די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

די רעבישע וועלט האט צובאקומען נייע אדמורי"ם קינדער פון די רחמיסטריווקא רבי זצ"ל ווער קען אריין קומען איבער ביאגראפיעס פון די נייע רביס
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

אין מאנסי הרג'עט מען זיך, ס'איז א פארוויקלטע פאליטיק, נישט פשוט. לאמיר זען וואס וועט דארט זיין.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

וואס איז די מחלוקה איבער וואס?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

קומט׳ס אריין מיט די גאססיפ, די נעמען, די געלט, אלעס וויל מען הערן
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אמאל פלעגט מען זאגן אז ראכמעסטריווקא האט די לענגסטע נאמען און די ווייניגסטע חסידים, וואס איז היינט דער מצב, איז דען טאקע דא כדי חלוקה? אפילו אין מאנסי אויך?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

צפת האט געשריבן:אין מאנסי הרג'עט מען זיך, ס'איז א פארוויקלטע פאליטיק, נישט פשוט. לאמיר זען וואס וועט דארט זיין.
וועגן ר׳ אברהם דוב די פעטער?
פאר ווער סווייסט נישט, ר׳ אברהם דוב טווערסקי איז א ברודער פונעם רבי׳ן זצ״ל וואס איז געווען אן איידעם פון בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ״ל. ער איז אלץ געווען אב״ד רחמסטריווקא מאנסי, און ווען איינער פון די קינדער האבן געוואלט איבערנעמען די שול אין מאנסי זענען ר׳ אברהם דוב׳ס קינדער געלאפן פארהאלטן דעם רחמסטריווקא רבי, און ער האט טאקע צוריקגעצויגן.
בני מר ומתוק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך בני מר ומתוק »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:
צפת האט געשריבן:אין מאנסי הרג'עט מען זיך, ס'איז א פארוויקלטע פאליטיק, נישט פשוט. לאמיר זען וואס וועט דארט זיין.
וועגן ר׳ אברהם דוב די פעטער?
פאר ווער סווייסט נישט, ר׳ אברהם דוב טווערסקי איז א ברודער פונעם רבי׳ן זצ״ל וואס איז געווען אן איידעם פון בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ״ל. ער איז אלץ געווען אב״ד רחמסטריווקא מאנסי, און ווען איינער פון די קינדער האבן געוואלט איבערנעמען די שול אין מאנסי זענען ר׳ אברהם דוב׳ס קינדער געלאפן פארהאלטן דעם רחמסטריווקא רבי, און ער האט טאקע צוריקגעצויגן.
דו רעדסט וועגן איצטער? אדער ס'איז אן אלטע מעשה?
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

בני מר ומתוק האט געשריבן:
ערנסטגערעדט האט געשריבן:
צפת האט געשריבן:אין מאנסי הרג'עט מען זיך, ס'איז א פארוויקלטע פאליטיק, נישט פשוט. לאמיר זען וואס וועט דארט זיין.
וועגן ר׳ אברהם דוב די פעטער?
פאר ווער סווייסט נישט, ר׳ אברהם דוב טווערסקי איז א ברודער פונעם רבי׳ן זצ״ל וואס איז געווען אן איידעם פון בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ״ל. ער איז אלץ געווען אב״ד רחמסטריווקא מאנסי, און ווען איינער פון די קינדער האבן געוואלט איבערנעמען די שול אין מאנסי זענען ר׳ אברהם דוב׳ס קינדער געלאפן פארהאלטן דעם רחמסטריווקא רבי, און ער האט טאקע צוריקגעצויגן.
דו רעדסט וועגן איצטער? אדער ס'איז אן אלטע מעשה?
ניין איך רעד פון א מעשה שהיה
איך פרעג צו איינמאל ער איז אוועק גייט מען צוריק צו דעי פאליטיק
היט שבת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך היט שבת »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:
בני מר ומתוק האט געשריבן:
ערנסטגערעדט האט געשריבן:
צפת האט געשריבן:אין מאנסי הרג'עט מען זיך, ס'איז א פארוויקלטע פאליטיק, נישט פשוט. לאמיר זען וואס וועט דארט זיין.
וועגן ר׳ אברהם דוב די פעטער?
פאר ווער סווייסט נישט, ר׳ אברהם דוב טווערסקי איז א ברודער פונעם רבי׳ן זצ״ל וואס איז געווען אן איידעם פון בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ״ל. ער איז אלץ געווען אב״ד רחמסטריווקא מאנסי, און ווען איינער פון די קינדער האבן געוואלט איבערנעמען די שול אין מאנסי זענען ר׳ אברהם דוב׳ס קינדער געלאפן פארהאלטן דעם רחמסטריווקא רבי, און ער האט טאקע צוריקגעצויגן.
דו רעדסט וועגן איצטער? אדער ס'איז אן אלטע מעשה?
ניין איך רעד פון א מעשה שהיה
איך פרעג צו איינמאל ער איז אוועק גייט מען צוריק צו דעי פאליטיק
ניין. דעיס איז א נייע פרשה צווישען איינער פון די קינדער פון ראכמעסטריווקא רבי וואס איז א איידעם ביי סקווירא רבי מיט די אייניקעל די עלטסטע זון פון די רביס בכור רבי מרדכי ז"ל.
די ברודער רבי אברהם דוב איז בכלל נישט אינטערסירט און ווערן רבי
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

ווער אי"ה טווערסקי? זייט ווען איז געווען א רעדע אז ער זאל ווערן רבי?
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך פארווע חסיד »

כ'מיין אז ר' יעקב יוסף - די זון פון ר' מאטל זצ"ל, איז גאר אנאיידעם ביי ר' אברהם דוב, דאס מאכט עס אביסל מער פארוויקלט.
אבער ווי ס'הייסט זוכט רי"י בכלל נישט קיין רעביסטעווע
היט שבת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך היט שבת »

פארווע חסיד האט געשריבן:כ'מיין אז ר' יעקב יוסף - די זון פון ר' מאטל זצ"ל, איז גאר אנאיידעם ביי ר' אברהם דוב, דאס מאכט עס אביסל מער פארוויקלט.
אבער ווי ס'הייסט זוכט רי"י בכלל נישט קיין רעביסטעווע
גערעכט ער איז טאקע א איידעם ביי רבי אברהם דוב.

רבי אברהם דוב האט לעצטנס געזאגט וז"ל "מיין טאטע זצ"ל איז געווען א רבי מיין שווער זצ"ל איז געווען א רבי מיין ברודער איז געווען א רבי מיין זון איז א רבי מיין איידעם איז א רבי אבער איך וויל קיין רבי נישט זיין"
היט שבת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך היט שבת »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:ווער אי"ה טווערסקי? זייט ווען איז געווען א רעדע אז ער זאל ווערן רבי?

ווייס איך נישט. איך ווייס נאר אז ער גייט פראווענען דעי וואך אין מאנסי.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

רבי דוד משה איז ממלא מקום אין בארא פארק ער איז די אויפציעלע ממלא מקום פון די אמרות טהורות מרחמיסטריווקא מסכים

אין מאנסי איז דא פאליטיק ווי א חלק ווילן די זון הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל און א חלק - בעיקר משפחת רבי אברהם דוב- ווילן די אייניקל

קודם איז רבי אברהם דוב געפלויגן קיין לאנדאן צו א ברית פון א אייניקל, ווי כאילו ער פארט צו יעדע ברית צו די מרחקים... ס'איז בפשטות נאר נישט צו זיין ביי די שבת הכתרה פון הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל אלס אדמו"ר מרחמיסטריווקא מאנסי

רבי אברהם יהושע העשיל האט א שיינעם נייעם בית המדרש וואס די שבת גייט מען צום ערשטן מאל פראווענען דארט

בפשטות וועט די זון זיין די אנערקענטע ממשיך אין מאנסי נאך אלעם איז ער א זון ער איז גראדע אן איש מורם מעם אן ערנסטע איידעלע כאראקטער איידעם ביי א גרויסע מנהיג בישראל און די אייניקל וועט פירען רעביסטעווע פאר זיין שווערס משפחה בסדר
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

לאמיר מאכן סדר:

הרה"ק ר' יוחנן'טשע מרחמיסטריווקע זצוק"ל האט געהאט עטליכע קינדער, צווישן זיי האבן זיך געציילט ווי פאלגענד.
1. כ"ק הרה"ק מראחמיסטריווקע ארה"ק.
2. כ"ק הרה"ק מראחמיסטריווקע ארה"ב (הנפטר).
3. כ"ק אבד"ק ראחמיסטריווקע מאנסי שליט"א.

דער ברידער פון מאנסי איז נישט קיין רבי, טראצדעם וואס זיין טאטע, שווער, ברידער און שוואגערס, מיט עטליכע פון זיינע קינדער, זענען רבי'ס. ער איז אבער יא רב פון רחמיסטריווקע אין מאנסי, ער פירט טיש יעדע וואך (קומט אריין צו כל-מקדש) און מען איז אים מכבד אלס רב און ברודער פונעם רבי'ן.

זיין ביהמ"ד איז געבויט געווארן אויף זיין פריוואטע לאט, מיטן נאמען רחמיסטריווקע. א חלק פון די געלט איז געקומען פון זיין שווער הרה"ק מוויזניץ מאנסי, וועלכער האט זיך אויסגענומען געוויסע תנאים בנוגע מנחה וכו'. סא, באמת איז דאס זיין ביהמ"ד און דאס האט נישט מיט זיין ברודער'ס חסידות. שפעטער האבן חסידי רחמסטריווקע אין מאנסי געוואלט פארגרעסערן און פארשענערן דעם בית-המדרש (מען האט נישט געוואלט בויען א נייע שוהל בנשיאות די רבי פון בארא-פארק, מפני כבודו של הרב והאח), האט ער געענטפערט אז ער דארף נישט מער פון דעם, ער בויט גארנישט, אבער אויב מען וויל קען מען בויען און טון וואס מען וויל. עס האט גארנישט מיט אים.

אצינד איז אויסגעקומען דער מציאות, אז דער לאט איז זיינס אבער דער שוהל איז געבויט געווארן דורך רחמסטריווקע.

עד כאן הקדמה ראשונה.

...
כ"ק אבד"ק רחמסטריווקע מאנסי שליט"א, האט זיך עטליכע מאל משדך געווען מיט זיין ברודער, דער רבי פון בארא-פארק.
איין איידעם איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקע לינדן שליט"א (וואס זיין פאליטיק מיט זיין ברודער אין לינדן, איז ווערד אן אפהאנדלונג פאר זיך).
נאך אן איידעם איז הרה"ק ר' יעקב יוסף טווערסקי, בן הרה"ק ר' מאטיל זצוק"ל, וואס איז געווען די עלסטע זוהן פון דער רבי פון בארא פארק.

דער ווענדפונקט פון די פאליטיק איז אצינד איבער די צווייטע איידעם, וואס איבער אים דארף מען אביסל ארומשמועסן צו פארשטיין וואס גייט פאר.

...
דער עלסטער זוהן פון דער רבי פון בארא-פארק, איז געווען הרה"ק ר' מאטיל, וואס איז אוועק בחייו פון זיין גרויסן פאטער, איבערלאזנדיג א גרויסן פארלוסט פאר די וועלט. ער איז געווען די עלסטע זוהן פונעם רבי'ן, און איז געווען באקאנט אלס גאר חשוב'ער מענטש. אויב וואלט ער נאך היינט געלעבט, וואלט נאר ער געווארן רבי, קיינער קען נישט אריינגיין אין זיינע שיך. ליידער האט די וועלט פארלוירן און ער איז פריצייטיג נפטר געווארן.

זיין עלסטע זוהן איז ר' יעקב יוסף דינן, אן איידעם פון אבד"ק רחמיסטריווקע מאנסי. פונקט ווי זיין טאטע איז ער באקאנט אלס איש מורם מעם, א מתמיד עצום און חסידי'שער יונגערמאן. ער איז אויף גאנצע נעכט און ער לערנט פלייסיג און האט פילע שיעורים דורכ'ן טאג, בנוסף צו די מעשי חסד וחסידות וואס ער איז דערמיט באקאנט. נאך זייענדיג אין די שבעה פון זיין זיידע, ווען אלעס האט זיך ארומגעדרייט ארום אים, האט ער זיך נישט וויסנדיג געמאכט, ער האט אנגעהאלטן זיינע שיעורים קבועים, נישט נאכלאזנדיג גארנישט. ער איז א געשמאקער איד, צו גאט און צו לייט, ער איז באקאנט אלס אן אדרעס צו וועמען מענטשן גייען זיך אויסרעדן און זיך דורכרעדן מיט אים. ער איז א משפיע רוחני פאר פילע רחמסטריווקע חסידים, וועלכע זעהען אין אים מורם ורבם, נאך בחייו פון זיין גרויסן זיידן. אין אנדערע ווערטער, ער פאקט איין זיינע אלע פעטערס אין בוזעם טאש.

זייענדיג די עלסטע זוהן פון די עלסטע זוהן, קומט אים רבי'סטעווע. יעדער פארשטייט דאס און יעדער איז מסכים דערצו. יעדער פארשטייט אז טאמער זיין טאטע וואלט געבליבן לעבן, וואלט ער עווענטואל אנגעקומען צו פירן די גרויסע חסידות אין בארא-פארק, דארט וואו זיין זיידע דער רבי האט געפירט, אבער דער רצון השם איז געווען אנדערש. יעדער פארשטייט אז עס קומט אים עפעס, בפרט אז ער איז באמת ראוי לאותו איצטלא, קיינער איז נישט מחולק מיט זיין חשיבות.

רחמיסטריווקע חסידים אין מאנסי (און אפילו אסאך פון בארא-פארק - ששש, זאג קיינעם נישט אויס), האבן שטענדיג געלייגט אן אויג אויף אים, און געהאפט אז ער וועט פירן רבי'סטעווע און ס'וועט זיין צו וועמען א קוויטל צו גיין. די שאלה איז נאר געווען, צי וועט דאס קענען זיין שייך אין דער ביהמ"ד פון זיין שווער... ער קען דאך נישט פארטרייבן זיין אייגענעם שווער פון זיין אייגענעם בית-המדרש... ס'איז דאך פארט זיין שווער'ס מקום, אויף זיין לאט, א ברודער פונעם פריעדיגן רבי'ן און אליין א רב און איש חשוב מאוד. ווידער אליין עפענען א שטיבל אין מאנסי, איז אויך נישט שייך על פניו של חמיו שליט"א.

דער מציאות למעשה איז, אז זיין שווער וויל דאס, זיין שווער'ס משפחה וויל דאס, און אלע ראחמיסטריווקע חסידים אין מאנסי ווילן דאס און פארלאנגען דאס. דער פראבלעם איז אבער, אז ער זעלבסט - ר' יעקב יוסף - ער וויל דאס נישט און ער איז זיך מתנגד בכל התוקף.

עד כאן הקדמה שניה.

...
דער מצב איז אבער אביסל מער פארוויקלט פון דעם.

די דריטע זוהן פון דער רבי פון בארא-פארק זצוק"ל, איז הרה"ק ר' יהושע העשיל שליט"א, א חשוב'ער און איידעלער יונגערמאן, וועלכער דערמאנט עטוואס די שטריכן פון זיין גרויסן פאטער דער רבי זצוק"ל. ער איז אן איידעם אין סקווירא און ער וואוינט דארט. זיין רביצין פירט די מיידל שולע און איז שטארק אקטיוו אין די מוסדות. זייענדיג אן איידעם אין סקווירא, איז די פאמיליע א שטיק סקווירא, זיינע קינדער זענען ריכטיגע סקווירא און אפילו ער אליין איז אויך גענויגט קיין סקווירא (ווען ס'פעלט אויס, וד"ל), און ער האט זיך שוין עטליכע מאל משדך געווען מיט חמיו מסקווירא שליט"א.

זייענדיג דעם רבי'נס זוהן און וואוינענדיג אין די גלילות פון מאנסי, איז ער לעצטנס שטארק אקטיוו געווארן צווישן חסידי רחמסטריווקע אין שטאט. אין די לעצטע יארן דינט ער אלס ראש-הכולל פאר די יונגעלייט פון ראחמיסטריווקע און ער האט זיך אפילו געלאזט בויען א שיינעם גרויסן בנין פארן כולל, וואס איז דערווייל נאכנישט באנייט געווארן.

אצינד אז דער חלל איז ליידיג געווארן, דער רבי איז נישטא, ומאידך גיסא איז פארהאן א זוהן וואס דארף ווערן א רבי, איז פארהאן א רעדע אז ער זאל קומען קיין מאנסי און דארט ווערן א רבי. טאקע, מען קען נישט איבערנעמען דעם ביהמ"ד פון זיין פעטער, דעם רבי'נס ברודער און רב פון ראחמסטריווקע, אבער ס'איז דאך דא א בנין הכולל און דארט קען מען מחדש זיין די מלוכה און אזוי מחזק זיין די פילע חסידים וועלכע האבן זיך פלוצלינג געטראפן אן קיין רבי'ן. (איי, ער טוט דערמיט וויי זיין פעטער דער רב פון רחמסטריווקע אין מאנסי, ער שפילט אים אויס דעם בית-המדרש מיט זיין קהילה? - אבער דאס האט שוין נישט מיט אים. ער מעג בויען א רחמיסטריווקע בית-המדרש אין מאנסי.)

חמיו האדמו"ר מסקווירא שטיפט אים זייער שטארק צו דעם שריט, וכן מצד סקווירא איז פארהאן אן אינטערעסע אז ער זאל ווערן די רבי פון מאנסי. דאס זעלבע איז מיט זיינע ברידער, די אנדערע רבי'ס לבית ראחמיסטריווקע מבארא-פארק, לעיקוואד ולינדן, וועלכע ווילן אז די חסידים פון מאנסי זאלן אריבערגיין צו זייער ברידער, און אזוי וועט ער זיין א שיינע רבי און עווענטואל אויך פירן די מוסדות ראחמיסטריווקע אין מאנסי. די מעלה דערפון איז אויך, אז דארט איז דא געלט, עס זענען פארהאן גבירים מיט אינטערעסע וואס וואלטן פיל ארויסגעהאלפן אז רחמסטריווקע זאל געפירט ווערן דורך אים.

דער מציאות למעשה איז, אז זיין שווער מסקווירא וויל דאס, זיינע ברידער ווילן דאס, סקווירא חסידים ווילן דאס (און ער אליין וויל דאס אויך... ששש). דער פראבלעם איז אבער, אז די חסידים אין מאנסי ווילן דאס נישט און זיי זענען זיך מתנגד דערצו. זיי האבן גארנישט איינגעלייגט מיט ר' יהושע העשיל, זיי דארפן אים נישט און וויל ענדערש דער באליבטער ר' יעקב יוסף, וועלכער איז שוין לאנגע יארן משפיע אין זיין שווער'ס ביהמ"ד (מען דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז חסידי רחמיסטריווקע, האבן א ווידערווילן פאר א זאך וואס שמעקט שטארק מיט סקווירא, וד"ל).

עד כאן הקדמה שלישית.

...
עטליכע נקודות:
כולי עלמא מודי אז ר' יהושע העשיל איז אן איידעלער און חשוב'ער יונגערמאן. אבער לית מאן דפליג אז ר' יעקב יוסף איז א איד א צדיק וואס פארשעמט נישט אלע זיינע פעטערס וד"ל. ס'איז גאר עפעס אנדערש. נישט אומזינסט האט אים דער עולם אזוי שטארק ליב, און אפילו נישט חסידי ראחמסטריווקע גלייכן אים שטארק.

חסידי סקווירא פראבירן אראפצולייגן דעם בילד, כאילו אז דער עולם וויל ר' יהושע העשיל, נאר דער אלטער רב, זיינע קינדער מיט נאך אפאר שוויצערס ווילן דווקא ר' יעקב יוסף. יעדער איינער ווייסט אז דאס איז פאלש אראפגעמאלן דעם בילד און מען זאגט אזוי לצורך פראפעגאנדע וכו', אבער דער אמת איז ווייט נישט אזוי. דער עולם האט גארנישט מיט ר' יהושע העשיל און רוב ציבור וויל ר' יעקב יוסף אלס רבי.

ר' יעקב יוסף, אויסער זיין אנטלויפן פון די רביסטעווע, פעלט אים נישט אויס זיך איינצורייסן מיט זיינע פעטערס, וועלכע ווילן ר' יהושע העשיל אויפן פלאץ, און זיכער אז ער זוכט נישט קיין מחלוקת מיט סקווירא. ער פלאנט נישט אריינצוטרעטן אין א קריג'ס זאנע, עס פעלט אים נישט אויס. ר' יעקב יוסף ווייסט, אז אננעמען די רבי'סטעווע מיינט, אריינטרעטן אין א פאליטישער שלאכט-הויז. דאס איז פאר אים נאך א סיבה פארוואס נישט אנצונעמען די אדמורו"ת.

ר' יהושע העשיל מיט זיינע שטיצער ווייסן דאס אויך גאנץ גוט, אז ר' יעקב יוסף, אויסער דעם וואס ער זוכט עס נישט, גייט ער זיך נישט איינרייסן מיט סקווירא. דאס גיבט עטוואס א גרינע ליכט פאר ר' יהושע העשיל, אז ער האט א פרייע האנט אין מאנסי און קיינער וועט אים נישט שטערן. איי די חסידים וואס ווילן דווקא ר' יעקב יוסף? - זיי וועלן מוזן שלום מאכן מיטן מצב, זעהענדיג אז ר' יעקב יוסף וויל נישט. ווער רעדט נאך אז מען וועט איבערנעמען די לייצעס פון די מוסדות און מען וועט דאס אביסל אהערשטעלן מיט אביסל געלט, און אלעס וועלן מוזן זיין צופרידן. דער חשבון איז זייער פשוט: די יונגעלייט פון כולל, מוזן דאך קומען צו אים, ער איז ראש-הכולל. די וועלכע דערשרעקן זיך נישט דערפון, וועלן מוזן קומען בשעת זיי האבן קינדער וואס דארפן אריינגיין אין מוסדות, דארט וועט מען קענען האלטן דעם עולם אין די הענט. די פאר סיקריקים וועלן טאקע פארבלייבן זויערעהייט אינעם אלטן בית-המדרש, א בחינה פון בני יואל דראחמיסטריווקע.

זעהענדיג אז מען שטייט אים צו, און מען איז אים שטארק מפציר אנצונעמען די רבי'סטעווע, האט זיך ר' יעקב יוסף אויפגעהויבן און אפגעפארן קיין לאנדאן אויף שבת. דארט האט ער א שמחה, בשעת זיין זוהן מאכט א שלום-זכר מיט א ברית. ער וואלט סתם אזוי נישט געפארן, אבער לאור המצב הויבט ער זיך אויף און ער אנטלויפט. מען דארף געדענקען, אז האדמו"ר מרחמיסטריווקע ארה"ק איז ספעציעל געקומען צו פארן, אינאיינעם מיט ר' אברהם סלונים, צו משפיע זיין אויף ר' יעקב יוסף צו ווערן א רבי, אבער ער האט זיך אויפגעהויבן און אוועקגעפארן.

ר' יהושע העשיל נוצט אויס דער מצב, און ער פראוועט די וואך שבת א גרויסן שבת אין מאנסי - שבת הכתרה!

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז ר' יהושע העשיל וועט נאך זיין טיש אריבערשפאצירן צופיס קיין סקווירא, וואו ער וועט זיך משתתף זיין ביים טיש פון חמיו הגדול, האדמו"ר מסקווירא.

עס איז אינטערעסאנט צו זען, ווי אזוי דער נייער רבי וועט זיך פירן, כמנהגי סקווירא אדער כמנהגי רחמסטריווקע.

...
אין קורצן:
די עיקר שאלה איז דא, ווער איז דער באלעבאס? - צי זענען דאס די חסידים וואס נעמען אויף א רבי, אדער זענען די עליטע בעלי-בתים און זיי באהאנדלען די חסידים ווי בהמות, וואס קיינער פרעגט זיי נישט ווער זייער רבי זאל זיין?

ימים ידברו!
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

ס'איז געווען נאך ברודער פון ראחמיסטריווקא רבי וואס זענען נישט געווען קיין רבי רבי אברהם דוב איז נישט די איינציגסטע

און איך וואלט יא געזאגט אז די גאנצע רעדע אז די אייניקל זאל בכלל איבערנעמען קומט יא פון די משפחה פון רבי אברהם דוב, קען זיין ער וויל נישט די רעביסטעווע אבער זיינע קינדער ווילן שוין איינמאל תולדות מרדכי יוכיח...נישט געווען גענוג אכט רביס האט ער זוך פרובירט אריינצושמוגלען אין די קייט מסתמא אלס זוגות... א זאך וואס האט זיך אים נישט אויסגעארבעט

יעצט רבי יעקב יוסף וויל פיין די רעביסטעווע די גאנצע שפילן ווי איך וויל עס נישט איז א חלק פון די רעביסטעווע שפיל...

רוב רחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי גייען מיט די זון וואס אלע ברודער די רבי'ס ווילן דאס און אלע עסקני הקהילה שטיצען דאס

דאס אז רבי אברהם דוב משפחה ווילן נישט רבי אברהם יהושע העשיל איז ווייל איינמאל ער ווערט רבי איז רבי אברהם דוב גארנישט ווילן זיי רבי יעקב יוסף וואס דאס מיינט אז רבי אברהם דוב איז ווייטער די שפיץ פון רחמיסטריווקא מאנסי

און די גאנצע זאגן וואלט זיין טאטע געלעבט וואלט ער געהאט בארא פארק איז שטותים וואלט איך קענסטו זאגן וואלט זיין טאטע געווען א בן יחיד למעשה איז עס נישט אזוי טאהשער רביס אייניקל האט אויך נישט איבערגענומען אפילו זיין טאטע לעבט שוין נישט
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

אנטשולדיגט. איר האט נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך אין ראחמיסטריווקע מאנסי און איר רעדט ווי א ידען נפלא...

די תולדות מרדכי לעיקוואד, איז געווען על אפם וחמתם פון ר' אברהם דוב מיט די גאנצע משפחה, זיי האבן געפירט א פייערדיגע מלחמה קעגן זייער ברודער/זוהן.

איר קענט נישט ר' יעקב יוסף. ער וויל באמת נישט און יעדער וואס קען אים ווייסט דאס.

די רצון פון רוב ראחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי, ווייסט יעדער איינער פון ראחמסטריווקא מאנסי. אדער ביסטו א שקרן, אדער ביסטו נישט דארט און דו ביסט א בעל-דמיון.

איין זאך קען איך מודה זיין צו דיר, דיין צווייטע לעצטע פאראגראף אין די תגובה. אבער דאס איז שוין א זייטיגע זאך און דאס האט נישט מיט חסידי ראחמיסטריווקע אין מאנסי.
בני מר ומתוק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך בני מר ומתוק »

צפת האט געשריבן:לאמיר מאכן סדר:

הרה"ק ר' יוחנן'טשע מרחמיסטריווקע זצוק"ל האט געהאט עטליכע קינדער, צווישן זיי האבן זיך געציילט ווי פאלגענד.
1. כ"ק הרה"ק מראחמיסטריווקע ארה"ק.
2. כ"ק הרה"ק מראחמיסטריווקע ארה"ב (הנפטר).
3. כ"ק אבד"ק ראחמיסטריווקע מאנסי שליט"א.
ייש"כ.
וואט טוט זיך אין לינדען?
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

קען איינער אפשר לייגן 'מאג שאטס' מיט נעמען פון די אלע נייע אדמורים אדער פאטענציואלע אדמורים. א דאנק
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

אין וויזניץ בארא-פארק איז געווען פונקט די זעלבע זאך. די אייניקל פון דער רבי ז"ל איז דארט געווארן א רבי, אפילו עס איז געווען אין בארא-פארק א זוהן, דער רבי פון וויזניץ ירושלים. ער האט געוואוינט און וואוינט נאך אלס אין בארא-פארק. די קהילה האט מחליט געווען אז דער אייניקל דארף זיין רבי, יעדער האט דאס פארשטאנען, כולל דעם רבי'נס זוהן און יעדער עקספעט דאס.

די ערשטע שטיק צייט, האט דער זוהן אפילו נישט געפירט קיין טיש אין בארא-פארק, מפני כבודו פון זיין נעפיו וואס די קהילה האט אים דערקלערט אלס רבי. דוכט זיך אז אפילו היינט פירט ער בלויז א באטע. יעדער אין בארא-פארק ווייסט אז דער עמטליכע רבי אין בארא-פארק איז דער אייניקל או נישט דער זוהן. ער דערוואגט זיך אפילו נישט צו עפענען קיין מוסדות, טראצדעם וואס עס איז זיכער אז ער וואלט מצליח געווען, אויב עפענט ער א ישיבה צו א חדר. ער וואלט געהאט ווער עס זאל דארט שיקן און ער וואלט זיך געקענט שיין בויען. ער טוט דאס נישט ווייל ער איז א נארמאלער מענטש און ער פארשטייט ווער עס איז דער רבי אין בארא-פארק.

וואס דא געשעט אין מאנסי איז נישט פשוט. ס'איז דא א רחמיסטריווקע קהילה אין מאנסי, סיי דער עולם און סיי דער רב, רוב מנין ובנין וויל אז דער אייניקל זאל ווערן. ר' יהושע ווייסט דאס און דעריבער מאכט ער אויף א נייעם בית-המדרש אין א נייער מקום. דערמיט וויל ער אונטערברעכן דעם כח פון די פריעדיגע קהילה און צוברעכן די סטאטוס-קווא וואס האט געהערשט ביז יעצט אין ראחמיסטריווקע מענסי. נישט שיין.

דער מציאות איז, אז דער עולם איז אנגעווייטאגט דערויף.
היט שבת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך היט שבת »

צפת האט געשריבן:אנטשולדיגט. איר האט נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך אין ראחמיסטריווקע מאנסי און איר רעדט ווי א ידען נפלא...

די תולדות מרדכי לעיקוואד, איז געווען על אפם וחמתם פון ר' אברהם דוב מיט די גאנצע משפחה, זיי האבן געפירט א פייערדיגע מלחמה קעגן זייער ברודער/זוהן.

.
שקר!! וועגן די גאנצע משפחה ווייס איך נישט אבער רבי אברהם דוב אליין האט עס מעודד געווען. איך האב עס געהערט פון רבי אברהם דוב אליינס! אז ער האלט אז זיין זון רבי יעקב יוסף איז ראוי לאותו איצטלא !
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

צפת האט געשריבן:אין וויזניץ בארא-פארק איז געווען פונקט די זעלבע זאך. די אייניקל פון דער רבי ז"ל איז דארט געווארן א רבי, אפילו עס איז געווען אין בארא-פארק א זוהן, דער רבי פון וויזניץ ירושלים. ער האט געוואוינט און וואוינט נאך אלס אין בארא-פארק. די קהילה האט מחליט געווען אז דער אייניקל דארף זיין רבי, יעדער האט דאס פארשטאנען, כולל דעם רבי'נס זוהן און יעדער עקספעט דאס.

די ערשטע שטיק צייט, האט דער זוהן אפילו נישט געפירט קיין טיש אין בארא-פארק, מפני כבודו פון זיין נעפיו וואס די קהילה האט אים דערקלערט אלס רבי. דוכט זיך אז אפילו היינט פירט ער בלויז א באטע. יעדער אין בארא-פארק ווייסט אז דער עמטליכע רבי אין בארא-פארק איז דער אייניקל או נישט דער זוהן. ער דערוואגט זיך אפילו נישט צו עפענען קיין מוסדות, טראצדעם וואס עס איז זיכער אז ער וואלט מצליח געווען, אויב עפענט ער א ישיבה צו א חדר. ער וואלט געהאט ווער עס זאל דארט שיקן און ער וואלט זיך געקענט שיין בויען. ער טוט דאס נישט ווייל ער איז א נארמאלער מענטש און ער פארשטייט ווער עס איז דער רבי אין בארא-פארק.

וואס דא געשעט אין מאנסי איז נישט פשוט. ס'איז דא א רחמיסטריווקע קהילה אין מאנסי, סיי דער עולם און סיי דער רב, רוב מנין ובנין וויל אז דער אייניקל זאל ווערן. ר' יהושע ווייסט דאס און דעריבער מאכט ער אויף א נייעם בית-המדרש אין א נייער מקום. דערמיט וויל ער אונטערברעכן דעם כח פון די פריעדיגע קהילה און צוברעכן די סטאטוס-קווא וואס האט געהערשט ביז יעצט אין ראחמיסטריווקע מענסי. נישט שיין.

דער מציאות איז, אז דער עולם איז אנגעווייטאגט דערויף.
וועל איך אייך פארשטיין געבן, רבי אברהם יהושע איז שוין ראש הכולל אין רחמיסטריווקא אין מאנסי פאר 30 יאר, ער איז נערץ ונקדש ביי אלע רחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי, די אייניקל איז געקומען עטליכע יאר צוריק פון ארה"ק .

רחמיסטריווקא האט שוין פון לאנג געוואלט עפענען א אייגענע בית המדרש, נאכדעם וואס רבי אברהם דוב האט נישט אנגענומען ביים ציבור, געווען בכלל וויזניץ געשטימט שטענדיג ווען ס'איז געווען א רעדע פון שיקן א זון האט די משפחה פון רבי אברהם דוב פארפירט דערקעגן

יעצט נאכן פטירה איז העכסט צייט פאר רחמיסטריווקא צו האבן א אייגענע קווארטל אין מאנסי, און ברוך השם ס'איז געלונגען און שוין דעם שבת האבן זיך חסידי רחמיסטריווקא אין מאנסי מסתופף געווען בצל האדמו"ר מרחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, ס'איז געווען א שבת מרומם בהשתתפות הונדערטע רחמיסטריווקא חסידים און ס'איז יעדנס ווינטש אז יאריך ימים על ממלכתו
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארשפארט