בלאט 1 פון 4
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 7:29 pm
דורך טאמבל סאס
זאל מען אנהויבן פארציילן די שמוץ וואס טוט זיך אין די "ישיבות למציונים" און מער וועט מען זיך נישט אמפערן אריינצושיקן די קינדער אהין. יבואו התלמידים און זאל יעדער פארציילן די מעשים טובים וואס ער האט אפגעטוהן דארטן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 7:41 pm
דורך moshav zekeinim
טאמבל, בלייב דא. איך דארף דיר דא. און מסתמה אנדערע אויכעט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:28 pm
דורך Chuchem
ס'דרייט זיך ארום א קליפ אויף פעיסבוק, און דעם נושא.
מען דארף אן אקאונט עס צו זעהן.
https://www.facebook.com/michoel.schnit ... nref=story
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:20 pm
דורך שמעון וואלף
העניך, ביסט דאך הייליג גערעכט, און באמת שריי איך דאס שוין פאר ווער ווייסט וויפול יאר (לעצטענס בין איך שוין הייזעריג).
אמת, קיינער איז נישט מחויב צוצושטעלן א ישיבה פאר בחורים פון די גאס. אבער האבן א ישיבה וואס נעמט נאר אן די עליט און זיך פאטשען די בויך אז מ'טוט אויף פאר'ן באשעפער'ס וועגן, איז היפאקרעסי.
די גוטע בחורים וואלטן סייווי געווען אין ישיבה, און נישט געבליבן אין גאס אדער פאבליק סקול. די עווריזש און שוואכערע בחורים, מיט זיי קען מען שטאלצירן אז מ'האט זיי מחנך געווען אויפציוואקסן שומרי תורה ומצוות
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:23 am
דורך יתרו
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:13 am
דורך שמעקעדיג
ווער איז דער בעל דרשן?
(און פארוואס אזויפיל נויז אין די בעקגראונד?)
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:30 am
דורך mevakesh
שמעקעדיג האט געשריבן:ווער איז דער בעל דרשן?
(און פארוואס אזויפיל נויז אין די בעקגראונד?)
אשר שפירא נארולער רבס זוהן
ער וואוינט אין לאנדאן ער גיבט זיך אפ מיט ארויסגעפאלענע יונגווארג
באלד וועלן מיר שוין הערן פון דער ליטוואק פון לאנדאן פארוואס מען זאל איהם נישט נעמען ערענסט
ער האט א טאכטער וואס איז אראפ פון וועג זי שרייבט אז ער באצאלט א טייערע פרייז אויף זיינע פעולות לטובת די ארויסגעפאלענע און הגם ער איז א בעלזער מאכט מען איהם פראבלעמען צו שיקן זיינע טעכטער אין מוסד
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:43 am
דורך [NAMELESS]
ער איז א באבובער, זיין טאטע איז א בעלזער. אבער ער האט נאך שייכות מיט בעלז.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 9:38 am
דורך ציבעלע-קיגל
ער זאגט זייער גוט
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Hello
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:50 am
דורך תורה ומדע
דער שורש פונעם פראבלעם איז אז די ראשי ישיבות און מנהלים פיהרען נישט די מוסדות לשם שמים נאר פאר זייערע איגאו. ממילא נעמען זיי נאר אריין די עליט. די מנהיגים און ראשי ישיבות פונעם פריערדיגען דור ווי דער באבעווער רבי און ר בעריש נאראלער האבען געמיינט מער פאר אידענס וועגען. ווער רעדט נאך דער ריי"ץ פון לובאוויטש, אדער ר שרגא פייבל זצ"ל.
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:58 am
דורך mevakesh
אמת א סאך זענען שולדיג די ראשי ישיבות מיט די מחנכים
אבער מיר קענען נישט זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה
זייער אסאך עלטערן פון די מצויינים ווילן דוקא שיקן די קינדער צו די אויסגערופענע ישיבות און מוסדות און זיי לייגן דירעקטע אדער אומדירעקטע דריק אויף די הנהלה צו האלטן הויעך די סטאנדארט אויפן חשבון פון די שוואכע און מען כאפט דער בראך ערשט ווען מען מוטשעט זיך מיט א קינד וואס איז נישט אזוי ווי די עלטערע און דעמאלטס איז עס א בחינה פון בור כרה ויחפריהו
די וועג דאס צו פאררעכטן איז אז די עלטערן פון די געראטענע קינדער זאלן פאדערן אז מען זאל אנהייבן ארייננעמען די שוואכע און אז די מחנכים וועל ן זעהן אז דאס איז וואס דער עולם וויל וועלן זיי זיך שנעל צושטעלן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:03 am
דורך תורה ומדע
מסכים. א ישיבה דארף זיין א מיקראוקאזם פון א קהילה. עס דארפען זיך געפינען דארט אלע סארטען לעוועלס פון בחורים, מיטען ציל אוועקצושטעלן און אויפהייבען יעדע תלמיד/ה פון ווי ער קומט, און זיי צוגרייטען צום לעבן. דאס פאדערט אסאך טאלאנט, געלדט, אהבת ישראל, און יראת שמים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:31 am
דורך שבת אחים
mevakesh האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:ווער איז דער בעל דרשן?
(און פארוואס אזויפיל נויז אין די בעקגראונד?)
אשר שפירא נארולער רבס זוהן
ער וואוינט אין לאנדאן ער גיבט זיך אפ מיט ארויסגעפאלענע יונגווארג
באלד וועלן מיר שוין הערן פון דער ליטוואק פון לאנדאן פארוואס מען זאל איהם נישט נעמען ערענסט
ער האט א טאכטער וואס איז אראפ פון וועג זי שרייבט אז ער באצאלט א טייערע פרייז אויף זיינע פעולות און הגם ער איז א בעלזער מאכט מען איהם פראבלעמען צו שיקן זיינע טעכטער אין מוסד
איך קען איר גיט, ווי שרייבט זי דעס? , איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז זי זאל בלעימען איר טאטע פארן אראפ גיין פון וועג.
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:44 am
דורך mevakesh
שבת איהר קענט נישט ליינען?
ווי האב איך געזאגט אז זי בלעימט איהר טאטע?
פארקערט זי זאגט אויף ספר הפנים אז איהר טאטע באצאלט פארן העלפן יוגענטליכע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:57 am
דורך berlbalaguleh
מבקש: אבער דו זאגסט עס מיט אזא לשון שמשתמע לתרין אנפין. כלשונך..."ער באצאלט א טייערן פרייז אויף אלע זיינע פעולות"...!
סאו בלעים נישט שבת'ס בריללן. ווייל איך האב אויכעט געמיינט אז דו זאגסט (איך טראכט נאכאלץ אזוי) אז היינט באצאלט ער דעם פרייז פאר זיינע נישט גוטע מעשים. די משמעות פון דעם קען זיין אז זי בלעימט יא איהר טאטע פאר איהר אראפגיין פון דרך...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:57 am
דורך איך אויך
די מעשה וואס איז געווען מיט אשי'ס טאכטער און איר זכר-חבר איז וואויל באקאנט אבער קען מן הסתם נישט ווערן אויסעשמיסט דא מפני צנעת הפרט.
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:02 pm
דורך mevakesh
רבי בערל איהר זענט גערעכט איך האב פארראכטן
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט קיין סיסטעם וואס קען צושטעלען א הויך ראנגיגע שיעור פאר א בחור מיט א גוטע קאפ, ווי אויך בעביסיטינג פאר שוואכערע קעפ. די צוויי דארפען גארנישט די זעלבע מוסד און צוגאנג און ס'האט נישט קיין פשט אז די ישיבה זאל זיין א"א זעיר אנפין פון די קהלה, פונקט ווי א שפיטאל איז נישט קיין זעיר אנפין פון א שטאט.
פארשטייט זיך אז אין חדר מוזען אלע גייען אינאיינעם, איידער די חילוקים זענען קענטיג צו וויכטיג. אבער ערגעץ קומט א צייט אז די צוויי מענטשען דארפען אנדערע מיטלען.
דאס בין איך מסכים, אז די גרעניצען דארפען נישט זיין אזוי פעסט. א בחור וואס לערנט פיין קען אסאך פארדינען פון א שיעור וואס איז אביסל העכער ווי זיין לעוועל, און א בחור וואס האט ביז יעצט ווייניג געלערנט קען זיך צוריק כאפען טאמער די ראש ישיבה וועט איהם געבען א געלעגענהייט.
און דער עיקר פון דעם איז אז די קרייטיריע פון אננעמען א בחור וואלט געדארפט זיין 'האב איך עפעס איהם צו געבען? האט ער א תועלת פון זיין דא?' און נישט ' וועט ער צוגעבען צום ישיבה?'
איך האב די ווידיאו נישט געזען, איך האב, מיט יארען צוריק, געשמועסט מיט הרב שפירא און ס'דוכט זיך אז מיין טאטע קען איהם גוי. קיין מיינונג האב איך אבער נישט אויף איהם.
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:43 pm
דורך קול הלשון
ווער רעדט נאך פון קווינס ישיבה . ווען מען קימט אן צו שיעור ד' שטעלן זיי נישט גארנישט צו פאר די עלטערע בחורים . אין זיי ווילן נישט עפענען א עקסטערע חלק ד' . אין וועגן דעם דרייען זיך הינדערטער בחורים העכער די 20 יאר אויפן גאס . עס איז דאך אזא רשעות .
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:48 pm
דורך berlbalaguleh
קול הלשון: אבער דער מהר"א מ'מאנרא האט יא אויפגעמאכט א שיעור ד'. חוץ די אנדערע ישיבות וואס ער האט מייסד געווען...אבי דו פארשטייסט די וויכטיגקייט פון דעם. ווען דער עולם וואלט נישט געווען מיט אזא בלינדע שנאה (די וועלכע זענען) וואלט מען איהם געדארפט טראגן אויף א בענקל אין די הייעך ביי כ"א כסליו...(יא, שמעקעדיג...

...!
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:52 pm
דורך קול הלשון
..
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:01 pm
דורך berlbalaguleh
קול הלשון: סאו קענסטו אפרישיעיטן די אויפטוה. איך האב געהאט א פאר יאר צוריק א בחור די עידזש, בערך. ר'האט שוין ב"ה חתונה געהאט. און כ'האב מיך זייער שטארק געפרייט ווען א חשוב'ער רב האט איהם אריינגענימען אין זיין כולל ביז ער איז געווארן א חתן...!
חזק ואמץ...!