צניעות ביי אינגלעך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 176 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

צניעות ביי אינגלעך

שליחה דורך האניג »

די פארגאנגענע מאנטאג נאכט איז געווען א טעלע קאנפערענץ פאר אלע פרויען אין וויליאמסבורג, פאררופן דורך אלע תלמוד תורה'ס אין וויליאמסבורג.
מען האט אויפגעפאדערט די פרויען צו אריינרופן א נומער צען אזייגער און וואס מיינט איר האט מען דארט גערעדט? איבער די פרישע פירצה פון מלבישים ביי אינגלעך...

עטליכע (מענער) רעדנער האבן אויפגעקעלערט די פרויען אז די מצב ביי די קינדער איז ממש געפערליך, מען האט געמאכט אן "אויפוואכונג" און געמאלדן די גראנדיעזע פלענער פון א נייע מהלך ווי יעדע בגד וואס מען קויפט אין געשעפט וועט דארפן האבן א הכשר!

איך קען דא אריינשטעלן אן עמאודשי וואס ברויזט פאר צארן, אדער איינס וואס רייסט זיך פאר געלעכטער, אדער די בארימטע עמאודשי פון א בערגל אפפאל. אבער נישט דאס ליבע ברודער איז וואס איך וויל. זיך רעגן און לצנות מאכן פון עטליכע ראסטיגע בהמות מיט שמאלע מוחות איז עפעס פון וואס אונז אלע זענען שוין מיד. ס'איז עפעס גאר טיפערס וואס צושטורעמט דאס הארץ און רויבט צו מיין מנוחה.

מען האט דארט צוזאמגערעדט כל מיני הוילקייטן צו מעורר זיין די חשוב'ע פרויען אויף דעם 'קריטישן' נושא. פיין און וואויל, אבער ס'איז געווען איין שורה פון די גאנצע נאכט וואס האט מיר דערשראקן ביזן גרונד און מיר צושאקלט ביז העפטיגע הארץ קלאפעניש.

ארויסצוברענגען די פראבלעם פון די 'היינטיגע' קליידער ביי אינגלעך האט איינער פון די בעלי דרשנים געזאגט אזוי: "ס'איז ליידער דא מענטשן וואס לאקערען אויף קינדער. זיי זאגן קלאר, אז די קינדער וואס גייען אנגעטון 'אזוי' ציט זיי זייער שטארק און ס'רייצט זיי אן! פארוואס האבן מאמעס נישט קיין שכל, און שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"

אזוי שאקירט ווי איר זיצט יעצט, אזוי בין איך געבליבן זיצן ווען מיין ווייב האט מיר דעם דבר טיפשות נאכגעזאגט. א טרער האט זיך מיר געשטעלט אין אויג און דאס ווייב מיינער האט שוין געקלערט אז איך הייב אן ווערן עמאושענעל פון דעם בהמה'ס דרשה...

פארשטייט זיך אז יענער האט צוגעלייגט אז ער טוט ח"ו נישט בארעכטיגן די דאזיגע מענטשן, אבער פארט דארפן מיר טן אלעס אז ס'זאל נישט קומען דערצו... בלא בלא בלא

איך וועל זיך נישט באציען יעצט צו דעם זינלאזן טענה, נאר ליבערשט זיך פארטיפן אין די חורבן וואס איך זע ווי עס שפילט זיך אפ פארנט פון מיינע אויגן, און דאס איז וואס רירט מיר דאס הארץ. איך וויין פאר די קומענדיגע דורות וואס גייען ליידן פון דעם שוטה'ס ווערטער. דאס האט מיר טאקע באוואויגן צו שרייבן צו אייך און ארויסגעבן מיין שרעק.

וואלט איך שוין געווען גענוג גרויס, וואלט איך געעפענט אן אשכול מיט'ן נאמען: איך גלייב אין עוועלושען (בלויז פאר קליקבעיט...)

דא שפילט זיך אפ אן עוועלאושן פון "צניעות פאר אינגלעך". אז מען טוט אביסל דורך די עוועלושן פון "הלכות צניעות", קען מען טאקע זען אז לויט ווי אזוי זאכן גייען, גייט מען איין טאג האלטן מיט די אינגלעך גענוי ווי מען האלט היינט מיט פרויען.

אט איז וואס איך זע:
מודעות און אלע גאסן אז אינגלעך זאל נישט גיין מיט קיין שרייעדיגע קאלירן און שמאלע געפאסטע וכו' ווייל מען קען מכשיל זיין אנדערע...
אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין גאס און זיכער נישט שמיסן און ארומלאכן הויך ווייל ס'איז אומאיידל און קען ציען אן אויג...

אוי, ס'איז ביטער.

דער אשכול פארמאגט 90 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר