נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 668
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2060 מאל

נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?

שליחה דורך אלפא »

טראכטענדיג פון די גאנצע פלעטבוש גירל סומאטוכע איז מיר אויפגעקומען א פשוטע שאלה וואס איך בין נישט זיכער ווי ווייט פשוט די תשובה איז.

מ'זעט אין די לעצטע פאר יאר א מאסיווע אויפשטייג פון נייע סארט פראטעסטן וועלכע קומען פאר אין די מאסן. אנגעהויבן מיט BLM, ביז צו די קלימאטן חברה, ביז אזא JAN 6, וואס די צד השוה צווישן זיי איז די מאדערנע (אדער אפשר פאסט-מאדערנע) איידעאלאגיע אז רואיגע פראטעסטן - ווי די מיינונג פונעם ספעציפישן מינאריטעט ווערט געליפטערט אן קיין איבריגע גערודער - טוען נישט אויף, נאר די ציל פון א פראטעסט דארף ווערן טראנספארמירט צו עפעס וואס גייט 'פארזיכערן' טויש, צו א טויש אין פאליסי, צו א טויש פון א יחיד'ישע אדער ציבור'ישע אינסטיטוציע, צו א טויש אין די פובליק דיסקורס ארום דעם וכדו'.

ס'האט אנגעהויבן ווערן א נארמאלע ערשיינונג די -אזוי-גערופענע- נאן-ווייעלענט פראטעסטס וואו מ'מאכט אומבאקוועם און מ'האמערט די מאסן מיט די אגענדע וואס מ'וויל זאל דערהערט ווערן, אפט מאל ביזן ברענגען שאדן פאר פראפערטיס א.א.וו. צו מיטן אפשפארן געסער, אנפירקלען געביידעס, מזיק זיין פעינטינגס, אראפשליידערן סטאטוען, און וואס נישט.
איבעריג צו זאגן אז די פרא-פאלעסטינער מארשן גייען אינעם זעלבן השקפה - אז אינטימידעישאן איז די איינציגסטע און געוואונטשענע מהלך 'אויסצופירן' וואס זיי האבן צו זאגן.

אן אריינגיין אין די לעגאלע חלקים איבער וועלכע אקטן זענען אויסגעהאלטן, אדער וואו די ליניע צווישן 'דעמאקראטישע פראטעסט' און 'מאב-רול' ליגט. זעט מען ווי די השקפה ווערט מער און מער פארשפרייט. ובעיקר אויב נעמט מען טאקע אונזערע פלעטבושע רעביצין דא אלץ ביישפיל. די געדאנק סיי אז פראטעסטן זענען לגמרי בסדר אפי' ווען עס גייט אריבער דעם 'נארמאלן' גדר - ווילאנג די מטרה איז לדעתם אויסגעהאלטן (קלארשטעלונג: איך האב נישט ארויס צופיל די מערכה אין דעם פרשה ספעציפיש, אויבן אויף און פון די רעקארדירונג הערט זיך מלכי אן מער צו די ליידענדע זייט ואכמ"ל, מיין נקודה איז די ברייטערע בילד), און סיי אז אויב די מטרה איז ריכטיג מוז א טויש נאכפאלגן 'מיי וועי אר די היי וועי' נישטא קיין צווייטע אפציע, ווילאנג דאס פאסירט נישט גייען די קאנטער אקציעס אן אין פולן שוואונג.

מ'הערט לעצטנס מער סאבאטאזש אקציעס (פאשקעווילן/ראבא קאלס/טעקסט) אנטקעגן יחידים וועלכע -בצדק אדער שלא בצדק- טוען עפעס וואס פאר א צווייטן געפעלט נישט. און בפשטות איז דאס אלעס נספחים פון דעם נייעם איידעאלאגיע אין די מושג פון פראטעסטן און וואס דאס דארף עררייכן..
(מ'קען פארשטייט זיך שוין זען ענליכע פעלער פון פריערדיגע תקופות אויך, וכמובן לויט געוויסע זענען די פראנצויזישע רעוואלוציע און די ציווילע קריג פארגייערס פון דעם השקפה, אבער באופן כללי האט זיך עס רעלאטיוו לעצטנס אריינגעכאפט מער און מער.)

מיין שאלה אין איין ווארט איז: העלפט עס אדער נישט?

איך פארשטיי יעדער גייט קומען מיט זיינע אנעקדאטן אזוי צו אזוי, די BLM גייען טענה'ן אז ראסיזם איז געפאלן לכבודם, די מאגא חברה גייען שרייען אז נאר אזוי קען מען ראטעווען יושר, וכו' וכו', אבער דאס איז אבער נישט אינטרעסאנט. איך בין נייגעריג צו מ'קען אביעקטיווערהייט אויפווייזן אויף עפעס א וועג אז געוויסע מטרות וועלכע זענען געשטעלט געווארן זענען פאקטיש עררייכט געווארן דורך איינע פון די אלע מאדערנע מיטלען? און אויב נישט וואס איז יא די דזשאסטיפיקעישאן דערפאר?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר