די סיפורי מעשיות פון חיים גראדע (2)

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19806
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15095 מאל
קאנטאקט:

די סיפורי מעשיות פון חיים גראדע (2)

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז שוין (מסתמא) דא אן אשכול מיט דעם נאמען. נאר איך קען עס נישט טרעפן. האביך אויפגעמאכט א נייעם אשכול (2.0).

דער גרויסער שרייבער און געוועזענער ישיבה בחור חיים גראדע, וועלכער האט געוואוינט אין וילנא. די שטאט פונ'ם ווילנער גאון. די תקופה וואס ער באשרייבט איז פון צווישן די צוויי וועלט מלחמות. מערסטנס אין די '20גער און 30'גער יארן.

אין איינס פון זיינע דערציילונגען רעדט ער וועגן א אידישן סאלדאט וועלכער האט פארלוירן א פוס ביי די ערשטע וועלט מלחמה. ער רופט איהם אן "דער סאלדאט מיט'ן הילצערנעם פוס". ער האט געהייסן הערץ האראדעץ. דער אידישער בחור האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. און ער איז געווען א "וואנדראווניק". ער איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטעט פון פוילן/ליטא. און געהאט פארשידענע לופטיגע פרנסות. אמאל האט ער געברענגט א פויגל וואס האט ארויסגעצויגן קוויטלעך פון א קעסטל. און ער האט אפגעליינט די די גליקליכע פאראויסזאגונגען פאר די מענטשן. און ער האט פארדינט א פאר גראשן. אן אנדערס מאל איז ער געקומען מיט א שלייפער וואס שארפט אויס מעסערס און שערלעך פאר א פאר פרוטות וואס מ'האט איהם באצאלט. ער האט אייביג געצויגן אן עולם פון נייגעריגע מענטשן און קינדער וועלכע האבן געוואלט זעהן און הערן וואס ער פארקויפט.

א יעדעס יאר אין די זעלבע צייט. אין די ניין טעג.די וואך פאר תשעה באב ווען די היץ איז געווען זייער שטארק אינדרויסן איז ער אנגעקומען קיין וילנא. אין די אידישע גאס. ער איז אייביג געגאנגען אנגעטון מיט זיינע אלטע מיליטערישע קליידער. אן די קענפלעך. און מיט אן אלטן מיליטערישן היטל.

נאך א פאר טעג. ווען ער האט שוין אנגעזאמלט א ביסל געלט איז ער פארשוואונדן. ר'איז געגאנגען באזוכן אנדערע שטעט וואו אידן האבן געוואוינט. ביז איבער א יאר .
המשך יבוא, אי"ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר