נו! נו! אתה יצרת!!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל

נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך מונטסורי »

פונקט דעם שבת ראש חודש האב איך געטראפען א וואונדערבארע פירוש אויף אתה יצרת אין א סידור ישן נושן וואס איך האב אנדעקט אמאל אין איינע פון די גניזות, איך האב עס אביסל דערהיינטיקט מיט אונזער היימישע אידיש, למען ירוץ הקורה בו, וזה החלי:

אַתָּה יָצַרְתָּ - דו האסט באשאפן
עוֹלָמְךָ - א מקוה
מִקֶּדֶם - אויף צאנז קט.
כִּלִּיתָ מְלַאכְתְּךָ - זיך געבויעט א בית הכסא
בַּיּום הַשְּׁבִיעִי - וויילענדיג אין פאלם ספרינגס
אָהַבְתָּ אוֹתָנוּ - האסט ליב חסידים
וְרָצִיתָ בָּנוּ - און האסט דיר פארגלוסט פּאַוער
וְרוֹמַמְתָּנוּ - און דו האסט אונז אפגעשיידט
מִכָּל הַלְּשׁונות - פון צו לערנען ענגליש
וְקִדַּשְׁתָּנוּ - און האסט זיך געהייליגט
בְּמִצְותֶיךָ - מיט אונזערע פולע פדיונות
וְקֵרַבְתָּנוּ - און דו האסט עס אריינגעשארט
מַלְכֵּנוּ - אונזער רבי
לַעֲבודָתֶךָ - אין דיינע טאשן
וְשִׁמְךָ הַגָּדול - און דיין גרויסע בעקישע
וְהַקָּדושׁ - און די גארטל
עָלֵינוּ קָרָאתָ - האסטו שטארק פארמאכט:

וַתִּתֶּן לָנוּ - און מיר האבן דיר געגעבן
מוֹרֵינוּ - אונזער רבי
וְרַבֵּינוּ - אונזער פירער
בְּאַהֲבָה - מיט בלינדשאפט
שַׁבָּתות לִמְנוּחָה - וואקאציעס צו רוען
וְרָאשֵׁי חֳדָשִׁים - און פירענדע שטעלעס
לְכַפָּרָה - פאר דיינע קינדער
וּלְפִי שֶׁחָטָאנוּ - און וויבאלד מיר האבן געקלאטשט
לְפָנֶיךָ - אויף די פארענטשעס
אֲנַחְנוּ - אונז
וַאֲבותֵינוּ - און אונזערע קינדער
חָרְבָה עִירֵנוּ - איז צוגרינד אונזער געזעלשאפט
וְשָׁמֵם - און עס זשאווערט
בֵּית מִקְדָּשֵׁנוּ - אונזערע חדרים
וְגָלָה - און עס וואלגערן זיך
יְקָרֵנוּ - אונזערע בחורים
וְנֻטַּל - און עס איז פארכאפט געווארן
כָּבוֹד - די דרייווערס לייסענס
מִבֵּית חַיֵּינוּ - פון אונזערע ווייבער
וְאֵין אֲנַחְנוּ יְכוֹלִים - און מיר האלטן עס נישט אויס
לַעֲשׂוֹת חוֹבוֹתֵינוּ - פון די פילע פליכטן
בְּבֵית בְּחִירָתֶךָ - ווען דו וועלסט דיינע קינדער
בַּבַּיִת הַגָּדול וְהַקָּדושׁ - פאר די גרויסע שולן
שֶׁנִּקְרָא שִׁמְךָ עָלָיו - וואס מען גיבט א נאמען נאך דיר
מִפְּנֵי הַיָּד - וועגן א נגיד
שֶׁנִּשְׁתַּלְּחָה בְמִקְדָּשֶׁךָ - וואס פרובירט דיר צו לעקן:

פון דא און ווייטער איז די כתב מטושטש און אומלעזבאר, נאר פונקט האט מיר איינער אריינגעשיקט עפעס א ווידיא פון א געוויסע רבי'נס נייע פריוואטע מקוה, בין איך ממש ארויס פון התפעלות פון די אפענע רוח הקודש פון דעם אלטן מפרש, אט זעט:

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר