א מנובל איז עומד בראש א מקוה - וועלעכע מקוה איז דאס?

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
אבן מקיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 28, 2021 9:47 pm
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

א מנובל איז עומד בראש א מקוה - וועלעכע מקוה איז דאס?

שליחה דורך אבן מקיר »

אין די "אינטערוועלט" פון היימישע טעלעגראם פארט ר"ל ארום א לענגערע קליפ פון א וודיא קעמרע אין א חסידישע מענער מקוה. די גאנצע סוגיה פון סקיאריטי קעמרעס און ווער ס'האט עקסעס איז סתם אזוי אן קיין שום אחריות ווי די סדר איז אלעס ביי אונז. אין דא האבן מיר אז די אחראי אויף די קעמרעס אין די מקוה איז א מנובל וואס שיקט ארום קליפס ווי מ'זעהט וואס טוהט זיך אינעווינייג ר"ל.

איך קום דא אויף קאווע שטיבעל צו העלפען עסקנים אויסגעפינען וועלעכע מקוה דאס איז. איך בעהט יעדער וואס קען באטראכטען די בילד און קען זאגן וועלעכע מקוה דאס איז וועט האבן א חלק און העלפען אפשטעלן א מנובל וואס איז עומד בראש פון א היימישע מקוה און האט עקסעס צו די ווידיא'ס אינעווייניג.

אזוי אויך ווער ס'האט אינפארמעישען איבער די אקאונט CyberD****** וואס האט גע'פאוסט די ווידיא (איך האב אויסגעמעקט א חלק כדי נישט צו געבן דא אדרעססן)זאל זיך ווענדען צו די פאליציי.
בייגעלייגטע פיילס
MC.jpg

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט