בלאט 1 פון 1

רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:18 pm
דורך היכי דמי
שטייענדיג אין אזעלכע שווערע טעג פון קריג איז דא א לייט אין די טונעל, זעהנדיג אז אונזער דור האט נאך אזעלכע גרויסע צדיקים ווי אמאל.

ביי אסאך הויפן גייט ארום שמועות אז מען האט געזעהן עפעף אויסטערליש אויף זייער רבי׳ן, און איצט שטעלט מען עס צוזאם אז ער האט מרמז געווען די מלחמה

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:19 pm
דורך היכי דמי
א ווערטל דרייט זיך ארום אז די עף בי איי האט געעפענט אן אויספארשונג אויף אלע רבנים וואס האבן געוואוסט.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:38 pm
דורך שפילער
די אלע גרויסע צדיקים אפשר זאגן זיי עס אסאך מאל אז רבותי סקימט גרויסע צרות און פשוט יעצט איז עס געלונגען?..

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:40 pm
דורך סקעפטיקער

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:47 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אויב די רבנים קענען מעגליך קומען אין אישי מיט די לאטערי נומבערס, נאר אין אישי שטייטצעך.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:49 pm
דורך סקעפטיקער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:47 pm אויב די רבנים קענען מעגליך קומען אין אישי מיט די לאטערי נומבערס, נאר אין אישי שטייטצעך.
ביסט דיך נישט גרייט צו טיילן ביליאנען דאלארן מיט טויזענטער אידן? וועסט נאכאלץ האבן גענוג

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:21 pm
דורך אלע צוזאמען
וואס האבן זיי געוויסט? האבן זיי פאראויס געזען די גאנצע געשעעניש, דאן זענען זיי מחבלים, גארנישט בעסער ווי דער מוסלעמענער מ.פ.
וואס האבן זיי געזעהן?

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:41 pm
דורך בעל אחריות
זיי האבן נישט געוויסט, זיי האבן מרגיש געווען.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:42 pm
דורך שפילער
אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:21 pm וואס האבן זיי געוויסט? האבן זיי פאראויס געזען די גאנצע געשעעניש, דאן זענען זיי מחבלים, גארנישט בעסער ווי דער מוסלעמענער מ.פ.
וואס האבן זיי געזעהן?
כלל ישראל זקוק לישועות , אי אפשר אפילו לתאר באיזה סכנה כלל ישראל נמצא

זה לשון קדשו פון ר'מיכל זילבער

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:52 pm
דורך טמיר
לויט ווי איך פארשטיי לויפן די אלע מימרות און פחד'דיגע לשונות עווער סינס. נאר ווען עס פאסירט טאקע עפעס נעמט מען אפיר די באהאלטענע אפיקומן, און דער וואס האט פונקט געזאגט אין די גוטע צייט די ריכטיגע ווערטער דער איז דער געווינער!

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:55 pm
דורך בעל אחריות
טמיר האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:52 pm לויט ווי איך פארשטיי לויפן די אלע מימרות און פחד'דיגע לשונות עווער סינס. נאר ווען עס פאסירט טאקע עפעס נעמט מען אפיר די באהאלטענע אפיקומן, און דער וואס האט פונקט געזאגט אין די גוטע צייט די ריכטיגע ווערטער דער איז דער געווינער!
אזוי אויך זענען די לשונות אפט מאל גאר פארעווע און vague, און ווען עס געשעהט גארנישט זעהט נישט אזוי שטארק אויס אז דער רבי איז נישט גערעכט געווען.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:58 pm
דורך קהל'ס נער
אמשינובער רבי האט יעצט ביים קלאפן הושענות אויסגעריפן אז מארגן שמחת תורה גייט געשעהן וואס איז געשעהן……


אן עי סיריעס נאוט, די אלע רבנים וואס האבן קלאמפישט געוויסט, פארוואס האבן זיי נישט געווארענט?
אז זיי ווייסן נישט קען מען נישט האבן קיין טענות, אבער אז זיי ווייסן יא קומט זיי שוין איינמאל פעטש.

ווער געדעינקט ווען ר׳ חיים קנייבסקי האט פרעדיקטיד אז די דריי בחורים ביי צוק איתן וועלן אהיים קומען לעבעדיג.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:11 am
דורך טמיר
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:58 pm אמשינובער רבי האט יעצט ביים קלאפן הושענות אויסגעריפן אז מארגן שמחת תורה גייט געשעהן וואס איז געשעהן……


אן עי סיריעס נאוט, די אלע רבנים וואס האבן קלאמפישט געוויסט, פארוואס האבן זיי נישט געווארענט?
אז זיי ווייסן נישט קען מען נישט האבן קיין טענות, אבער אז זיי ווייסן יא קומט זיי שוין איינמאל פעטש.

ווער געדעינקט ווען ר׳ חיים קנייבסקי האט פרעדיקטיד אז די דריי בחורים ביי צוק איתן וועלן אהיים קומען לעבעדיג.
די אמשינאווער וויץ איז איינס און א גוטס :lol:

צי די סיריעס נאוט. גראדע הייסט עס אז ר' מיכל'ס גבאי האט פרובירט צי קאנטאקטן די שב"כ הויפט, ער האט נאר נישט געקענט עם ריטשן...

ערנסט גערעדט, דעיס איז א נערישע טענה, סארי. זיי ווייסן נישט פונקטלעך וואס ווען וואו, עס איז עפעס אן הרגשה.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:34 am
דורך פונדאַמענטאַל
שמיני עצרת ביינאכט האב איך געשפירט א זעלטענע בויך ווייטאג, אזא וואס איך האב נישט געשפירט זינט די לעצטע מאל איך האב געהאט אזא בויך ווייטאג. אזש אז מיינע נאנטע האבן זיך געווינדערט וואס דאס קען באדייטן. שפעטער האט מען שוין אלעס פארשטאנען, אין די צייט וואס איך האב געשפירט די בויך ווייטאג האבן די רוצחים געשאסן די מיסילס, און פאר יעדע מיסיל וואס די אייראן דאום האט אויפגעשאסן האבן מיינע געדערים געטרייסלט. שפעטער האבן מיינע פיס וויי געטון, מיינע נאנטע האבן זיך שטארק געוואונדערט - ווייל געווענליך נאכן טאנצען הקפות טוט עס נישט אזוי וויי. שפעטער האט מען שוין אלעס פארשטאנען, אין די צייט וואס מיינע פיס האבן וויי געטון האבן די רוצחים אריינגעדרינגען אין ארץ ישראל, און דאס ווייסט דאך אויף עקבתא דמשיחא וואס איז דאך א רמז אויף די פיס. שפעטער ביים סעודה האב איך געטרינקען גאר א גוטע וויין און איך בין געווארן אביסל העכער. מיינע נאנטע האבן עדות געזאגט אז זינט די לעצטע מאל איך האב געטרינקען א גוטע משקה בין איך נישט געווען אזוי בגליפין. שפעטער האט מען שוין אלעס פארשטאנען, דאס איז געווען ווען די רוצחים האבן דערמארדעט די אומשילדיגיע אידן, און זענען ליידער געווען אין א מצב פון טויט, און עס איז ידוע אז שכרות איז רומז אויף טויט.

מיין נקודה איז צווייפאכיג. איינס, פארוואס נעמען נאך מענטשן ערנסט די בול***. צוויי, אין א צייט וואס כלל ישראל האט געליטן אזא טראגעדיע איז נישט קיין צייט צו דאס אנהענגן אין אויסערליכע פאקטארן, גיב מיר נישט קיין גורמים - קיין תיקונים - און קיין נביאים.

שיקט דאס ארום צו לפחות 13 מענטשן און איך וועל אייך געבן א sneak peek די קומענדיגע מאל מען שטייט פאר א טראגעדיע ר''ל.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:36 am
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:38 pm די אלע גרויסע צדיקים אפשר זאגן זיי עס אסאך מאל אז רבותי סקימט גרויסע צרות און פשוט יעצט איז עס געלונגען?..
איך געדענק: אין יארע '81 למספרם, שטייצעך. גלייך נאך וואס פרעזידענט ראנאלד רעיגען האט געוואונען די עלעקשנס, האבן עטליכע בארימטע "יודעי דבר" און בעלי "רוח הקודש" פאראויסגעזאגט אז ס'קומט "שווערע צייטן. און דערווייל האט דער עולם (ב"ה) געהאקט אויף ביידע באקן. סיי עקאנאמיש. און סיי פאליטיש. ריעל עסטעיט. און ביזנעס בכלל איז ארויף צו גאר הויכע שטאפלען. און די היימישע "תרפ"ט ארגאניזאציעס" האבן באקומען ריזיגע פאנדן. א שיינע פאר אידן האבן מער נישט געדארפט גיין אין דזשאב צו זוכן פרנסה. דער נייער פרעזידענט איז אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע המצאה וויאזוי צו גיסן געלט פאר זיינע שטיצערס וידידים. ער האט מחדש געווען אזא זאך ווי ..."בלאק גרענטס". אהינגעווארפן א פופציגער אדער א מאה'לע (אלף, שטייצעך) א יעדע פאר חדשים. אן דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:43 am
דורך berlbalaguleh
אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:21 pm וואס האבן זיי געוויסט? האבן זיי פאראויס געזען די גאנצע געשעעניש, דאן זענען זיי מחבלים, גארנישט בעסער ווי דער מוסלעמענער מ.פ.
וואס האבן זיי געזעהן?
זיי האבן פאראויסגעזעהן אז צוליעב די גרויסע חטאים פון כלל ישראל רחמנא ליצלן. אזוי ווי די פרויען וועלכע האבן רויטע טורבאנס און לאנגע פאנדיאלאוס. און לאנגע שייטלעך, שטייצעך. קען ח"ו קומען גרויסע צרות אויף כלל ישראל.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 11:13 pm
דורך מיסטעריע
סקווירא

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:06 am
דורך שמעון וואלף
מיסטעריע האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 11:13 pm סקווירא
פשיהא, דאס איז דאך ממש אפענע רוח הקודש, ובפרט אז ער האט משנה געווען ברכת הקודש (שטייט אפילו נישט וואס ער האט משנה געווען, אבער מי יעמוד בסוד קדושים).

גראדע אז איך האב געטראכט לגבי שאקלן אויף דרום זייט אז דאס האט ציטון מיט די קאסאנע בית מדרש אין די מייל, וואס איז אויף דרום זייט פונעם שטעטל, אדער מיט מהר"יי מ'ראחמיסטריווקא מאנסי, אבער ווי געזאגט, מי יעמוד בסוד קדושים.

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:48 am
דורך וואלווי
און דאס אלעס האט חמס געוויסט.
און דאך מצער געווען דעם צדיק..

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:58 am
דורך שמן למאור
טמיר האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:11 am
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:58 pm אמשינובער רבי האט יעצט ביים קלאפן הושענות אויסגעריפן אז מארגן שמחת תורה גייט געשעהן וואס איז געשעהן……


אן עי סיריעס נאוט, די אלע רבנים וואס האבן קלאמפישט געוויסט, פארוואס האבן זיי נישט געווארענט?
אז זיי ווייסן נישט קען מען נישט האבן קיין טענות, אבער אז זיי ווייסן יא קומט זיי שוין איינמאל פעטש.

ווער געדעינקט ווען ר׳ חיים קנייבסקי האט פרעדיקטיד אז די דריי בחורים ביי צוק איתן וועלן אהיים קומען לעבעדיג.
די אמשינאווער וויץ איז איינס און א גוטס :lol:

צי די סיריעס נאוט. גראדע הייסט עס אז ר' מיכל'ס גבאי האט פרובירט צי קאנטאקטן די שב"כ הויפט, ער האט נאר נישט געקענט עם ריטשן...

ערנסט גערעדט, דעיס איז א נערישע טענה, סארי. זיי ווייסן נישט פונקטלעך וואס ווען וואו, עס איז עפעס אן הרגשה.
כ'ווייס נישט קיין סאך וועגן הרגשות, אבער כ'וועל אנפרעגן ביי מיין ווייב...

Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 7:30 pm
דורך כספי
מיך זעט נישט אויס אז ס'איז דא איין נארמאלער מענטש וואס נעמט עס בכלל ערנסט, אויסער אפשר די חסידים פון די אייגענע רבי'ס וואס דאס איז נישט שווער, אויף חסידים פרעגט מען נישט קיין קושיות, בפרט ביי די סארט חצירות וואס מ'פרעדיגט אז דער רבי האט רוה"ק קומט ארויס אזא מעשה, איז דאך מורא'דיג שווער, היתכן ער האט גארנישט געזען, קומט מען אויף מיט די אלע מייסעס