בלאט 1 פון 1

וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געווען?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:51 pm
דורך חקרן
לערנענדיג יעצט אביסל איבער קרבנות, איז מיר איינגעפאלן צו עפענען אן אשכול דא אויף קאווע שטיבל.

שטעלט אייך פאר, איר זענט יעצט אין די צייטן פון בית-המקדש. מיט וועלכע קרבן וואלט איר זיך געפילט די מערסטע 'קאאל', וואס רעדט פאר אייך?

איך למשל, גיי פאר 'איל נזיר'. ס'איז א קילע קרבן.

וואס איז אייער טרענד?