חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 360 מאל

חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

מ'פארציילט אז מ'האט אמאל אינטערוויואירט דעם אלטן גוי וואס ארבעט שוין פאר צענדליגע יארן אינעם סאטמאר'ן בית המדרש אויף ראדני סט. און האט ווארשיינליך מיטגעלעבט מער עפיזאדן - אין סאטמאר'ס היסטאריע - ווי שלמה יעקב געלבמאן ע"ה...

אלזא האט אים דער מאדערעיטאר געפרעגט: זאג נאר, וואס איז די אינטערעסאנטסטע מנהג וואס דו האסט בייגעוואוינט דורכאויס דיין קאריערע אין ראדני?

האט דער גוי זיך אנגערופן: טראץ וואס ס'פארהאן פילע קאמישע מנהגים און טשיקאווע געוואוינהייטן וואס זענען איינגעגעסן אינעם סאטמארן קולטור, דאך האב איך אלעס פארשטאנען מער ווייניגער, איין פירונג וואס עד היום קען איך נישט משיג זיין וואס איר באדייט איז, נעמליך דאס אז די אידן האבן עפעס א מאדנע תאוה צו טרינקען ווארעם'ס אין בית הכסא ביי הכנות יעדן צופרי... כ'מיין פארוואס פעלט דיר וויכטיג אויס צו זיפן פונעם HOT CUP דוקא אין בית הכסא... ‎(די היינטיגע אינגווארג פארשטייט שוין אפילו נישט וואס דא איז פאני... גייטס אין ראדני וועט עטס אלסדינג פארשטיין)‏...

גיי פארצייל דעם גוי אז מאטי אילאוויטש האט געווידמעט גאנצע 2 לידער וועלכע רעכנט אויס "אידישע תאוות"

-

אינטערעסאנט אז ער האט פארזעהן אט די דאזיגע תאוה...



כלפי מה דברים אמורים: אונז חרדים האמיר אנטוויקלט א אייגנארטיגע קולטור, וואס - צווישן אנדערע - פארמאגן מיר אייגנארטיגע סארטן תאוות ‎(ווי אויבנדערמאנט), און אזוי אויך פארמאגן מיר אייגנארטיגע געזעצן פון הומאר, און מיר חרדים וועלן זיך קייקלען פאר געלעכטער פון אזעלכע וויצן וואס דער אלגעמיינער גוי באגרייפט ניטאמאל וואס דא איז קאמיש. און איבער אט דעם פענאמענאן וועלן מיר ווידמען דעם היינטיגן ארטיקל.

איידער איך לאז מיך אריין דערין וויל איך קלארשטעלן אז די ציהל פון דעם ארטיקל איז נישט חוזק צו מאכן פונעם חרדישן קולטור, נאר עס טוט ליבערשט דינען אלס א דאקומענטרי פון א פארש שטאנדפונקט, א שטייגער ווי NATIONAL GEOGRAPHIC טוט אנאליזירן פארשידענע קולטורן פון פארווארפענע שבטים, אויף דעם זעלבן אופן וויל איך אביסל שטודירן די טעמע פון חרד'ישע הומאר, און גענוי ווי נעשאנעל דזשיאגרעפיק - וועלן מיר צייגן בילדער און ווידעא'ס ווי ווייט מעגליך, און דער ציבור איז געבעטן צו ערגענצן דעם ארטיקל מיט'ן קאמענטירן אויף די פילע זאכן וואס דער ארטיקל האט מאמענטאל פארזעהן, עס איז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן און א שמייכל טאן (ס'נאך חודש אדר).

וזה החלי:

א מערהייט פון די הומאריסטישע מנהגים ווערן נאטורליך פראקטיצירט ביי חתונות אדער ימים טובים, ווען מיר זענען באפוילען געווארן צו זיין פרייליך אדער פרייליך מאכן אנדערע, ווארום א גאנץ יאר זענען מיר דאך באויפטראגט געווארן צו זיין צהלתו בלבו ואבלתו בפניו... און פראבירן זאל איינער צו גיין מיט א דאשיק א טאג פאר פורים... און הגם נישט אלע פון די מנהגים וואס מיר וועלן דעמאנען זענען איינגעפירט געווארן מיט א הומאריסטישע כוונה, דאך האט זיך עס אזוי אנטוויקלט אז דער עולם האלט עס פאר א קנאקעדיגע וויץ, און מ'ווערט ווירקליך פרייליך דורכ'ן עס טון.

אלזא לאמיר אנהייבן מיט'ן פרייליכ'ן טאג "שמחת תורה" - שישו ושמחו בשמחת התורה, וויאזוי קען מען זיין פרייליך שמחת תורה, איז מען אויפגעקומען מיט א געניאלע המצאה:

1) שמחת תורה ביי מוסף וועט מען אויספייניגן דעם בעל תפילה, מ'וועט שפריצן סעלצער און ווארפן האנטוכער, און וואס מיינסטו? ס'האט פיין געארבעט! קוק נאר וויאזוי דער עולם קאטשקעט זיך פאר געלעכטער בשעת דער בעל תפילה באקומט א קיתון של שופכין, דאס איז עפעס אויסטערליש פאני, לשנה אחרת קבעום בפנקס קהילת סלאנים

פנקס סלונים בעל תפילה שמחת תורה.GIF

[גראדע איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז די מקור פון דעם מנהג נעמט זיך פון אן אנדערן מנהג אז שמחת תורה פלעגט מען גיסן וואסער ארום דעם בעל תפילה כדי אים מעורר צו זיין צו דאווענען פאר רעגן ‎‎(בחג נידונין על המים), און איינמאל איז דער חזן געווארן אביסל באשפריצט פונעם גרויס התלהבות פון די שפריצערס (ווילנדיג צו אומווילנדיג...), נו וואס טוט מען אז דער חזן איז נאס געווארן? מ'ווארפט אים צו א האנטוך צוויי דריי..., און פון דארט איז נשתרבב געווארן דער מנהג צו שפריצן וואסער און ווארפן האנטוכער אויפן חזן...]


2) רעדנדיג פון הומאר אום שמחת תורה, קען מען נישט פארגעסן דעם מנהג פון "הגבה הפוכה"

הגבה הפוכה.jpg


3)שמחת תורה ביי שחרית זאגט מען המלך בנוסח ימים נוראים און האל בתעצומות בנוסח יו"ט...


4) ווארפן האנטוכער אויפן משמש אום יו"ט חנוכה בשעת ער צינדט אן די מנורה אין ביהמ"ד, איז א ספעקטאקל וואס איר ווילט נישט פארפאסן, וכל המרבה הרי זה יותר פאני...

(
(https://hm-news.co.il/223224/)
(


5) חודש אדר ווערט דער עולם פרייליך תיכף ווען מ'זעהט אז די "משנכנס סיין" הענגט אויפ'ן וואנט...

משנכנס סיין.jpg
משנכנס סיין.jpg (15.22 KiB) געזען געווארן 1389 מאל


6) א גאנץ אדר ווערט דער עולם ממש בגילופין ווי נאר עס הייבן אן ארויסצושפראצן די אלע קיוט אדווערטייזמענטס און קלאסיפיידס וועלכע פארמאגן טייפאגראפישע גרייזן א שטייגער ווי "סימכעס ףורעמ" אין דאס גלייכן... יוי איז דאס פאני..

דבר יום שאלאח מאנעס עד.png
סימכעס פורעמ.png


פארזעצונג אינעם קומענדיגע תגובה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום אפטימיסטיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר