איז טאקע נאר דא א סיסטעם ביי 'נונז?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 8:57 am
האט שוין געלייקט: 100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

איז טאקע נאר דא א סיסטעם ביי 'נונז?

שליחה דורך מחונך »

מיר אלע דא to a certain extent בלאזן אויפן "סיסטעם". איך האב אן אינטערעסאנטע אבסערוואציע.

ווען איך בין געווען אין (טפוי) קאלעדזש, האב איך אמאל געשריבן אן עסיי וואס איז געווען קעגן דעם אנגענומען עטישער קאוד. די פראפעסארין האט פרובירט מיט גוטן און מיט ביידנס מיך באוועגן צוריקצוציען. איך האב געהאט א קעיס סטאדי, אקאדעמישע פרוי וכו' די פראפעסארין איז נאר געווען פארנומען אז עס איז קעגן דעם מאראלישער, עטישער, און לעגאלער סטאנדארד.
בקיצור א מעשה, נאכן זיך נישט לאזן פון איר שאנטאזש און פובליקירן דעם עסיי האט זי עס געגעבן א B. איך האב עס אפעלירט און זי האט מיך געמוזט גיבן אן A, אבער זי האט געשריבן ביי די הערות אז עס איז נישט מאראליש עטיש וכו'.
דאס האט מיך געברענגט צו אנערקענען אז א יעדע סאסייעטי האט א סיסטעם, אפי' די "אנבייעסט אקאדעמיע" מוז טראכטן לויט ווי די סיסטעם דיקטירט. די פראפעסארין האט נישט געהאט קיין שום ענטפער צו מיינע באווייזן! עס איז געווען גוט נאכגעפארשט, און גוט פרעזענטירט, אין פאקט האב איך איר געצוואונגען צו טוישן די רעיטינג דורך טשאלענדזשען פאר א רעספאנס!

איך האב זינט דאן געטראפן פילע מענטשן פון פולע שטרעמונגען און אלע האבן אייגענע מחשבות אבער האבן "מורא" פונעם "סיסטעם".
א רעפובליקאנער, וועט מוזן זיין פאר גאן רעכטן אפילו עס איז אבסורד און פארריקט.
א דעמאקראט וועט מוזן זיין פאר טראנס רעכטן אפילו עס איז אבסורד און פארריקט.
א לינקער וועט מוזן זיין פרא סטאלין לענין און מאא אפי' עס איז אבסורד און פארריקט.
א רעפובליקאנער וועט מוזן זיין פרא ..... אפי' עס איז אבסורד און פארריקט.

נ.ב.איך האב נאר געשריבן מיין מיינונג איבער וואס עס איז פארריקט. איר מעגט אייך דינגען, אבער ביטע רעדט דברים של טעם.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר