די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
Moshe itche
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך Moshe itche »

א גוט יאר טייערע חברים וידידים.

איך וויל דא אויסשמועסן א נושא וואס איז ליידער פארשפרייט מער וויפיל מען מיינט, און איך וויל אויך הערן פון די עולם עצות, ראט, און גוטע מענטשן וועמען צו גיין.

איך ברענגט ארויף די נושא ווייל עס איז אקטועל, וואס דארף איך זיך ממש אויספאקן די וועש און שרייבן אויב ס'איז ביי מיר אדער ביי א גאר נאנטע חבר, דער עיקר איז אז איך האלט יעצט מיט אזא מעשה און איך וויל וויסן וואס צו טון.

די מעשה איז אזוי:

ס'איז געווען א פיינע בחור, מען האט אים שטייצעך חתונה געמאכט ביי די 18 מיט א מיידל וואס די עלטערן האבן געהערט אויף איר גוטע אינפערמאציע כנהוג אצלינו. די זאך איז געפארן פיין, די בחור איז געזעצן אין כולל און פיין געלערנט.

למעשה איז דער בחור געווען א שטיקל מבקש, א טראכטער, און עס האט אים געבודזשעוועט אפאר קשיות.

1. אפשר פאלג איך סתם נאך א רעליגיע וואס איז אבי ארויסגעזויגן פון פינגער? מילא אויב איך וואלט געווען מאדערן ארטאדאקס ווי אידישקייט שטערט קוים די לעבן, ס'איז נאר בעיקר א פלאס פון געזעלשאפט און קאמיוניטי, דאן וואלט איך נישט אזוי געזיכט צו זען אויב יש דברים בגו. אבער היות חרדיזם איז דאך געבויט אויף צו שטערן און איינצוימן די געשמאקייטן פון לעבן אויף טריט און שריט מיטן חשבון אז עולם הזה דומה לפרוזדור און די עיקר איז יענע וועלט ווי מען וועט באקומען א באנטש שכר... נו אויב אזוי לוינט זיך דאס אויסצופארשטן צו זען אויב ס'איז טאקע אמת. וואס איז אויב נאך מען שטארבט איז.... פינישט! פינקט ווי א מוריטשקע! פינקט ווי פארן געבוירן וואס מען געדענקט נישט וואס איז געווען! געענדיגט פאר אייביג! אויב אזוי מוטשע איך זיך סתם אזוי אפ מיינע 80 יאר פאר אומזינסט אין די צייט וואס איך קען אינדזשויען צו די מעקס!

2. אויב וואלט איך געבוירן געווארן אין אפגאניסטאן, וואלט איך זיכער געווען א מוסלאמענער וואס גלייבט אין אללא, וואלט איך געבוירן אין טעקסעס וואלט איך געווען א שמייליגע קריסט, וואלט איך געבוירן אין אינדיע וואלט איך וויירשיינליך געווען א הינדאו, א.א.וו. נו אז איך בין געבוירן אין ניו יארק צו אידישע עלטערן מוז דאס מיינען אז דאס איז די ריכטיגע ריליגיע? מען דארף דאך זיין משוגע דאס נישט אויסצופארשטן.

הקיצור, אזוי האבן אים קשיות גענוגט אין קאפ, ביז ער האט מחליט געווען אז ער גייט גיין אויף א דזשורני. ער האט זיך געקויפט א סמארטפאון אן קיין פילטער און סיך גענומען ליינען קאווע שטיבל, ביקורת המקרא, עוועלוציע, ועוד ועוד. ער האט זיך איינגעהאנדלט ביכער פון אלע סארטן און זיך גענומען ליינען. ער האט געקוקט אויף יוטוב אלע מינע טשענעלס דעבאטעס און לעקציעס פאר שעות לאנג.

ווען ער האט אנגעפאנגען, האט ער געוויסט אז ער טוט אביסל אן עוולה, די רבנים שרייען דאך אז א סמארטפאון אן א פילטער איז אסור, מען טאר נישט ליינען קיין אפיקורסישע ביכער וכדומה. אבער דאך האט אים די קשיות גענוגט און ער האט געוואלט תשובות. ער איז נישט געווען אזוי באזארט אז עס וועט אים אוועקפירן צו ווייטע פלעצער ווייל ווי נישט ווי זאגט מען דאך אין חדר אז אונז האבן אלע תירוצים און אונז האבן די אמת, סאו ער איז נישט געווען באזאגט. ער האט נאר געוואלט זען מיט די אייגענע אויגן און מיט די אייגענע פארשטאנד אז אידישקייט איז טאקע די 100 פראצענטיגע אויסשליסליכע אמת, און אזוי וועט ער קענען זיין ריאוג אז זיין לעבנס מהלך איז טאקע ריכטיג.

טו מעיק א לאנג סטארי שארט, נאכן גריבלען פאר א לאנגע צייט אפשניט פון 2 יאר איז ער געקומען צו גאר אנדערע מסקנות פון וואס ער איז אויפגעוואקסן. עד כדי כך אז ער האט אויפגעהערט גלייבן אין גאט און אין אידישיקייט. ער איז שוין געזעצן ביי קירוב רבנים אבער זיי האבן אים נישט געקענט איבערצייגן.

גאר צעביסלעך האט ער געבראכן די נייעס פאר זיין ווייב, אבער זי איז נישט געווען גרייט צו הערן דערפון בשום אין אופן! ווילסט מיר זאגן אז אלע צדיקים האבן געזאגט ליגנט? זיי זענען סתם געווען איינגערעדט? איך ליין הונדרעטע השגחה פרטית מעשיות ווילסט מיר זאגן אז אלעס איז שקר? עס זענען געווען אסאך צדיקים פאר דיר וואס האבן שוין פארענטפערט די אלע קשיות וואס דו האסט!

הקיצור וויפיל ער האט פראבירט טיר צו מסביר זיין, האט ער געזען אז ער טאפט א וואנט, זי איז נישט גרייט צו הערן פון גארנישט און זיך נישט טוישן קיין כי הוא זה.

אינצווישן איז דער אינגערמאן געווארן שוואכער אין אידישקייט, פינדרויסן קען מען נאך היינט גארנישט דערקענען, ער קומט נאך שבת אין שול. און עסט קיגל ביים קידוש. אבער ווי ער קען נאר שניידן קארנערס טוט ער דאס. תפילין לייגט ער שוין נישט פאר א לאנגע צייט, שחרית דאוונט ער קיינמאל נישט. ער וועט מחלל שבת זיין ווען קיינער זעט נישט אן קיין פראבלעם. קיין אידיש ספר האט ער שוין לאנג נישט געעפנט.

בקיצור, ער איז בעצם נישט רעליגיעז, נאר ער פירט זיך אזוי פינדרויסן ווען מענטשן קוקן. ער טוט דאס פאר אפאר סיבות.

1. ער האט שוין 2 קינדער וואס ער האט זייער ליב, ער וויל זיך נישט גט'ן און זיי פאר'הרג'עננן דאס לעבן, ער וויל זיי נאך קענען זען און זיין אין זייער לעבן.

2. ער האט נישט די גאטס אפצופארן. זיינע עלטערן זיינען גאר פיינע מענטשן און ער האט געהאט זייער א געשמאקע איינגענעמע יוגנט, ער פילט ווי ער קען עס פשוט נישט טון פאר זיי.

3. ואל כילנה, ער זיכט עס נישט. אידישקייט היינט קען זיין זייער פאן און געשמאק, ער טוט זיך פארטיס, ספא'ס, תיקון'ס, נסיעות. מען קען עכט פיין אינדזשויען לעבן אלס חרדי היינטיגע צייטן. סך הכול איז דא אפאר תנאים און שוועריקייטן... נו זייער מעגליך אז עס לוינט זיך.

הכלל, וועגן די אלע סיבות זיכט ער בכלל נישט צו גיין אינערגעץ, ער קומט דאווענען אמאל אין שול צו סאושעלייזן, ער גייט אמאל צום רבינס חתונה אדער שמחות בית השואבה, למה לא? סאיז אסאך פאן!

דא עקה אז זיין ווייב שפירט עס מער און מער. זי דערשנאפט אז זיין אידישקייט האלט ביי 0. ער קען בלייבן אינדערהייט און נישט גיין דאווענען מעריב בלויז ווייל סאיז אביסל רעגנדיג, זי האט אים שוין מער ווי איינמאל געכאפט ביי חילול שבת. זי האט שוין אסאך טרערן פארגאסן וועגן דעם, אבער זי ווייסט נישט וואס צו טון.

מצד אחד קען זי נישט אזוי ווייטער אנגיין, זי קען בדום אופן נישט רעספעקטירן איר מאן. זי האט אויך מורא פארן עתיד, וויאזוי גייט איר מאן ערציען אירע קינדער? גייט ער זיי זאגן אז אלעס איז שקר? די מאן טענה'ט אז נישט, ער גייט זיך צושטעלן, אבער למעשה וועלט דאך די קינדער זען אז ער האלט ביי גארנישט. און די מעסעדזש ווען אזוי צו אזוי ארובערגיין. און אפילו ער נעמט זיך כסדר אינטער נאך יעדע אויסברוך וואס זי האט, אז ער גייט שוין זיין פרומער און ערליכער, ווייסט זי אבער אז למעשה גלייבט ער אין גארנישט און טוט עס נאר איר צעפרידנצושטעלן... נא ווי לאנג קען עס דען אויסהאלטן?

למעשה האט זיך נאך נישט דערציילט די מעשה פאר קיינער אין די וועלט, איר טאטע מאמע וויסן פון גארנישט. זי זיכט זיך נישט צו גט'ן זי וויל האבן עפעס א מהלך וואס זאל ארבעטן. זייער לעבן חוץ פון די אידישקייט פראבלעם איז נישקשה, און זי קען באשטיין צו מאכן די זאך ארבעטן. זי איז אבער זייער צעמישט און ווייסט נישט וואס צו טון.

איר מאן האט גע'עצה'ט צו גיין צו א שלום בית מאכער, אבער זיי האבן מורא אז זיי גייען אנטרעפן איינער וואס גייט זיי סתם זיך הייסן גט'ן און פארטיג.

ווער קען דא ארויסהעלפן א אידישע פארפאלק?

אפשר זאלן זיי זיך טאקע גט'ן אפילו ביידע ווילן עכט נישט? אפשר איז יא דא א מהלך? איינער מיט עצות? אפשר א נומער פון א פארשטענדליכע שלום בית מאכער?

דער אשכול פארמאגט 257 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר