך פון חומר החמישי. מען האט אמאל געהאלטען אז די הימלן וכל צבאם זענען געמאכט פון חומר חמישי.
מצד שני זעהט מען
דא ווי ער רעגט זיך געפערליך אויף superstition. ער זאגט עס איז ענדערש צו זיין אן אטיאיסט ווי צו זיין א מענטש וואס גלייבט אין א גאט אויף א superstitious מהלך.
ער זאגט אז אטיאיזם לאזט חאטש אפן דעם מענטש צו שכל, צו פילוספיה, צו נאטירליכע ערענסטקייט. משא"כ נישט-חכמהדיגע-אמונה הרגעט אפ אלעס.
ומצד שלישי דערמאנט ער נאכאמאל בסוף דבריו אז עס איז אויך דא א נישט-חכמהדיגע אפשיי פון superstition. ווען מענטשען לויפען צו ווייט אוועק דערפון. מען דארף געדענקען נישט אוועקצוווארפען די גוטע חלקים צוזאמען מיט די שלעכטע. [left]
There is a superstition in avoiding superstition, when men think to do best, if they go furthest from the superstition, formerly received; therefore care would be had that (as it fareth in ill purgings) the good be not taken away with the bad; which commonly is done, when the people is the reformer.
[/left]
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:09 am
דורך הוגה
ראביי שליט,
הרב וולבה גייט א טריט ווייטער ווי הרב באקאן. באקאן זאגט אז טראכטן און פארשן איז 'נישט' אפיקורסות. הרב וולבה לייגט צו אז נישט טראכטן (א. ק. א. די א. ג. אמונה פשוטה) איז יא אפיקורסות. כך נראה לי.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:53 am
דורך מוח שליט
ראביי הוגה,
כנראה לי אז Bacon וויל זאגן אז ווען מען טראכט גענוג טיף וועט מען נישט זיין קיין אפיקורס. אפיקרוסות קומט פון אביסל מחשבה. עס איז די זעלבע געדאנק וואס דער גרויסער פייטן Alexander Pope האט געשריבען אין יאר 1709,
"A little learning is a dang'rous thing;/Drink deep, or taste not the Pierian spring"
. דהיינו, אדער טרינק טיף פון די מעיינות החכמה, אדער טעיסט נישט קיין איין טראפ.
מיר איז משמע אז ר' שלמה וולבה האט אויך דאס געמיינט.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:03 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
Bacon's מימרא מוז לכאורה קומען פון א מענטש וואס איז מוראדיג זיכער מיט זיך. אזוי ווי יאיר האט געטענהט, עס שמעקט מיט גאוה. Pope, זאגט אסאך בעסער.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 11:39 pm
דורך הוגה
נאך אן אשכול וואס מוז אפגעשטויבט ווערן. Wow!! די דיסקוסיעס פון אמאל.
.
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 2:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ [tag]הוגה[/tag] פאר'ן אויפוועקען.
וואו! איך האב געליינט די גאנצע אשכול אין איין שאס מער וויינגיער. זיצעדיג אין מיין קאר, יעדעס מאל וואס איך האב געווארט אויף א לייט, האב איך נאך א פאר תגובות אריינגעכאפט. אין מילים, פשוט אין מילים. יעדער תגובה צוגעלייגט צום פריערדיגע, יעדער איינער מיט זיין אייגענארטיגע מהלך המחשבה, א שנעלען קורצשלוס ביי [tag]לעיקוואד[/tag] אבער אויך מיט זאכליכע טענות.
איך בין מסכים מיט די וואס האבען דערמאנט אז דער מענטש האט גאנץ א קליינער אויסוואל. דער איז מער ווייניגער געבוירען געווארען א מיכאל און דער א גבריאל און דער א ספקן. דער ספקן קען זיך נישט דערשטיקען פון זיין שאלות און דער פשטן ווערט היבש נערוועז ווען מ'הייבט אן מיט איהם עפעס א ספק. איך האב באמערקט ביים ליינען [tag]שלום דין[/tag]'ס בוך ווי ווייט ס'גייט. אלס יונגער בחור האט ער איינגעזען סקווער און דארט אריינגעטאנצט און קיין צווייפלען. ווען ער איז געווארען 'קלוג', האט ער ווייטער אריינגעשפרינגען אין א נישט רעליגיעזער לעבען. מ'זעט ביי איהם אז דער לעבען פון ספק'ן האט ער נישט קיין וועג איינצושלינגען. ער מאכט אזא אנשטעל אין זיין ווערטער אין די בוך כאילו ער לעבט מיט ספקות, אבער למעשה קען ער נישט דערהייבען דער ספק'דיגען לעבען, און צווישען די שורות איז עס שטארק קענטיג.
איך האב חברים אזוי, וואס זענען דוקא נישט עקסטער פרום און נישט עקסטער פריי, אבער זיי מוטשען זיך מיט ספקות אויף א געפערליכע אופן ווייל זיי קענען נישט לעבען אן דער האפענונג פון אנקומען צו אן אבסאלוטע איינזייטיגע אמת.
איך האב געמאכט א שלום זכר פאר איינער פון מיין קינדער ביי מיר אינדערהיים (ביי אונז פיהרט מען זיך אז דער שלום זכר איז אין שטוב פונ'ם קינד). א שכן איז געקומען און ביים שמועסן האב איך עפעס געלאזט פאלען ווערטער חוזק מאכען פון די הויכע פענסטער'ס פון די לוחמים\מושלים בכיפה אין לעיקוואוד. יענער האט זיך אויסגעדרוקט מיט א פעסטקייט "איך בין א תמים, און אזוי איז גוט צו זיין". אקעי, ביי מיר אין שטוב גיי איך נישט באוואשען א גאסט, אבער ס'איז דארט געזעסען א יונגערמאן, א גאליציאנער טיפ וואס רעדט קורץ און שארף, מיט זיין קאפ אין זיין ביר. ער הייבט אויף זיין קאפ און זאגט "are you saying it's a choice?", כאילו יענער וואלט גערעדט פון דער האמאסעקסואלער באציאונגען. (איך האב איהם געוואלט פרעגען "וואס טוה איך ווען א גרויסע תלמיד חכם זאגט מיר אז ב.מ.ג. טויג נישט? תמימות זאגט מיר מ'דארף פאלגען א ת"ח, אבער תמימות זאגט אויך אז די געוועלדיגער זענען געוואלדיג, וואס טוט מען? איי, די ספקות!). דאס איז דער מעשה. דער תמימות איז א נאטור און דער צווייפלען איז א נאטור, און פארפאלען! גיי רעד זיך אפ אויף דיין האנט צו דיין נאז! אזוי ביסטו און פערטיג.
עכ"פ, זייער א געשמאקער שמועס דא, לאמיר אנהאלטען און אפשטויבען די אלע אשכולות און ווייטער ארומשמועסן די סארט נושאים.
נשלח: מוצ"ש מאי 07, 2016 8:29 pm
דורך זבולון
ליטוואק,
דיינע ספיקות קומען אן ביז די ראשי BMG, אבער אנדערע מוטשען זיך דא מיט חלל הפנוי, רישא-דלא-אתידע סטיל קושיות.
נו, באמת, וואס איז טאקע דער חילוק וואו פונקטליך די ספיקות שטעקן. עס איז אלעס די זעלבע זאך.
איך קען צוויי יידן, וואס ביידע מוטשען זיך מיט ספיקות. איינער האט פראבלעמען מיט זיין קהילה, זיין רבי, זיינע חסידים, וכו׳. דער אנדערע מוטשעט זיך מיט ספיקות אינעם גאנצן סיסטעם בכללות. אבער זיי צוויי פארשטייען זיך עפעס נישט נארמאל, זיי רעדן ביידע פון די זעלבע סארט אדורכגאנגען און נסיונות.
Re: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?
נשלח: מוצ"ש מאי 07, 2016 9:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט קיין ספקות אין ב.מ.ג.. ניטאמאל ווערט א שפיי. נאר אזוי איז געווען דער מעשה. ווען איך זאג איהם איך פארשטיי נישט פארוואס צו גלויבען אין קבלה, וואלטען זיין אויערען מסתמא נישט געהערט
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 12:25 pm
דורך תורה ומדע
דער אשכול איז ראוי להעלות על שולחן מלכים. ס'האט מיר אבער א חסידישער איד, א גרויסער חקרן פון תל אביב, געזאגט אז איינער וואס האט זיך געדרייט אין רחוב אחד העם האט געזען וואס דאס הייסט א ילוד אשה וואס איז אין ביידע עולמות. א פלא אז די חוקרים באציען זיך נישט דערצו.
Re: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:12 pm
דורך טמיר
איינער פארשטייט וואס תורה ומדע האט געזאגט?
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:41 pm
דורך תורה ומדע
מיין כוונה איז צו מען קען נוצען די עבודה פון צדיקים און זייערע סופערנאטיליכע כוחות אפצושטילען די יסורי הספק.
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 7:30 pm
דורך איך אויך
תורה ומדע האט געשריבן:דער אשכול איז ראוי להעלות על שולחן מלכים. ס'האט מיר אבער א חסידישער איד, א גרויסער חקרן פון תל אביב, געזאגט אז איינער וואס האט זיך געדרייט אין רחוב אחד העם האט געזען וואס דאס הייסט א ילוד אשה וואס איז אין ביידע עולמות. א פלא אז די חוקרים באציען זיך נישט דערצו.
אפילו אזא הארטע ליטוואק ווי דער בריסקר רב זצ''ל ווען איינער האט עם געפרעגט ווי אזוי יענער לעבט ,מען האט דאך באשיינפערליך געזעהן ווי ער עסט נישט און שלאפט נישט אפילו די מינימום ,האט ער געענטפערט ''עם קארמעט מען פון הימל''.
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:29 pm
דורך תורה ומדע
זינט איהר מסכים אז מען זיך אפשטילען די צווייפלונגען מיט פשוטע סיפורי צדיקים? מופתים איז דאך דא ממש בעל שם׳סקער. ווי קען דאס מסביר זיין בדרך הטבע?
נאר וואס דען, עס איז א נאטירליכען נטיה פון בעלי מחשבה צו קלערען און צווייפלען אהין און צוריק.
און מיין עקספיריענס: אויב דער מענש איז געזונט בנפש, זוכט דעם אמת, און ער קען לערנען א שטיקעל גמרא מיט ראשונים און לומדות וועט ער נישט בדרך כלל נישט קאליע ווערען. עס פאדערט זיך אבער ער זאת דעוועלאפען א טראסט מיטן רמב״ם, רעק״א, גר״א וכו וואס דאס קומט נאר נאכען ליגען אין לערנען גפ״ת א פאהר יאהר.
Re: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס האט דער בריסקער רב געזאגט? אויף וועמען? וואס האט עס אהער?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:08 pm
דורך איך אויך
פרעג דיך נאך וועלכע הימל איד האט געוינט אויף רחוב אחד העם אין יענע יארן.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:13 pm
דורך געוואלדיג
בעלזער רב זי"ע
Re: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט די בריסקער תלמידים ווייסען נישט פון אזעלכע מימרות. אייביג פון די פרעמד ווייסט מען בעסער. דער חזו"א איז געווען א חסיד פון ר' אהרן ראטה און ר' חיים מאיר'ל און דער בריסקער רב מיט ר' איסר זלמן און דער ח"ח זענען גאר בעלזער חסידים!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk