ווין נייעס אין א קאמפ קעגן די ADL

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3108
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8515 מאל

ווין נייעס אין א קאמפ קעגן די ADL

שליחה דורך שמן למאור »

די ענגלא-אידישע Vin news נייעס סטאנציע איז ארויס מיט א פאטיציע קאמפיין אז די ADL זאל ארויסנעמען די ווארט "אידיש" פון זייער מיסיע סטעיטמענט.

די ADL איז ווי באקאנט די עלסטע ציווילע רעכטן ארגאניזאציע, זייענדיג איבער 110 יאר אלט און איז די גרעסטע אקטעוויסט גרופע קעגן אנטיסעמעטיזם אין אמעריקע.

די גרופע ווערט געפירט דורך פרייע אידן און איז געווארן גאר לינק דורכאויס די יארן. זיי זענען געווען אקטיוו אין די צווילע רעכטן מאוומענט אין די זעכציגער יארן קעגן די אפרעסיע פון די שווארצע געמיינדע, און היינט זענען זיי שטארקע שטיצערס פין די להטבי"ם געמיינדע. זיי פארשטייען הפנים, אז זיך שלאגן מיט האס אין בעגעטריע קעגן אידן גייט סונאנום מיטן זיך שלאגן קעגן האס און ראסיזם פון סיי וועלכע סארט.

דאס האט כמבון געברענגט אז רעכטע עלעמענטן זאלן נישט גלייכן די ADL, און אפילו געוויסע היימישע בתוכינו גלייכן נישט זייער גאר שטארקע לינקע אקטעוויזם.

לעצנסט זייט אילאן מאסק האט איבערגענומען טוויטער, האט די ADL באמערקט אז עס טוט זיך א גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטן וואס הייבן זיך די קעפ אויפן פלאטפארמע, האבן זיי געריפן אז עדווערטייזערס זאלן אויפהערן צו שטיצן טוויטער. אילאן האט געלאזט וויסן אז ער וועט זיי סוען פאר דעפעמעישן, און בליץ שנעל האט זיך פארשפרייט דעם BantheADL#

יעצט כאפט זיך ווין נייעס ארויף אויפן באן, און זיכט זיך אפצובראטן זייער אייגענע פאטעיטע. און ריפט פאר זיי זיך אפצוזאגן פון די ווארט "jewish".

אויף טוויטער האט דער היימישע קאנטערווערסיעלע בלאגער "יעקבוואלף" געשריבן ווי פאלגנד:

Know the rules:

Criticizing the ADL = antisemitism.
Criticizing Israel = activism.
Criticizing Soros = antisemitism.
Criticizing Orthodox Jews = activism

די באקאנטע hasidic1 קאנטע האט דאס ריטוויטעט, און עס האלט איצטער ביי איבער 43k וואויז. דאס האט פאראורזאכט א שמועס, כאפט א בליק:
Screenshot_20230907-203215_X.jpg
דאס אז היימישע אידן רייסן אראפ "די עצם עגזיסטענץ" פון די ADL, און לייקענען אז דאס איז א אידישע צווילע רעכטן גרופע, ווייזט נאר אז געוויסע אידן לייגן זייער רעכטע אידעאלן העכער זייער עצם וואוילזיין. זיי רייסן אראפ א גרופע וואס איז דא צו באשיצן די זיכערהייט פון "אלע אידן" אינאיינעם, און זיי וועלן אויס די זייט פון די אנטיסעמיטן וואס זיכן צו אנאלירן די גאנצע עגזיסטענץ פון א אידישע דעפענץ גרופע - אדער אידן בכלליות.

די ארטיקל איז פול מיט ליפטיגע באשילדיגונגען אז די גרופע איז נישט "גענוג" רעכט, און פיקן ארויס געוויסע עפיזאדן ווי זיי וואלטן געקענט האנדלען אנדערש, און מיט דעם רייסן זיי אראפ די גרעסטע און מערסט איינפלוסרייכע אידישע דעפענס גרופע אין אמעריקע.

זיי פירן אויס דעם ארטיקל:
It would be beneficial for the Jewish community if the ADL would recognize what is already abundantly clear. It is a political organization, not a religious one, and it’s time for that to become official.

אנטשולדיגט מיסטער שרייבערל, די ADL האט זיך קיינמאל נישט אהערגעשטעלט אלס א רעליגיעזע ארגאניזאציע, זיי זענען דא צו פייטן האס קעגן אלע אידן אינאיינעם. היטלער האט נישט געמאכט קיין חילוק צווישן ערליכע אידן, מיט אפגעפארענע אידן, רעכטע אידן צו לינקע אידן. ער האט אלעמען אינאיינעם אריינגעווארפן אין די גאז קאמערן. דאס אז זיי זענען אויך שטארק לינק און טוען אמאל פאר אנדערע צעווילע רעכטן, מאכט זיי נאכנישט פאר קיין פאליטישע ארגאניזאציע.

צו לייקענען אז די ADL איז א גרופע וואס באקעמפט אנטי- סעמעטיזם איז פשוט לייקענען שמש בצהרים. כאפט נאר א בליק אויף זייער טוויטער קאנטע זיי זענען ביזי רוב צייט מיטן באקעמפן אנטיסעמעטיזם. אוודאי ריקט זיך "אויך" אריין לינקע אקטעוויזם, אבער דאס איז קלאר נישט זייער נומער 1 פריאריטעט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר