951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך מנהל »

קאווע שטיבל איז א פארום וואס איז אפען פאר אקטיווע מעמבערס. מעמבערס וואס זענען נישט אקטיוו, קענען זיין ליינערס און קענען האבן צוטריט צו די ערשטע הודעה פון יעדן אשכול, אבער נישט די ווייטערדיגע תגובות.

ווען א מעמבער ווערט אנגענומען אין קאווע שטיבל באקומט ער אן אימעיל וואס פארלאנגט אז ער זאל לייענען "וויכטיגע אנווייזונגען פאר'ן נייעם מעמבער". צווישן אנדערע שטייט דארטן:
מנהל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:30 pm קאווע שטיבל איז א קאמיוניטי פון היימישע אידן וואס גלייבן אין די וויכטיגקייט פון א פלאטפארמע פאר פרייהייט פון ווארט על דרך התורה, און אין די וויכטיגקייט פון זיין א חלק פון אזא קאמיוניטי.

דערפאר, איז קאווע שטיבל א "שרייבער-באזירטע פארום" - דאס מיינט די שמועסן זענען אפן נאר פאר די וואס זענען אינטערעסירט צו זיין אקטיוו און אנטיילנעמען אין די שמועסן, און אליין אריינווארפן א ווארט אמווייניגסטענס אמאל אמאל.

א ניק וואס וועט ביז א שטיק צייט נישט אנפאנגען אנטייל נעמען אין די שמועסן, וועט ווערן אויסגעשפארט.

מיר קוקן ארויס צו הערן פון דיר!
*

כדי צו האלטן א ניק אקטיוו מוז מען אנפאנגען צו שרייבן אין לויף פון איין חודש נאכדעם וואס מ'האט זיך רעגיסטרירט. אזוי אויך מוז מען אנהאלטן א מינימאלע אנוועזענהייט פון שרייבן א דורכשניט פון אמווייניגסטענס 25 מאל אין לויף פון א יאר.

א ניק וואס ווערט פארשפארט צוליב נישט זיין אקטיוו, קען נישט צוריק געעפענט ווערן בלי שום יוצאים מן הכלל. די וואס ווילן צוריקקומען כדי צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.

*

מיר האבן אנגעהויבן אינפארסירן די תקנה דורך פּערמאנענט פארמאכן 951 ניקס וואס זענען עלטער פון 6 חדשים און האבן קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.


אפדעיט מאנטאג דעצעמבער 4, 2023
ניקס וואס זענען שוין דא 2 יאר אדער מער, אבער זענען נאך אלץ בלוי, זענען פארמאכט געווארן. ואתכם הסליחה.

אפדעיט מאנטאג יאנואר 1, 2024
פארמאכט 218 ניקס וואס זענען שוין 3 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.

פון צייט צו צייט וועלן מיר ווייטער פארמאכן ניקס וואס ס'איז שוין דורך א שטיק צייט נאכ'ן זיך איינשרייבן, און האבן קיינמאל גארנישט געשריבן. אזוי אויך ניקס וואס זענען שוין דא א לענגערע צייט און זענען נאך בלוי, דאס הייסט אז זיי האבן נישט געשריבן אמווייניגסטענס 25 מאל.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.

אפדעיט מיטוואך יאנואר 17, 2024
פארמאכט 35 ניקס וואס זענען שוין 2 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
פארמאכט ארום 25 ניקס וואס זענען שוין 2 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי. ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.

אפדעיט דינסטאג יאנואר 30, 2024
מיר האבן פארמאכט 19 ניקס וואס זענען שוין 2 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט 167 ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.

אפדעיט דאנערשטאג פעברואר 15, 2024
מיר האבן פארמאכט 32 ניקס וואס זענען שוין 2 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט 2 ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.


אפדעיט מיטוואך מערץ 20, 2024
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 חודש און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 611
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

נעגעטיוועטי ארבייט נישט היינט; ענדערש דארף מען ריווארדען די וואס שרייבן יא....
למשל, מיטן אריינלאזן אין מאחורי ;)
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער פרטים איבער די קלענערע היימישע חבורות וואס קומט פאר ׳בתוך עמי׳ שיקט אן אימעיל צו: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5719 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך וויס נישט ווי צי שרייבן, העמיר עס שרייבן דא, קאווע שטיבל איז א געשמאקע פלאטפארמע אבער ס׳מאנגעלט (אביסל, פחות משתות) אין שרייבערס, ווידער @דער וועקער האט אסאך שרייבערס אבער ס׳מאנגלט לגמרי מיט א פלאטפארמע.

האמיר דא דעם קלאסישע בעל התל און בעל החריץ סיטואציע, איז אפשר והיו לבשר אחד, אז דער וועקער זאל אנהייבן ערשיינען טאקע דא אויף ק״ש, דער @מנהל וועט עים געבן זיין אייגענע פארום ווי ער וועט פאוסטן זיינע און זיינע שרייבערס שריפטן. און אזוי וועט זיך עפענען נאך אשכולות צי דן זיין איבער די וועקער שרייבעריי.

עפעס זאג איך, ניין?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re:

שליחה דורך מנהל »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:16 pm
למשל, מיטן אריינלאזן אין מאחורי ;)
וכן נוהגים...
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 851
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7278 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2390 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך שעפטאל »

והמהרי"ט נהג לסגור גם אלו שכותבים רק תגובות ריקות (כדי שלא יסגרו), ובפרט אלו שכותבים הבלים רק להרגיז כל הניקים..

וסגולה בשם האריז"ל להרבות לייקים ולקרב החדשים שכותבים דברים של טעם..

(שוין א גאנצע מאן דאמר געווארן אויפן עלטער 🫣😀)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

שעפטאל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:24 am והמהרי"ט נהג לסגור גם אלו שכותבים רק תגובות ריקות (כדי שלא יסגרו), ובפרט אלו שכותבים הבלים רק להרגיז כל הניקים..
מ'וועט אנקומען צו דעם אויך בל"נ
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך דריידל »

ניקס וואס זענען פארמעקט געווארן, וואס טיט זיך מיט זייערע תגובות? איז עס אויך פארמעקט?

אגב, איז דא עפעס גוטע ניקס אוועילעבל?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 297
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך אסטראלאג »

שעפטאל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:24 am והמהרי"ט נהג לסגור גם אלו שכותבים רק תגובות ריקות (כדי שלא יסגרו), ובפרט אלו שכותבים הבלים רק להרגיז כל הניקים..

וסגולה בשם האריז"ל להרבות לייקים ולקרב החדשים שכותבים דברים של טעם..

(שוין א גאנצע מאן דאמר געווארן אויפן עלטער 🫣😀)
דער תגובה איז שעדליך און קען גורם זיין די אומגעוואונטשענע..😜
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
ולזכות ילח"ט מהרי"ד ווייס שליט"א - מ"מ וממשיך דרכו
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2270
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1163 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך עמעזאן »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 1:16 am ניקס וואס זענען פארמעקט געווארן, וואס טיט זיך מיט זייערע תגובות? איז עס אויך פארמעקט?

אגב, איז דא עפעס גוטע ניקס אוועילעבל?
ער שרייבט דאך 'וואס האבן קיינמאל גארנישט געשריבן'
צפוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך צפוני »

למעשה ווערט פארלאנגט פון יעדעם איינעם זיך אויצוסיינען מיט א ניק אויב איך האב נישט קיין טעות, ממילא וואס וויל מען פון זיי?
זיי פאלגן און זיי סיינען זיך אויף מיט א ניק, אבער קומען נאר דא צו ליינען און זיך בארייכערן די ידיעות, וואס דאס איז דאך דער יסוד פון קאווע שטיבל, אז כל דיכפין ייתי וייכול... ממילא איז עס אביסל א סתירה מיטן צומאכן ניקס וואס האבן קיינמאל נישט געשריבן דא.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

צפוני האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:31 am למעשה ווערט פארלאנגט פון יעדעם איינעם זיך אויצוסיינען מיט א ניק אויב איך האב נישט קיין טעות, ממילא וואס וויל מען פון זיי?
זיי פאלגן און זיי סיינען זיך אויף מיט א ניק, אבער קומען נאר דא צו ליינען און זיך בארייכערן די ידיעות, וואס דאס איז דאך דער יסוד פון קאווע שטיבל, אז כל דיכפין ייתי וייכול... ממילא איז עס אביסל א סתירה מיטן צומאכן ניקס וואס האבן קיינמאל נישט געשריבן דא.
פון מיין פערספעקטיוו האט קאווע שטיבל "ארטיקלען" און "קאמענטס". די ערשטע הודעה אין אן אשכול איז אן "ארטיקל", און ווייטער זענען קאמענטס און שקלא וטריא. די "ארטיקלען" זענען אפען פאר'ן פאבליק, און אז איינער וויל עפעס שרייבן פאר'ן גאנצן פאבליק קען ער אייביג עפענען א נייע אשכול.

צו ליינען די קאמענטס אהין און צוריק איז א פריווילעדזש וואס נאר מעמבערס האבן. דארפסט נישט מער טוהן ווי עפענען א ניק צו זיין א מעמבער, אבער אז ביסט א מעמבער פאר א האלב יאהר און האסט נישט געטראפן עפעס צוצולייגן אין קיין שום שמועס, איז גענוג אז זאלסט נאר ליינען די ארטיקלען.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
היימלינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 383
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך היימלינד »

מנהל האט געשריבן:
צפוני האט געשריבן: למעשה ווערט פארלאנגט פון יעדעם איינעם זיך אויצוסיינען מיט א ניק אויב איך האב נישט קיין טעות, ממילא וואס וויל מען פון זיי?
זיי פאלגן און זיי סיינען זיך אויף מיט א ניק, אבער קומען נאר דא צו ליינען און זיך בארייכערן די ידיעות, וואס דאס איז דאך דער יסוד פון קאווע שטיבל, אז כל דיכפין ייתי וייכול... ממילא איז עס אביסל א סתירה מיטן צומאכן ניקס וואס האבן קיינמאל נישט געשריבן דא.

פון מיין פערספעקטיוו האט קאווע שטיבל "ארטיקלען" און "קאמענטס". די ערשטע הודעה אין אן אשכול איז אן "ארטיקל", און ווייטער זענען קאמענטס און שקלא וטריא. די "ארטיקלען" זענען אפען פאר'ן פאבליק, און אז איינער וויל עפעס שרייבן פאר'ן גאנצן פאבליק קען ער אייביג עפענען א נייע אשכול.

צו ליינען די קאמענטס אהין און צוריק איז א פריווילעדזש וואס נאר מעמבערס האבן. דארפסט נישט מער טוהן ווי עפענען א ניק צו זיין א מעמבער, אבער אז ביסט א מעמבער פאר א האלב יאהר און האסט נישט געטראפן עפעס צוצולייגן אין קיין שום שמועס, איז גענוג אז זאלסט נאר ליינען די ארטיקלען.
זייער קלארע דיבורים
טענקס פאר קלעריפייאונג
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך חדשים »

כמנין שמ"ע ישרא"ל, תרתי משמע.
ישראל הלוי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך ישראל הלוי »

מנהל האט געשריבן:
צפוני האט געשריבן: למעשה ווערט פארלאנגט פון יעדעם איינעם זיך אויצוסיינען מיט א ניק אויב איך האב נישט קיין טעות, ממילא וואס וויל מען פון זיי?
זיי פאלגן און זיי סיינען זיך אויף מיט א ניק, אבער קומען נאר דא צו ליינען און זיך בארייכערן די ידיעות, וואס דאס איז דאך דער יסוד פון קאווע שטיבל, אז כל דיכפין ייתי וייכול... ממילא איז עס אביסל א סתירה מיטן צומאכן ניקס וואס האבן קיינמאל נישט געשריבן דא.

פון מיין פערספעקטיוו האט קאווע שטיבל "ארטיקלען" און "קאמענטס". די ערשטע הודעה אין אן אשכול איז אן "ארטיקל", און ווייטער זענען קאמענטס און שקלא וטריא. די "ארטיקלען" זענען אפען פאר'ן פאבליק, און אז איינער וויל עפעס שרייבן פאר'ן גאנצן פאבליק קען ער אייביג עפענען א נייע אשכול.

צו ליינען די קאמענטס אהין און צוריק איז א פריווילעדזש וואס נאר מעמבערס האבן. דארפסט נישט מער טוהן ווי עפענען א ניק צו זיין א מעמבער, אבער אז ביסט א מעמבער פאר א האלב יאהר און האסט נישט געטראפן עפעס צוצולייגן אין קיין שום שמועס, איז גענוג אז זאלסט נאר ליינען די ארטיקלען.

אינטערעסאנטע בליק, און איך שעץ דעם מנהל'ס מיינונג, עפטער אלל ביזטו בעל הבית.

אבער איך וועל נעמען א סעקונדע ארויסצוברענגען א אנדערע זייט אויך, און איך וועל מיר נעמען אלס דוגמא, איך ליין שוין ק''ש אפאר יאר, און זיך קיינמאל נישט איינגעשריבן א שטיק צייט נאכדעם וואס די {גזירה} תקנה איז ארויסגעקומען האב איך געבראכן מיין פוילקייט און געטון דאס שריט געמאכט אן אימעל און פראבירט א ניק נאמען, והנה איך בין דא איך קען שוין ליינען.. יעצט און די אינגערע יארן האב איך געשריבן און ציטירט [אויף אן אנדערע פארום] איך בין אביסל'ע עלטער געווארן, און מיין צייט איז געווארן אביסל מער ענג איך האלט שוין נאכדעם הפעם ילוה אישי, מילא איז נישט פשט אז איך האב שוין נישט די געפיל צו קאמענטירן, פשוט איך האב נישט קיין צייט דערפאר, און איך וויל מיר נישט אריינלייגן און נסיונות פון שרייבן און קוקן וואס יענער האט געענטפערט, פשוט איך קען נישט אבער יעצט, לדוגמא איינער קומט און שרייבט און ארטיקל, פיין און וואויל, איך קען מיר באלעקן די פינגער פון די די הערות און קאמענטארן, פארוואס זאל די מנהל אוועקנעמען די פריוויליגע?

איך פארשטיי אז מען קען עס אנקוקן אזוי.. דו געסט נישט צו צום פארום קענסטו נישט האבן די הנאה פון ליינען קאמענטארן, און מען קען עס טאקע נישט צוגלייכן צו אן ארטיקל, ווייל נישט יעדער איז א שרייבער, גראדע און ספעציעל דא אין ק''ש פאלט אריין אסאך קאמענטארן ווואס איז ווי א באזונדערע ארטיקל פאר זיך.

נאר מיין מיינונג.
מען מאכט נישט אן אייביגע החלטה, פון א צייטוויליגע מציאות.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך עמרם »

יעצט אז דו האסט געשריבן אזא שיינע תגובה גייט מען דיך שוין נישט פארמעקן דיין ניק, וועסטו קענען אלעס ליינען,

(די מנהל'ס נקודה איז זייער פשוט, אז איינער ליינט פאר 6 חדשים און האט הנאה פון די קאמענטארן און האט אפילו איין מאל נישט געקענט עפעס מוסיף זיין דארף נישט דא זיין)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 611
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

איך טראכט, פשט איז אזוי: אז דו האסט מורא דא צו שרייבן ווייל ס׳איז ארויס פונעם באקס, דאן ׳בלייב׳ אין די סיסטעם און קוק אפילו נישט ארויס...!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער פרטים איבער די קלענערע היימישע חבורות וואס קומט פאר ׳בתוך עמי׳ שיקט אן אימעיל צו: teauvent@gmail.com
צפוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך צפוני »

איך וואלט נאך אלץ געזאגט אז נישט א יעדער איינער קומט אהער צו שרייבן און צו קאמענטן, ממילא איז עס א געוואלדיגע זאך ווען מ'געט א פרייע פלאטפארמע (אן קיין תנאים, מיין איך צו זאגן) צו קענען ווערן אויפגעקלערט און מ'הערט אלע צדדים אין א דיסקוסיע און נישט נאר די ערשטע ארטיקל. אין אנדערע ווערטער, קאווע שטיבל איז געגרינדעט געווארן אויסצושמועסן און צו באקומען אינפארמאציע וואס ס'איז נישט דא אויף אנדערע פלעצער.. א שטייגער ווי איי-וועלט, (און אז מ'רעדט שוין פון איי-וועלט, ווען זיי זאלן ווען האבן אזא פאלעסי, איז זייער מעגליך אז ס'וואלט נישט אנגעקומען צו דעם שטאפל וואס ס'איז היינט, און עס וואלט אפשר נאר געווען א פערטל די סייז), ממילא וואלט איך געבעטן דעם מנהל איבערצוטראכטן דעם שריט, אבער ווי געזאגט אין לנו על מי להשען אלא על מנהלינו, און ווי אזוי ער איז מחליט אזוי וועט זיין.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

אונזער ציל איז נישט צו זיין גרויס, נאר צו זיין א פלאטפארמע ווי מ'קען שרייבן פריי עפ"י דרך התורה. די עיקר העיקרים איז אז מ'זאל קענען שרייבן ארטיקלען מיט מיינונגען וואס ס'איז נישט דא קיין שום אנדערע פלאץ ווי צו לאזן הערן. ווען איינער האט אזא סארט מיינונג צו לאזן הערן איז ער מכובד צו עפענען אן אשכול און שרייבן, און יעדער מיט צוטריט צו ק"ש קען עס ליינען.

אז איינער וויל א טיפערע עקספיריענס צו ליינען קאמענטס, זאל ער מוחל זיין נישט זיין נאר א נעמער נאר אויך א געבער. אידן מוטשענען זיך צו שרייבן און ווילן הערן א גוט ווארט. זיי וואלטן געקענט גיין קיין אייוועלט און באקומען 150 לייקס אין 5 מינוט. זיי קומען דווקא דא, ווייל זיי ווילן קענען שרייבן טיפער, ערליכער, מער אידישליך, און מער אפן. ווי איז דיין הכרת הטוב און רעספעקט?

איך, מנהל קאווע שטיבל, בין נישט קיין מיסיאנער פאר סיי וואספארא שיטה אינערהאלב אידישקייט, און איך זוך נישט קיינעם צו "אויפקלערן" סיי וואס. אז דו ביסט צופרידן פון אייוועלט און קול מבשר בין איך אויך צופרידן פאר דיר. אז יענץ באפרידיגט דיר נישט, עס קרענקט דיר פאר מער, קרענקט עס מיר אויך פאר דיינעטוועגן, און דערפאר בין איך דא.

אלזא איך טוה מיינס, און דו זיי מוחל און טוה דיינס זיך איינצושרייבן ווי א מענטש און אמווייניגסטענס אמאל אמאל אריינווארפן א גוט ווארט פאר די וואס זענען דיר מהנה.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
דערהויבענע איד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 564
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 3979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 971 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך דערהויבענע איד »

עגרי.

ס'איז נישט נאר די גוט ווארט, ווי אזוי איך קוק עס אן איז אז ווען מענטשן זענען אין א שמועס, אויב ווילסטו מיט האלטן דארפסטו אנטייל נעמען.

ס'איז א געוויסע שחצנות אז דו ביסט נאר דא צו הערן און קיינמאל זיך נישט אנרופן.
האי פרושא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:56 am
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך האי פרושא »

שכוח מנהל

עס איז נישט מער ווי גערעכט אז איינער וואס שרייבט נישט זאל פליען, א שמועס קען נישט אנגיין אויב איינער רעדט אין יעדער הערט

קאווע שטיבל איז נישט קיין שיעור עס איז א שטיבל....
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 749
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך סאנטיאגא »

קהל'ס נער האט געשריבן: איך וויס נישט ווי צי שרייבן, העמיר עס שרייבן דא, קאווע שטיבל איז א געשמאקע פלאטפארמע אבער ס׳מאנגעלט (אביסל, פחות משתות) אין שרייבערס, ווידער @דער וועקער האט אסאך שרייבערס אבער ס׳מאנגלט לגמרי מיט א פלאטפארמע.

האמיר דא דעם קלאסישע בעל התל און בעל החריץ סיטואציע, איז אפשר והיו לבשר אחד, אז דער וועקער זאל אנהייבן ערשיינען טאקע דא אויף ק״ש, דער @מנהל וועט עים געבן זיין אייגענע פארום ווי ער וועט פאוסטן זיינע און זיינע שרייבערס שריפטן. און אזוי וועט זיך עפענען נאך אשכולות צי דן זיין איבער די וועקער שרייבעריי.

עפעס זאג איך, ניין?

די כלל איז אז יעדע זאך וואס האט א שוויות און מ'ווערט נישט פאר דעם באצאלט וועט נישט אנהאלטן. מ'דארף אנהייבן רעדן פון מאכן א קאווע שטיבל פאנד. ס'וועט נישט קאווערן די רענט אדער מארגעטדזש, אבער אויסגענוצט וועט מען נישט פילן, האט מען א טשענס אז אונזער דור אקטיווע שרייבערס וועלן נאך אין 5 יאר ארום שרייבן דא... כ'האב א חלום וויאזוי מ'קען עס ברענגען לידי מעשה. אפשר וועל איך שפעטער מעסעדזשן די מנהל דערוועגן.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 749
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך סאנטיאגא »

מנהל האט געשריבן: אז איינער וויל א טיפערע עקספיריענס צו ליינען קאמענטס, זאל ער מוחל זיין נישט זיין נאר א נעמער נאר אויך א געבער. אידן מוטשענען זיך צו שרייבן און ווילן הערן א גוט ווארט. זיי וואלטן געקענט גיין קיין אייוועלט און באקומען 150 לייקס אין 5 מינוט. זיי קומען דווקא דא, ווייל זיי ווילן קענען שרייבן טיפער, ערליכער, מער אידישליך, און מער אפן. ווי איז דיין הכרת הטוב און רעספעקט?
...און איך זוך נישט קיינעם צו "אויפקלערן" סיי וואס. אז דו ביסט צופרידן פון אייוועלט און קול מבשר בין איך אויך צופרידן פאר דיר. אז יענץ באפרידיגט דיר נישט, עס קרענקט דיר פאר מער, קרענקט עס מיר אויך פאר דיינעטוועגן, און דערפאר בין איך דא.

אלזא איך טוה מיינס, און דו זיי מוחל און טוה דיינס זיך איינצושרייבן ווי א מענטש און אמווייניגסטענס אמאל אמאל אריינווארפן א גוט ווארט פאר די וואס זענען דיר מהנה.

נייס, on the whole שטים איך צו צו די לאגיק, פארט האט יעדע כלל א חוץ, ס'איז דא מענטשן וואס זענען אינטראווערטעד, ווייניגער סאושעל, און נישט יעדער פילט ווי זיי ווילן צוגעבן, ס'איז א נאטור פון א מענטש. איך בין שוין איינגעשריבן פון 2018 אבער כ'האב מיר אבער הערשט גענומען שרייבן אין 2020, איך האב מיך ערשט געוואלט באקענען מיט די פלאץ פאר איך נעם די שופר. אוודאי דארף מען רעדן ווען מ'קען, איך ברענג פשוט ארויס אז ס'איז דא עקזעמפשנס.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 268
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך די קעפעלע »

האי פרושא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:22 am שכוח מנהל

עס איז נישט מער ווי גערעכט אז איינער וואס שרייבט נישט זאל פליען, א שמועס קען נישט אנגיין אויב איינער רעדט אין יעדער הערט

קאווע שטיבל איז נישט קיין שיעור עס איז א שטיבל....
איז בעסער אז אלע איינגעשריבענע זאלן ארויסגעבן ליידיגע שטותים צו קענען בלייבען דא?
רעאגיר