רצפה בת איה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

רצפה בת איה

שליחה דורך קאך_לעפל »

בס''ד

די אידישע געשיכטע איז אנגעפילט מיט העלדין, העלדישע פרויען וועלכע האבן געראטעוועט כלל ישראל פון אונטער די שווערסטע און געפארפולסטע אומשטענדן. דבורה הנביאה, די אישה החכמה וואס האט געראטעוועט די שטאט ביים מארד פון שבע בן בכרי. אסתר המלכה וועלכע האט געראטעוועט כלל ישראל פון די הענד פון המן. יהודית וואס האט געראטעוועט די אידן פון די הענד פון הולופרנס, און נאך און נאך.ס'איז אבער אויך געווען א העלדישע פרוי, וואס איז ווארשיינליך נישט אזוי באוויסט – דאס איז געווען בחנ'טע און באשיידענע אידיש טאכטער מיטן נאמען רצפה בת איה. זי איז געווען די מעטרעסע פון שאול המלך – דער ערשטער אידישר קעניג. לאמיר זיך עטוואס באקענען מיט איר אינהאלטסרייכע געשיכטע.
*

די שלאכטן זענען געוועזן ביטערע און שווערע, די מייעסטעטישע גלבוע בערג זענען געווען אויסגעווייקט מיט די בלוט פון די געפאלענע און פארוואונדעטע זעלנער. די האנד צו האנד שלאכטן צווישן די אידן און די פלשתים, זענען געווען ברוטאל ביז גאר. אין זיין נויט פרעגט דער קעניג שאול אן ביים אורים ותומים צי ער זאל ארויס גיין אין שלאכט, אבער ער באקומט נישט קיין אנווייזונגן. אינגאנצן פארצווייפלט לאזט זיך קעניג שאול ארויס איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל אפיר צו זיכן א בעלת אוב... דאס איז אים אבער זייער שווער געגאנגען. נעמליך, ער זעלבסט האט אויסגעהרג'ט כמעט יעדע בעלת אוב איבער גאנץ ארץ ישראל ווי די תורה באפעלט. אצינד איז ער אבער געווען אזוי פאַרצווייפלט, אזש ער איז געווען גרייט אראפ צו נידערן דעם גנב פונעם שאנד סלופ, אבי אז ער זאל אים אויסצולייזן פון זיין שווערע סיטואציע... די שפיאנאזש אגענטור פון די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך האט זיך דערוויסט, אז אין די שטאט עין דור אין לאנד פון מנשה וואוינט א באשיידענע אידישע פרוי וואס קען די דאזיגע מעשיות... זיי האבן דאס באלד באריכטעט צו די נויטיגע אינסטאנצן.
שפעט אין די שטאק טינקעלקייט פון די נאכט האט זיך דער קעניג פארשטעלט ווי אן אלגעמיינע ציווילער מענטש, און אינאיינעם מיט צוויי באגלייטער האט ער זיך געלאזט אין וועג אריין, אנצוקומען צום שטאט עין דור וואס געפונט אין די טיפענישן פון עמק יזרעאל.
זיי קלאפן אן ביים טיר, און א מיסטיריעזע פרוי באווייזט זיך ביים שוועל. מיט וואס קען איך אייך העלפן? פרעגט די מכשפה. זאגט איר שאול אז ער מוז דריגנד רעדן צו שמואל הנביא, און ער האט איר געבעטן, אז מיט אירע מיסטישע קרעפטן וואס זי באזיצט, זאל זי ארויפברענגן שמואל הנביא פון זיין קבר אין רמות.
זי נעמט באלד א קליין דאַמפּערל מיט פארשידענע געווירצן און זי פארשפרייט דאס אויפן פייער, אזש א אנגענומענער גרוך פארשפרייט זיך איבערן גאנצן ארום. און מיט א הדס צווייג אין די הענד הייבט זי אן צו פרעפלן שטיל ווי זי וואלט ווען דאווענט שמונה עשרה...
דער קעניג מיט זיינע באגלייטער שטייען פארגאפט פיל מיט שפאנונג, און קוקן זיך אזוי צו די מיסטיריעזע טעטיקייטן פון די מכשפה... מיטאמאל הייבט די מכשפה אן צו שרייען מיט באנומענע קולות: פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז דו ביזט דער קעניג שאול? וויאזוי ווייסטו אז איך בין טאקע דער קעניג שאול? פרעגט דער קעניג אינגאנצן פארוואונדערט. זאגט אים די פרוי, אז זי האט ארויפגעברענגט שמואל הנביא פון קבר און אט שטייט ער דא. אבער ער איז ארויפגעקומען שטייענדיגערהייט און נישט מיט די פוס ארויף ווי עס איז אין אלגעמיין די שטייגער ביי אוב. בלויז צוליב כבוד המלכות איז ער ארויף פון קבר שטייענדיגערהייט...
א טויט שרעק איז באפאלן די פרוי. יעדע בעלת אוב פון דן ביז באר שבע האט גענוי געוויסט ווי אזוי שאול באגייט זיך מיט א בעלת אוב... דער קעניג האט איר אבער באלד פארשפראכן אז ער וועט איר גארנישט טאן.
שאול הייבט אן א דיסקאסיע מיט שמואל הנביא, פארוואס שלעפסטו מיך ארויס פון קבר? פרעגט אים שמואל בייזערהייט. הער נאר שמואל זאגט אים שאול: די פלשתים האלטן מלחמה מיט די אידן, און די אידן פאלן ווי פליגן אין שלאכט. און איך פרעג גאט וואס צו טאן און ער איגנאירט מיך אינגאנצן. ענטפערט אים שמואל ווי פאלגענד: דו גיי ארויס אין שלאכט, און דאס וועט זיין דיין לעצטער שלאכט. דאס האט דייטליך באדייט אז שאול מיט זיינע זון וועלן באשיינפערליך פאלן אין שלאכט...
מיט א נידערגעשלאגענעם געמוט און מיט א צובראכן גייסט האט שאול פארלאזט די שטאט עין דור. ער האט גענומען זיינע דריי זון יהונתן, אבינדב און מלכי שוע, און זיי האבן זיך אנגעגארטלט מיט די שווערדן אויף די לענדן, און זיך ארויסגעלאזט צו די גלבוע בארג אנטייל צונעמען אין די שלאכטן אינאיינעם מיט רעשט פון די אידישע ארמיי. דאס צושטאנד אויפן שלאכט פעלד איז געווען גאר ביטער פאר די אידישע ארמיי. זיי האבן אריינגעכאפט מערדערליכע קלעפ פון די פלשתים, פארט איז זייער גייסט נישט געפאלן. זיי האבן נישט אויפגעגעבן און וויייטער געקעמפט מיט אומהויערע העלדישקייט, פארן באשעפער און זיין תורה און פאר ארץ ישראל.
אין די סאמע ברען פון די שלאכטן איז דער קעניג שאול טראגיש דערשאסן געווארן דורך טויטליכע פיילן. ער איז שרעקליך פארוואונדעט געווארן. שאול האט נישט געוואלט פארכאפט ווערן א לעבעדיגער דורך די פלשתים, דערפאר האט ער באפוילן פאר זיין לייב גווארדיסט אז ער זאל אים דערשלאגן מיט זיין שווערד צום טויט.
ווען די אידישע זעלנער האבן געזען ווי שאול מיט זיינע קינדער ליגן טויט אין א קאלוזשע בלוט, האבן זיי פארלוירן זייער מוט ווייטער צו קעמפן. אין רעזולטאט האבן די פלשתים געזיגט, און די אידישע זעלנער זענען אנטלאפן פאר זייער לעבן. די אידישע ארמיי האט געליטן שווערע נידערלאגע און זיי האבן פארלוירן די קרוין פון זייער קאפ.
שאול מיט זיינע זון זענען צייטווייליג באערדיגט געווארן אין די שטאט בית שאן אין לאנד פון מנשה, און נישט אין די באגרעבעניש ארט פון זייער עלטערן אין די שטאט צלע אין לאנד פון בנימין. דאס איז דאן געווען פאררעכנט אלס א גרויסע שאנדע...
***
נאכן שרעקליכע קריג אויף די גלבוע הויכן האט יהודה אויפגענומען דוד המלך פאר זייער קעניג. די הויפט שטאט פון די קעניגרייך פון יהודה איז געווען די שטאט חברון. דער פעלד מארשאל פון שאול, גענעראל אבנר בן נר איז געווען אן אויסגעשפראכענער פיינט פון דוד המלך. ער האט נאך אינאיינעם מיט זיין געוועזענע האר שאול המלך, נאכגעיאגט דוד אויף די הויכע געפארפולע בערג און טיפע טאלן אין די מדבריות פון יהודה, מיטן ציל אים אראפצורוימען פון וועג... דערפאר האט ער געשטעלט איש בושת – א זון פון שאול, אלס קעניג אויף די רעשט פון די אידן. אבער דאס קעניגרייך פון איש בושת האט געהאט יענס פנים... ס'איז געווארן שוואכער מיט יעדע פארבייגייענדער טאג... די הויז פון שאול איז געגאנגן שוואכער און שוואכער, און די הויז פון דוד איז געגאנגן שטערקער און שטערקער. אבנר מיט זיינע לייט האבן דאס נישט אויסגעהאלטן. זיי האבן אנגעפירט מיט א בלוטיגע בירגער קריג, און פראבירט צו ראטעווען די צופאלנדע קעניגרייך פון איש בושת מיט יעדע מיטל אין זייער דיספאזיציע.

אין יענע שווערע צייטן האט פארסירט אזא געשיכטע.

ס'איז אינגאנצן נישט געווען קיין סוד אין די הויז פון שאול המלך, אז דער אבנר האט אמאל געהאט א געשלעכט מיט די שיינע רצפה בת איה... אזלא ווען איש בושת האט געזען ווי די קעניגרייך גליטש זיך אים ארויס פון אונטער זיינע פוס, האט ער אנגעהויבן צו פארדעכטיגן אז דער אבנר ארבייט אונטערן טיש פארן פיינט דוד, אפגעזען אז ס'איז געווען קאפויער. אבנר האט אריינגעלייגט אומהויערע שווערע כוחות און מיה צו הייבן די קעניגרייך פון איש בושת.
אין ווירקליכקייט זענען די פארדאכטן פון איש בושת געווען באזירט אויף די אקט וואס אבנר האט געטאן מיט רצפה בת איה. די שטייגער איז דאן געווען, אז ווען עמיצער האט געוואלט דורכפירן א פוטש קעגן אן אמטירטן קעניג, האט מען געשלעכט מיט זיינע מעטרעסען - אזוי ווי אחיתופל האט יארן שפעטער געראטן פאר אבשלום צו טאן ביים גרויסן אויפשטאנד קעגן זיין פאטער קעניג דוד. אבער אין די ווירקליכקייט האט אבנר דאס אינגאנצן נישט געטאן צוליב דעם אורזאך, נאר ער האט בלויז געהאט א שוואכע מינוט ס'זאל זיך נישט מאכן...
דערפאר ווען איש בושת האט פארגעהאלטן אבנר איבער דעם, איז אבנר אריינגעפאלן אין א שרעקליכער גרומצארן. איך בין עפעס די קאפ פון א הונט פון יהודה דיין פיינט? נאך דערצו היינט וואס דו דארפסט מיך האבן צו טאן א גענאדע מיט די הויז פון שאול, און דיך נישט איבערצוגעבן אין די הענט פון דיין פיינט דוד? און דו האסט דאס פרעכהייט מיך צו דערמאנען איבער די זינד מיט יענע פרוי? אבנר האט ווייטער געדינערט מיט קולות: איך שווער! אז די שבועה וואס דער אייבישטער האט געשוואוירן צו דוד וועל איך פארפילן! אוועק צונעמען די קעניגרייך פון די הויז פון שאול, און אויפשטעלן די קעניגליכער שטול פון דוד, איבער אלע אידן פון דן ביז באר שבע! איש בושת האט געזען די שרעקליכע גרומצארן פון אבנר, האט אים באפאלן אזא סארט ציטער, אזש ער האט זיך נישט געקענט דאס מויל אויפמאכן פאר שרעק.
אבנר האט געהאלטן ווארט, און ער האט אנגעהויבן צו ארבייטן אויף קעסל און כלים, באיינצופליסן דאס פאלק צו נעמען אויך זיך די קעניגרייך פון דוד, און מער און מער שטאטן אין ארץ ישראל האבן זיך אונטערגעווארפן אונטער דוד און זיין קעניגרייך. ס'האט נישט גענומען לאנג ביז דוד איז געווארן די קעניג איבער גאנץ ארץ ישראל. דער באשעפער האט אזוי צוגעפירט, אז אבנר זאל דורכפאלן מיט רצפה בת איה, און איש בושת זאל דאס ארויפברענגן נישט אין די פאסיגע צייט. אין רעזולטאט האט כלל ישראל זיך פאראייניגט אונטער איין קעניגרייך פון דוד מלך ישראל, און דאס בלוט פארגיסינג צווישן ברודער איז געקומען צו אן אפשטעל....
***

אבנר האט געשיקט א דעלעגאציע צו דוד קיין חברון אז ער וויל זיך מיט אים טרעפן. דוד האט איינגעשטימט אבער בלויז מיט איין בדינונג. ווען דו קומסט, ברענג מיט מיין פרוי מיכל די טאכטער פון שאול, וועלכע איך האב מיך ערליך איינגעהאנדלט אלס א באלוינונג פאר צוויי הונדערט ערלות פון פלשתים.

וואס האט טאקע פאסירט?

ווען דוד איז נאך געווען א יונגער אפיציר אין די ארמיי פון קעניג שאול, האט פאסירט ביי איינע פון די שלאכטן צווישן די אידן מיט די פלשתים, האט פונעם מיליטערישער לאגער פון די פלשתים מיטאמאל ארויסגעשפאנט א מעכטיגער גראנדיעזער ריז. זיין נאמען איז געווען גוליית. דער ריז גוליית האט זיך איינגעפירט אזא סארט איינפיר, אז יעדן טאג אין די פרי באגינען און אויף די נאכט ווען די אידישע זעלנער האבן גלייענט קריאת שמע, און אנגענומען אויף זיך די יאך פון הייליגן באשעפער, איז דער רשע ארויסגעקומען און געלעסטערט דעם נאמען פון באשפער אויף א וואלגארישער פארנעם. זיינע נאכאנאנדע לעסטערייען האבן געגריצלט אין די אויערן פון די אידן. שאול איז געווען אנטשלאסן צו פארשטאפן זיין געמיינעם פיסק אויף שטענדיג.
האט מען יעדען טאג אויסגערופן אינעם אידישן מיליטערישען לאגער - אכטונג, אכטונג, אין נאמען פון קעניג: דער וואס וועט האבן די קאראזש צו פארשטילן דעם גוליית, וועט דער קעניג שטארק רייך מאכן. און די הויז פון זיין פאטער וועט באפרייט ווערן פון קעניגליכע שטייערן. און צו דעם אלעם, וועט דער קעניג אים אויך געבן זיין טאכטער פאר א פרוי.
דער יונגער דוד האט זיך צוגעכאפט צו דעם, און ער האט העלדיש באוויזן צו דערשלאגן דער גוליית מיט א שטיין אין קאפ, און דערנאך האט ער אראפגעשניטן זיין מאנסטערישע קאפ מיט זיין אייגענעם מאסיווער שווערד.
נישט נאר האט שאול נישט איינגעהאלטן זיין צוזאג, און באלוינט דוד מיט גאלד און זילבער ווי אזוי ער האט געהאט פארשפראכן. נאר אפילו זיין עלטערע טאכטער פּרינצעסין מרב, האט ער אים אויך נישט געבעבן פאר א ווייב. שאול איז געגאנגן און ער האט פארהייראט זיין באליבטע טאכטער מרב, צו די זון פון א אנגעזענער מאן פון די לאנד פון גלעד מיטן נאמען עדריאל בן ברזלי. פינף קינדער האט מרב געבוירן צו עדריאל.
דער שיינער העלדישער דוד האט זיך ווייטער געדרייט אין הויף פון קעניג, און די יונגערע טאכטער פון שאול פּרינצעסין מיכל, האט אים שטענדיג נאכגעקוקט. זיינע הערליכע רויטע לאקן און שיינע אויגן, די הערליכע מוזיקאַליש קלאנגן וואס זיינע צארטע פינגער האבן ארויסגעגעבן פון זיין באליבט פידל האבן ממש איינגענומען איר הארץ. ס'האט זיך צופלאקערט אין איר הארץ א אויסטערלישע ליבע צו דעם שיינעם דוד.
די יונגע פּרינצעסין האט געבעטן איר פאטער אז זי וויל הייראטן דוד און דינען אלס זיין לעבנס באגלייטערין. קעניג שאול האט איר נישט אפגעזאגט, אבער ער האט זיך דערטראכט א בייזוויליגע אינטריגע. ער האט געלאזט רופן דוד און ער האט אים געזאגט ווי פאלגענד: איך גיב דיר מיין באליבטע פּרינצעסין מיכל צו א פרוי, אבער בלויז אז דו ברענגסט מיר הונדערט ערלות פון פלשתים. איך דארף נישט קיין קעפ, איך דארף נישט קיין פוס, איך דארף נאר "ערלות" פארשטאנען? צום באפעל הער קעניג! האט דוד גענטפערט. שאול האט געהאפט אז דוד וועט פאלן אין שלאכט.
אין ריאליטעט האט דוד געברענגט פאר שאול נישט בלויז הונדערט ערלות פון פלשתים, נאר ער האט געברענגט פארן קעניג צוויי הונדערט ערלות פון פלשתים! אצינד האט דער קעניג יא געהאלטן ווארט, און דוד און מיכל זענען געווארן גליקליכע מאן און ווייב.
דאס רואיג לעבן פון דעם גליקליך פארפאלק האט נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג. קעניג שאול איז געווען אויסן צו הרג'נען דוד. דוד איז געווען געצווינגן צו אנטלויפן אין מיטן די נאכט, און איבערלאזן זיין ווייב די פּרינצעסין מיכל. איז דאן געגאנגן איר פאטער שאול, און ער האט איר פארהייראט צו א מאן מיטן נאמען פלטיאל בן ליש, פון די שטאט גלים אין לאנד פון בנימין. צו די לויב פון פלטיאל דארף מען זאגן, אז ער האט גוט געוויסט אז שאול טוהט אן אומרעכט קעגן דוד, דערפאר האט ער קיינמאל נישט צוגערירט צו מיכל אפילו מיט די קליינע פינגער.
אצינד ווען אבנר האט זיך געוואלט טרעפן מיט דוד, האט דוד אפגעבעטן וואס ס'איז זיינס. אבנר איז טאקע געגאנגן צו די הויז פון פלטיאל בן ליש און ער האט אפגענומען מיכל פון דארטן. פלטיאל האט איר באגלייט מיט יאמערליכע געוויינען ביז צו די שטאט בחרים, און דארט האט אבנר געהייסן צוריק אהיים גיין. דוד און מיכל האבן זיך צוריק פאראייניגט מיט גרויס ליבשאפט ווי אין די פארגאנגענהייט
***
אין צווישן איז אבנר גע'הרג'עט געווארן, אויך איש בושת איז גע'הרג'עט געווארן, דאס גאנצע קעניגרייך פון די הויז פון שאול איז זיך כמעט ווי צופאלן... דאן האט א שרעקליכער הונגער אויסגעבראכן אין גאנץ ארץ ישראל. דאס לאנדשאפט האט געפוסטעוועט, און די פעלדער און ביימער האבן נישט ארויסגעגעבן זייער גערעטעניש. די עקאנאמיע אין יהודה און בנימין און אין די לאנד פון מנשה איז געווען טיף אין די ערד! הונגעריגע טאטעס און מאמעס האבן זיך ארום געדרייט מיט פארלאשענע אויגן, קליינע קינדער זענען געגאנגן שלאפן הונגעריגערהייט. גאנצע דריי יאר האט דאס הונגער געבאשעוועט אין ארץ ישראל. דער געטרייער קעניג דוד איז געשטאנען הילפסלאז ס'איז אים געווען קאלמוטנע אויפן הארצן.
דוד איז געקומען צום אויספיר אז דאס איז א שטראף פון הימל ווייל שאול האט צושטערט די בונד וואס יהושע בן נון האט געשלאסן מיט די גבעונים, ווען די אידן האבן אריבערגעשפרייזט דעם ירדן און איינגענומען ארץ ישראל.

די גבעונים זענען ווירקליך געווען כנענים. זיי זענען געווען אינפארמירט אז דער באשעפער האט פארפליכטעט פאר די אידן אויסצו'הרג'נען יעדע איינציגע כנעני. דערפאר האבן אין א אינטריגע זיך פארשטעלט ווי זיי וואלטן ווען געקומען פון א ווייטע וועג. און זיי זענען געקומען צו יהושע און אים געזאגט אז זיי ווילן זיך מגייר זיין און זיך אנשליסן אין דאס אידישע פאלק. יהושע איז געפאלן פאר זיי און ער האט זיי מגייר געווען, און געשלאסן מיט זיי א בונד צו לעבן אין פרידן. ווען יהושע האט זיך דערוויסט ווער זיי זענען ווירקליך, האט ער זיי געזאגט מיין בונד מיט אייך וועל איך טאקע נישט צושטערן, אבער איר וועט דינען אלס וואסער שעפער און האלץ העקער פאר די אידן. עטץ וועטס קיינמאל נישט זיין א ווירקליכע טייל פון כלל ישראל.
שאול האט פיינט געהאט די גבעונים און ער האט זיי שרעקליך פארפאלגט. ער האט קאָנפיסקירט זייערע פארמעגנס. און ווען שאול האט אויסגע'הרג'ט די כהנים פון די שטאט נוב, צוליב ווייל זיי האבן געגעבן צו עסן פאר דוד פון די לחם הפנים, זענען די גבעונים געבליבן גענצליך אן קיין פרנסה, ווארום זיי האבן נישט געהאט פארוועמען צו שעפן וואסער און פארוועמען צו האקן האלץ. דערפאר זענען זיי געווען זייער שטארק אנגעווייטאגט אויף שאול. און דוד האט געהאלטן אז צוליב דאס פארשטערן די בונד וואס יהושע האט געשלאסן מיט די גבעונים איז געקומען די הונגער.
דוד האט זיך געוואנדן צו די גבעונים און זיי געפרעגט, מיט וואס קען איך ענק פארגוטיגען פאר די פיין וואס ענק האבן געליטן אונטער מיין פארגייער קעניג שאול. האבן די גבעונים גענטפערט: מיר האבן נישט קיין לייב און קיין לעבן מיר פארמאגן גארנישט, אלעס האט שאול פון אונז אוועקגענומען. די איינציגסטע זאך וואס קען אונז פארגיטיגען איז בלויז נקמה! גיבט אונז די פארבליבענע קינדער פון שאול אין אונזער הענד, און מיר וועלן זיי הענגן ווי הונט טאקע אין גבעת שאול! דוד האט נישט געהאט קיין גרויסע אויסוואל, און ער האט גענומען די פינף קינדער פון מיכל... איין מינוט! מיכל האט דאך נישט געהאט קיין קינדער? אמת, זיי זענען געווען די קינדער פון איר עלטערע שוועסטער מרב און אין מאן עדריאל בן ברזלי. אבער ווייל מיכל האט זיי אויפגעצויגן ווערן זיי גערעכענט ווי אירע אייגענע קינדער. און די צוויי קינדער פון רצפה בת איה – ארמני און מפבשת. און ער האט זיי איבערגעגעבן צו די גבעונים. און גבעונים מיט זייער אכזריות האבן זיי גענומען און אויפגעהאנגן מיט גרויס שאנדע אין גבעת שאול.
א גאנץ זומער איז די צובראכענע געטרייע מאמע געשטאנען ווי א העלדין, און געשוצט די קערפער פון אירע צארטע קינדער אז די חיות און די פייגל זאלן נישט אויפעסן זייער קערפער. ביז די ווינטער איז ענדליך אנגעקומען.
ווען דוד האט איבער די געטריישאפט און ליבשאפט פון רצפה בת איה צו אירע קינדער, איז זיין הארץ אויסגעגאנגן פאר רחמנות. אז זי האט זיך אזוי אוועק געגעבן פאר די כבוד פון די מתים, דארף איך אויך עפעס טאן פאר כבוד המת, האט דוד געטראכט צו זיך.
ער האט גענומען זיינע זעלנער און מארשירט ביז בית שאן. דארט האט ער גענומען די ביינער פון שאול און זיינע זון. און פון בית שאן האט ער ווייטער מארשירט ביז גבעת שאול. דארט האט ער איינגעזאמלט די זיבן געשענדעטע קערפער, און זיי געברענגט מיט גרויס כבוד צו די שטאט צלע אין לאנד פון בנימין. דארט זיי זענען באערדיגט געווארן מיט גרויס כבוד אין די באגרעבעניש ארט פון קיש דער פאטער פון קעניג שאול. ערשט דאן האט השי''ת זיך דערבארעמט אויף זיין געפלאגט פאלק, און אראפ געשיקט רעגן פון הימל. און די הונגער איז געקומען צו אן ענדע.

די נאכאנאנדע מלחמות, און די שרעקליכע דריי יאריגע הונגער, האבן זיך ענדליך גענדיגט. און ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט די מעטרעסע פון שאול המלך - רצפה בת איה, געשפילט א אינטאַגראַל טייל, אפצושטעלן דאס בירגער קריג, אפצושטעלן די הונגער, צוברענגן די ביינער פון שאול און זיינע קינדער צו זייער אייביגע רוה.

רחמנה אדכר לן קימה דרצפה אהובה...

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר