זאב נטרף – ווער איז דער וואלווי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2493 מאל

זאב נטרף – ווער איז דער וואלווי

שליחה דורך שעפטאל »

געווענדליכע שעפטאל מעלדונג: דעם אשכול טאלערירט נישט קיין שום פגיעה בכבוד חבירו. אונזער באליבטער וואלווי האט אלעס געזעהן און מסכים געוועהן להרבות ששון ושמחה. ובלכתך בשעפטאל לייגט אריין גרויס מיה און פלאג וכו' עד סוף הפסוק הערץ און האץ הנאה...
===

דער טריפה'נעם דיין וואס גייט בשמונה בגדים בשעת ער טראגט א לעפטאפ אינעם טלית בייטל מיט זיין דרך הלימוד וואס ער איז זיכער נישט מקיים און זיין חשיבת התורה האט זיך דערוואגט צו רעדן אויפן שעפטאל'ען רבין

הגם ער איז אלעמאל אויף די זייט פון די מנהל, ואפי' 40 פראצענט פון זיינע תגובות זענען פיהל מיט הערליכע ידיעות התורה. און ער פארשטייט גוט צו פאזיע, און איז שולט אין יעדע נושא אפי' אין מוזיק און נגינה דאך דארף מען אויך קאווערען די אנדערע זייט פון די מטבע. ווייל די אמת מיז געזאגט ווערען.

מ'גייט נישט אריינגיין אין ווייץ וסייקידעליק'ס אשכול. משום טול קורא מבין עיניך..


עבודת האכילה

20 פראצענט פון זיינע תגובות זענען לאוו. יא. ליבשאפט צום מאכל. נו מאשר שמנה לחמו, ובטנו. אז מ'עסט אסאך, קען מען נישט אויפשטיין צופרי, אבער ס'איז דאך סעודת ר' שייע א גאנץ יאהר לש"ש.

ווער רעדט נאך ווען ס'קומט חנוכה ווי סאך דער דיין שליט"א רעגט זיך די דאונאט'ס פון דעם קומט מען ליידער אהן צו דאנקין דאונאט'ס

ס'גאר געווארן א שיטה: עס מיט רחמנות

א"א לפורטם כי רבים הם


די גאנצע קאפ וועט טראכטון (שטייסט רוסיש?) אוכל'דיג פון בטן מלא קומט מען נעבעך צו טריפה'נע השקפות אז די כלים שונים זענען גאר מותר נישט די סמארט פאין הארגעט, נאר די יצה"ר הארגעט


דאבעל סטענדערט'ס

דער יעיניגער, נישט פורט בשמו זיין, ווערט רויט פארשעמט פאר אנדערע. ער וועט מוחה זיין, ס'נישט שיין

אבער ער מעג אריינדרייווען אין יעדעם עד זוב את זובו בפניו ושלא בפניו כמ"ש ואיש לא עמד בפניהם

--

אבער דאס נעמט נישט אוועק פון זיין גוט הארציגקייט פון געבען צדקה פאר א יעדער וואס שטרעקט אויס א האנט.
אבער רבוש"ע וואס איז דעי באכלעבשיקייט פון ארויסנעמען א צוואנציגער און בעהטן טשענדש. קענסט נישט ניצן א קרעדיט קארד?

אבער למעשה קומט ער זיך אויס אין שטוב
און געט אכטונג אויף חינוך הבנות
ער האט אויך פיהלינג'ס, ער פארשטעקט זיך די פנים פאר בושות מיט זיין קאר


ווי אויך איז ער זייער דיסיפלינד ווען ס'קומט צו ספענדן געלט.
חוץ אין א שוואכע מינוט

ווי בלאנט ער זאל נאר נישט זיין דאך זארגט ער זיך פאר אונזער באליבטען בעל עגלה, ער זאל גוט שלאפן און אפי' האבן ווייפיי אין מושב זקנים
הגם ער האט עם שוין כמה פעמים חושד געוועהן אז ר' בערל איז גאר עפעס סתם א יונגאטש.


וואלווי! ווי אלל לאוו יא! קיפ איט אפ!!!
רעאגיר