פאעטישע ספיקות.

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3631 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2472 מאל

פאעטישע ספיקות.

שליחה דורך אלפא »

מחשבות, ספיקות, דילעמעס און וואס נישט, נאר איינס דער צווייטע עס ברענגט,
עס פירט פון גרינג צו אומדעטרעגליך, אראפשרייבן אוממעגליך!

'קאנפליקטן' דאס איז די שליסל-ווארט וועלכע אונטער יעדע אזאנס צופיסנס מ'טרעפט.
צוויי באזינדערע חלקים פונעם זעל, צוויי גאר אנדערע מאטריאלן פונעם יקום אין איין שיסל צוזאמען געקוועטשט, יא צוקוועטשט דאס איז די אויסדריק ווען אזא פארסירונג אויף פאפיר שפרייט זיך,

קאנפליקטן איז אזוי אלט ווי באשאף גאר, צווישן וואסערן- ביז זון און לבנה וואר, די מולטיפילער פארטיקלען איינס אינעם צווייטן צופליקט, געוואונען האט אבער ג-ט'ס וויל - א וועלטל דרייט זיך ווי דאס מיל.

גשם און ווינט, לעמעלעך- ווילדע הינט, זעל פון גוף'ל ארויס רינט, קוים געוואונען – דאס קומענדיגע טיף שוין שפינט,
מלחמות קריגערייען, געדאנקען באנייען, אלטע קוים פארצייען, קומענדיגע טוט איבערשרייען. אנטלויפן דערפון איז ווי אנטלויף פון לעב זעלבסט, געשמאק איז עס וואר נישט. אבער אן דעם קיין עקסיסטענס-גארנישט!

וויאזוי? פארוואס? וועג ארויס? נישט קיין ענטפערס נאר לעבן פארציילונג. איבערקייען -איז קיין באפרידוגונג אבער נישט ווען צום געפיל מען באוואכט. טאג נאכט, מיט- אן מאכט, אינדרויסן לעבט לאכט, אבער און קאפ טראכט, עמאציעס ווילד אויף אכט!
געזען געהערט, דאס נשמה'לעס רואיגקייט צושטערט, צושאקלט אינגאנצן, טרערן שוין גלאנצן, אבער פון פרידן וויל נאכנישט הערן ביז דאס גאנצע וויסן איינגעזויגן. אפשר דאן אפשר, א לייזונג צום גרויסן פראגע אנדעקן, פינגערס און זעלן זיך באלעקן. דערצו לעכצן דאס יוניווערס ברייטע עקן.

ניין קיין מינוט פריער דעם געווער איינשטילן, דאס מינוט שפעטער וועט מיט פראצענט אפצאלן. וואס? וויאזוי? דאס קען נאר רעאליטעט צייגן- קאן זיין דערפאר האט זיך עס נאכנישט געטון אויסלייגן. מעגליך די ענטפער נישט אינדרויסן עס ווארט, נאר זאגאר אינעם תוך פונעם אומבאקוועמקייט עס גארט. אנדעק מיר- נישט דעשרעק מיר וועל איך פון באהעלטעניש ריין שפראצן.

אן קיין ציל מיין פענע טוט לויפן. קיין פלאן עס טוט נישט קויפן, וואס צו טון- ער קומט נישט צו זיך, אבער שטיין בלייבן דאס איז קיין מענטשליך באשעפטונג.
טראכטונגען, פילונגען, דאס אסאך עס פארמאגט, נישט מסודר- נישט ראוי צו זיין געזאגט, אבער דאס אלטערנאטיווע שטילקייט- איז מיאוסער ווי צושמאלצענע אותיות- אן קיין פארעם -כאטש אין עקסיסטענס!
נישט דעם פאפיר די שורות צילן, אוך נישט דער אויג אונטערליגנדיג די גרויסע ברילן. א צופליקט הערצעלע וועלכע פון געוויין קען נישט אפשטילן, פון היציג געפילדער נישט אפקילן, צוריבן צווישן סאציאלע-ווינט מילן, באגלייט ביים אויפגעלאזטע מענטשעלעס געפילן, צו דיר- א פריינט- כאטש א אויער איז מיין ווילן.

נישט אויף ארויסקריכן זעמער געקומען קריכן, נישט אויף לייזן האט זיך דאס אומלייזבאר'ס געטון דערזוכן. ליידן, פיין, דאס קען עלימינירט ווערן, פריידן, און שיין, קען אנשטאט זיך דערהערן.
נישט די וועג ארויס איז די ישועה , די וועג אריין האט דאך זיין טרייע נוצן, אינערווייניג זיך ארומקוקן, ווערן באקוועם מיט דאס שטעכעדיגס , עס בייסט נישט מער ווי מען לאזט, און ווען מ'לאזט- קיין ביסן איז דאס פאררופן. לערנען די תכסיסין, דאס גאנצע פלאך גיסן, דעטרענקען א ווייל- דאן אויסטרינקען דעם הייל. די וואלקן פון אינפארמאציע- ערגעץ אנדערש אינגאנצן זיך אפהיט, קיין שטורעם קיין אויסגיס- איר נישט בארירט, דערצו מען שטרעבט- אנדערש זיך לעבט, קיין פחד באהערשט- טון וואס איז ווערשט.

ווייל נישט פון די ווילדע טאדזיקן האט יאקאב געבענקט,
נישט צו ערד, בוימער, אקטן טוט ער געדענקט.
ער האפט צום באדייט, נישט קיין חילוק ווי ווייט- נאר דערצו אייפער ער שענקט,
ער גארט צום זייט, פון טיפקייט צושפרייט- נאר דערמיט קאפ'עלע ער שווענקט!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
רעאגיר