בלאט 5 פון 5
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 5:43 pm
דורך סמבטיון
זעה איך יעצט ווי טראמפ מיט די רעביצן תליט"א לייגן ארויף שטיינער אויף א געהעריגע צילם אויף געקלעפט דערויף א מגן דוד, קען מיאר איינער מסביר זיין פשט אין דעם באהיימישן אקט? און בכלל פיהל איך שרעקליך מיט מיט די באטרעפענדע, אבער וואס פעלט יעצט אויס עס זאל שטיין אויף יעדע צווייטע סיין מיט קידוש לבנה אותיות פ### יו טראמפ יא אר נאט וועלקאמע אין פיטסבורג???? קומט א פרעזידענט צו פארן צו ווייזן מיטלייד און סאלדעריטי דארף מען אים אזוי אויפנעמען? עטס קענטס נישט לייגן ענקער האס אין די זייט ביז די צערמאניע איז אווער?? היפאקראטן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 2:43 am
דורך רביה''ק זי''ע
People who dislike Jews, rarely dislike only Jews" - David Feldman"
וד"ל.
Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:21 pm
דורך אונטער חכם
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'איז מסתבר אז א נייע ווינט אין וואשינגטאן האט געברענגט נייע פאליסיס וואס האט אפגעשוואכט די רעסורסן פאר נאכלאקערן נאך אזעלכע עקסטרימע גרופעס אין ווי די רוצח האט געהערט. דאס זאג איך ווייל אויב וואלט זיך עס גערעדט פון א שוטינג אין א טשוירטש וואלט נישט טראמפ געזאגט אז סאיז זעכער אן אפציע אז יעדער טשוירטש זאל זיין באוואכט. ער איז גאנץ העפי אז די אידישע שוהלן זאלן דאך נישט פיהלן ביי זיך אינדערהיים. נאך אלעם איז עס א קריסטליכע מדינה. אין אייראפע זענען אלע שוהלן, חוץ די חרדים, באוואכט. דאס מאכט די אידן פיהלן אביסל איינגעמאכט.
נאך די שוטינג אין א סקול האט ער אויך געזאגט אז די טיטשערס דארפן זיין באוואפנט, אפשר וויל ער אז קינדער זאלן זיך אויך נישט פילן באקוועם דא נאר ערוואקסענע?
איך בארעכטיג נישט זיין וואנזיניגע סטעיטמענט, אבער ער זאגט די זעלבע זאך נאך יעדע שיסעריי און עס האט גארנישט מיט שנאת ישראל, עס האט מיט אהבת הרעוואלווער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:32 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם: לאמיר נישט פארגעסן אז דאנאלד טראמפ האט באקומען שטארקע שטיצע פון די נ.ר.א. נאר ווי ס'זעהט אויס איז דאס זיין שיטת החיים. אבער ער איז נישט אזוי ווייט אומגערעכט...!