בלאט 1 פון 1

מיינע ערב ר"ה מחשבות

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 2:33 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
למעשה זענען מיר אידן די איינציגסטע פאלק וועלעכעס קומען זיך צוזאם אין שול אום ר"ה און שרייען אויס האמעילעךךךך!!!


א מידער עולם, העי שוין פארן עלות יאגט מען ארויס פונעם געלעגער אויס מורא פון א מזל דרימעלדיגער יאר. איינגעוויקעלט אין טליתים שטייט יעדער מיט שרעק און שרייען נאך דעם בעל תפלה האמעילעעעך יושב אוי יו יו יו אוי יו יו יו יו יו אוי יו יו יו יו יו אוי יו יו יו יו על כסא רםםם ונשא... קיינער וואגט זיך נישט ארויסצוקוקן פונעם מחזור אויס מורא פונעם פרישן געקרוינטן קייזער, קיינער וויל נישט אנהויבן מיט עם.

די קריסטן מאכן איין קוגל גאט מיט יעזוס, די מוסלמענער שרייען טאקע אויך אויס אז ס'נאר פארהאן איין גאט אבער נאר ווען זיי ממית'ן אידן אדער אנדערע פאררעטער, אדער ווען זיי באגייען זעלבסטמארד. די אידן זענען די אינציגסטע פאלק וועלעכעס קומען אריין אין שול אויף א פרידליכן און ציטערדיגען אופן און רעדן גראד צו גאט אן א פארמיטלער און זענען ממליך, נישט איינמאל אין לעבן נאר יאר איין יאר אויס. און... וואס איז דער ענטפער צו אונזער אויסרופן אז ער דער איינציגסטער גאט?? האבן די מלאכים שוין געפרעגט פאר אונז, אמר רבי אבהו, אמרו מלאכי השרת לפני הקב"ה, רבונו של עולם, מפני מה אין ישראל אומרים שירה לפניך בראש השנה וביום הכפורים, אמר להן, אפשר מלך יושב על כסא הדין וספרי חיים וספרי מתים פתוחין לפניו וישראל אומרים שירה לפני?! (ר"ה לב:)

‏כ'פארשטיי נישט, די מלאכים האבן געפרעגט אן אינאסענט שאלה ווייל למעשה קומט עס אזוי, ניין? מ'איז ממליך א קעניג, מ'זינגט, מ'מאכט ספעציעלע מארטשעס וכו', און דער תירץ, מלך יושב על כסא הדין וספרי חיים וספרי מתים פתוחין לפניו וישראל אומרים שירה?? סארא חוצפה נאר פאר'ן פרעגן! ס'הייסט נאר פאר'ן ממליך זיין גאט אליין וואלט מען ווען געברויכט זאגן הלל, שוין אקעי די שאלה עמער לאזן פאר די וואס ווילן זיך מפלפל זיין דא. ונחזור לעניננו, מיר זוכן זיך דא צו פרייען זינגען און שאלן אזויווי מ'האט אמאל אויפגענומען א קעניג אדער אפילו ווי מ'נעמט היינצוטאגס אויף א פרעזידענט.. און דער באלדיגער ענטפער שפעטיגט נישט צו קומען ספרי חיים וספרי מתים פתוחין לפניו. העלא, פריי דיך מיט אונז, סוכ"ס זענען מיר די איינציגסטע וואס זענען דיך ממליך?!

וואס קומט תיכף נאכן ממליך זיין גאט? ונתנה תוקף אוי יו יו אוי יו יו קדושת היום! כיהואא נורא ואיום אוי יו יו אוי יו יו... כ'ווייס אז ס'איז נורא ואיום, נאכדעם וואס מיין טאטע האט מיך אויפגעוועקט א האלבע שעה פאר עלות און נאכדעם געהאלטן אן אויג אויף מיר כ'זאל ח"ו נישט איינדרימלען נישט ח"ו צו פארשלאפן מיין מורא'דיג מזל. איי אין מזל לישראל?? אקעי דו האסט קשיות אדער ווילסט זיין אן עהרליכער איד??

אקעי מ'האט שוין ממליך געווען גאט, מ'פארכט שוין, ח"ו א לאך טוהן אין ר"ה. וואס קומט ווייטער? עשי"ת, לאנגע סליחות, כפרות, גאסן שטינקען, ריזיגע טרעילארס אוסגעשפרייט אין די גאסן פאר סטארעדזש, סוכ"ס די בחורים זענען אינדערהיים, די טינעידזשערס פארניכטן כלחוך השור און שכר לימוד גייט ווייטער אן געהעריג, איי די ישיבות זענען פארמאכט, אקעי שוין וואס ווילסטו יעצט.. ריזיגע סוכות שפראצן ארויס פון יעדן ווינקל, אמער מיר ברויכן דאך פירן ריזיגע טישן און זינגען אשרי ילדותנו שלא ביישה את זקנותנו... פארענטשעס פאר די חסידים ואנשי מעשה און גרויסע ברייטע כסא מלוכה פאר'ן רבי'ן זז"ג ברויכן האבן פלאץ און זיין גוט באפעסטיגט אינעם דירת ארעי.

דעם צענטן טאג יום הכיפורים! א טאג פון מחילה סליחה וכפרה! כ'פארשטיי נישט אונז האבן דיך ממש יעצט ממליך געווען מיט גרויס פאראדע און הכנעה, ווילסט נישט אונז זאלן ארויסווייזן אונזער שמחה מיט'ן זאגן הלל איז נישט! עמער אויסווארטן ביז סוכות, דאן וועלן מיר זאגן הלל פאר כמעט צען טעג. כ'פארשטיי אז מלך במשפט יעמיד ארץ און די גאנצע זאך פון ממליך זיין גאט איז אויף דעם געשטעלט און אונז טראסטן דיך אז דו טוהסט אמת'דיגע משפט, אבער פארוואס מוז עס זיין תיכף ומיד? דער צדיק דער בינוני און דער רשע קיינער לויפט נישט אוועק. קענסט דאך ווען אויסקלויבן עפעס א טאג אין חנוכה צו מאכן דעם פיינעל משפט, סייווי די חסידים און בעלי מקובלים האבן געטראפן גענוג רמזים אז די קוויטלעך ווערן הערשט געפאוסטמארקד אום חנוכה צייט?? (קען זיין צום נייעם גויאישן יאר? עה ח"ו! קלאפ דיר אויף דיין מויל!!) דער הייליגער בני יששכר וואלט ווען שוין געפונען גענוג און נאך גימטריות אז יום כיפור מוז אויסקומען זאת חנוכה, העכסטענס וואלט ווען דער בית יוסף'ס קשיא געגאנגען פאר איין טאג ווייניגער.

פונקט תשרי. פונקט בין הזמנים. פונקט ווען אלע בחורים זענען אינדערהיים אין ווייניגער ווי איין חודש אריינגערוקט פיר פעסטע יו"ט און נאכדעם קומט א לאנגע ווינטער. און פיינעלי דער פרילינג קומט צו גיין, די הערליכע בריאה ווערט צוריק נתחדש די אויסגעפליקטע ביימער טוען זיך שוין צוריק אן זייערע הערליכע אור המקיף'ס די ערד הויבט שוין צוריק אנצוטוהן זייער גרינע יוניפארמס. א שמייכל פארט שוין צוריק ארויף אויפן געזיכט, שיינע בלויע הימלען חידוש פני האדמה והנם ימים המבורכים באבם פורכים... אקעי סטאפ מיט דיין פאעזיע! היצטערט גייט מען באמוטשען דעם פאלק מיט א ספרינג קלינינג און מיט א פעסטן בין הזמנים פלוס א יו"ט פסח. אקעי שוין מ'האלט שוין ביי די תנור ראשון פיצא מוצאי פסח.

‏ר' איד בארואיגט אייך.. אינדזשויען פרילינג? ס'אגויאישע זאך! היצטערט קומט צו גיין ספירה פאר כמעט צוויי חדשים. מוזיק? אסור! לכל הדעות אפילו סתם הערן זינגען אן מוזיק איז אויך דא וואס האלטן אז ס'איז אסור. אקעי וואס קען מען טוהן. מידאך א איד. פיינעלי קומט שוין שבועות האט מען אונז באצווינגען מיט מנהגים טראדישאנס און קולטור און פארשטייצעך אז פונקט דאן ברויכן די פרייזן פון מילעכיגע פראדוקטן בוקע רקיעים זיין, פארשטייצעך.. אזויווי ווען ס'קומט די סעזאנען פון אלע אידישע מנהגים, נוי סוכה, ד' מינים, נרות ושמן חנוכה, מצות און פלייש, כפרות.. אה דו ברויכסט עס?? באצאל! ואינו נאכל אלא צלי!

‏שוין פיינעלי איז שוין שבועות אויך דורך. היצטערט הייבט זיך דער לאנג ערווארטעטער זומער סעזאן, דערוילם גייט שוין עמטליך אן הוט און רעקל אין די גאס, די קילע גייען שוין אפילו מיט קורצע ארבלן, און מ'מאכט שוין די לעצטע צוגרייטונגן ארויסצופארן צו די הרי נופש. פון גרויסע מעכטיגע קידושים מיט וואלי באל און נייט סווימינג מוצ"ש, וואלמארט מיט פארקס און פעסטע גריללס פאר די זונטאגס.. העי ר' איד, בארואיגט אייך, מיר זענען אידן מיר זענען אין גלות די דרעדיגע דריי וואכן קומען צו גיין, מוזיק? אסור! ניין טאג שווימען אסור, פלייש אסור.. אקעי כ'פארשטיי כ'בין א איד אבער פארוואס האט מען נישט געקענט אביסעל מער באלאנסירן די זאך?? ווינטער איז לאנג און פוסט אן הפסקות חוץ פאר די פאר רייכע אידן און רבי'ס וואס ערלויבן זיך צו גיין אויף וואקאציע פיר מאל א ווינטער אבער פאר די סתם פשוט'ע עמך אידן? איז איין לאנגע מאנאטענעס ווינטער אבער פרילינג און זומער ווען מ'קען שוין פיינעלי אינדזשויען דאן איז דא פיל מיט הפסקות? שוין..