שידוכים דילעמע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

שידוכים דילעמע

שליחה דורך א בני יואל »

א גוט יאר אלע,

קודם א הקדמה, ווען איך שרייב מיין איך נישט, איך זאג נאר אזוי אז מען זאל עס פארשטיין בעסער.
אבער ס'איז אמת'דיגע פאקטן וואס איך ווייס פון די ערשטע האנט.

איך וויל אביסעלע אריינקריכן אין די ענין פון שידוכים.

מיר האבן א יוד רבי יונתן שווארץ וואס האט זיך אריינגעלייגט אין די נושא פון שידוכים, ממש איבערגעדרייט א וועלט אז מענטשן זאלן אנטראגן איינער פארן צווייטן שידוכים,
און גם אני בתוכם, איך האב אויך געטרייט א שיינע פאר שידוכים פאר אנדערע עלטערע בחורים און מיידלעך,
און באמת אינטערסירט מיך בכלל נישט אויב ס'געשעהט אדער נישט, אבער איך וויל אביסעלע אויסשמועסן אפאר אינטערסאנטע פאקטן ווי מענטשן זענען פאררוקט אויף טויזנט, און ס'גייט זיי בכלל נישט אן אז זייער טייערע טאכטער ווערט עלטער יעדן איינציגן טאג, און ס'הייבט שוין אן ארויסשפראצן ווייסע האר פון זייער צאפּ אדער פּאניטעיל און ס'איז ממש א רחמנות צו זעהן ווי זיי גייען קאפ אין וואנט אריין.

איך וויל פארציילן אפאר אינטערעסאנטע פאקטן וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן.

איינס:

א יוד האט א טאכטער, זי איז שוין כמעט פיר און צוואנציג. איך שיק אריבער א רעזומעי מיט א שטיקל פיקטשער, יעצט גייט מען ווארטן ער זאל זיך נאכפרעגן און ענטפערן.
נאך צוויי טאג רוף איך אים צוריק, און הערט א ענטפער: מיין טאכטער האט עפעס נישט געקליקט מיטן בילד, פארוואס זאל איך מיך אפגעבן מיט דעם..
האלא, וואס הייסט נישט געקליקט? אפשר פרעג פאר א אנדערע פיקטשער? אפשר אפשר אפשר?

דער יוד זוכט א בחור וואס איז נאך אין ישיבה. א חסיד'ישע בחור.
וועלכע בחור ס'זיצט נאך אין ישיבה ביי די יארגאנג איז ווייל ער איז א לא יוצלח, נישט ווייל ער וויל באמת לערנען! ניטאמאל האט ער חברים דארט, ער דרייט זיך ארום דיפרעסט אויך... וואס איז ראנג מיט די מענטשן היינט?

צוויי:

א יוד מיט א זעקס און צוואנציג יעריגע מיידל.
זעלבע זאך, מ'שיקט אריבער א רעזומעי מיט א פיקטשער, אבער דער פערד האט א פרישע פראבלעם:
דער בחור - נישט מער און נישט ווייניגער - גייט מיט א שטאפענע היט! דאס מיינט ער איז מער צי די חסיד'ישע זייט, ממילא האלט ער נישט ס'איז צוגעפאסט צו זיינע סטאנדארטן...

איי, ווער ביזטו? דיין האמבורגער קנייטש היטל איז בכלל נישט קיין אלטע זאך, ס'איז אינגאנצן דריי יאר אלט צי וואס פארשטייסטו יעצט בעסער?
גייט ער יעצט לאזן זיין בוגרת זיצן אינדערהיים ווילאנג דער נעקסטער גייט אנטראגן פונקטליך וואס ער האט געזוכט און ס'נעמט שוין גאנצע אכט יאר וואס יענער זוכט פשוט דיין טאכטער מיט הבדלה פאקלען, למעשה קוקט פשוט אויס ווי דער ווינט פארלעשט די פייער אינמיטן וועג...

דריי:

איינע פון די חידושים פין רבי יונתן שווארץ איז די גרופּ אויף וואטסאפפ.
קומט ארויף א שכן פין עפעס א דרייסיג יעריגע מיידל וואס וויל סתם ארויסהעלפן, און לייגט אריין ווי פאלגענד:
איך קען א מיידל פון אכט און צוואנציג יאר אלט, און זי זוכט:
א בחור
נישט קיין שטאפן הוט, מוז זיין א פלאטשיגס
מוז זיין עכט חסידיש
ער מעג ארבעטן
טאר נישט זיין cool
מוז זיין געשמאק
מוז האבן א שיעור
מיז האבן א רב מיט וועם ער האט א קשר כסדר
מוז דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין
די פיאות מוז זיין אראפגעלאזט

עטץ הערטס וואס דא גייט פאר?
קודם א ליגנט אז זי איז אכט אין צוואנציג. שפעטער בין איך געוואר געווארן אז זי איז שוין כמעט דרייסיג, זי איז אכט און צוואנציג פּלאס צוויי יאר אלט... אנשטאט זיך פרייען איינער קוקט אויף איר זייט קומט זי נאך אן מיט א ליסטע וואס פונקטליך זי זוכט און דארף.

די שאלה איז אויב ס'איז זי אליינס אדער איר טאטע.

פיר:

איבער א יאר צוריק האב איך אנגערופן א טאטע פון א מיידל, פיר אין צוואנציג יאר אלט, אנטראגן א שידוך.
נאך צוויי טאג רוף איך אים נאכאמאל צו הערן וואס איז נייעס, פארציילט ער מיר אז מ'האט עס שוין אנגעטראגן, פרעג איך אים נא, און וואס האט איר געהערט אויף דעם בחור? זאגט ער מיר גראדע זייער גוטע אינפארמעישאן, אבער ס'איז נישט פאר זיין טאכטער.
פרעג איך אים צו האט באקומען א רעזומעי, זאגט ער מיר יא. פרעג איך עם ווי אזוי קען זיין אז ער האט באקומען א רעזומעי, ווען איך האב יעצט געענדיגט מאכן די רעזומעי מיט די מאמע, גראדע מיינס א משפחה?
ווער איך געוואר אז דער אנגעטראגענער איז גראדע דעם בחור'ס א קרוב, גראדע א טאפּ טאפּ בחור.
זאגט ער איך גיי אריינקוקן אין דעם.
נאך א טאג רופט ער מיך אז ס'איז נישט פאר זיין טאכטער. זאג איך אים, איז נישט.

פאריגע וואך רופט מיר א יוד א שדכן און פרעגט מיך צו איך וויל יענעם אנטראגן א פרישע שידוך, זאג איך אדרבה..
איך רוף דעם יוד און דער ענטפערט מיר מיט א פרישקייט, "שוין אנגעטראגן, ס'איז נישט פאר מיין טאכטער".

לאמיר נישט פארגעסן, דאס מיידל איז שוין א יאר עלטער פינף און צוואנציג למזל טוב. וואס זוכט ער? וואס מיינט ער ער גייט טרעפן? וואספארא געוואלדיגע סחורה האט ער צו פארקויפן אז ער קלויבט זיך ווי מען קלויבט א אתרוג? ווער געבט אים רעכטן צו שפילן מיט זיין טאכטער סקרעטש אף לאטערי?

פינף:

פיר וואכן פאר ראש השנה האט איינער א גרויסער שדכן אנגעטראגן פאר א יוד א פיינעם בחור. דער שדכן האט באשלאסן ער האלט נישט ווייטער ביים טון דערינען, האט ער אנגערופן דעם בחור'ס טאטע אז ער זאל שיקן א צווייטן שדכן, ער האט נישט קיין צייט דערצו.
רופט מיך דער טאטע צו איך קען איבערנעמען, זאג איך אדרבה.
רוף איך יענעם יוד און איך הייב אן מיט א פרישקייט, יענער זאגט מיר אז ער גייט אריינקוקן דערינען,

נאך צוויי טאג רופט מען צוריק און יענער זאגט ער הערט געוואלדיגע גוטע אינפארמעישאן, דערווייל אבער יעצט גייט זיין ימים טובים און ער האלט נישט אז ס'איז א גוטע צייט יעצט, ער וויל ווארטן ביז נאך סוכות און דעמאלטס וועט ער גיין ווייטער.

דער יוד האט אזוי ארומגעשלעפט אז כ'האב שוין פארשטאנען פארוואס דער ערשטער האט ארויסגעבעקט דערפון.
למעשה איז דאס מיידל שוין דריי אין צוואנציג און דער טאטע יאגט זיך נישט.

זעקס:

א מיידל א יתומה פון זיבן און צוואנציג.
יעדע שוועסטער רעדט זיך איין אז זי איז א געלונגענע שדכנ'טע ווייל זי האט אמאל געגעבן גוטע אינפארמעישאן אויף א שכנ'טע און יענע שידוך איז געווארן...
למעשה טראג איך אן א שידוך פאר איר טאטע און דער בהמה זאגט מיט'ן גאנצן ערנסטקייט "דער בחור מוז נאך זיין אין ישיבה"
כ'האב אים געפרעגט פארוואס זיין טאכטער איז שוין ארויס פין סקול? זאגט ער אז ס'איז שוין נישטא קיין קלאס. אבער ער וויל יעצט א בחור פון כיתה ף'

ווי זאגט נאר יענער,
וואס איז באשערט וועט אנקומען, איי דו האסט אויסגעשאלטערט דעם טעלעפאן ליין? א קשיא אויף א מעשה.

מיין שאלה איז אזוי,
די דאזיגע מענטשן זענען באמת משוגע צודרייט? אדער ס'איז דא א מהלך וואס ס'זאל מאכן א טראפעלע סענס?
וואס טראכט א טאטע אדער מאמע ווען זיי זעהען זייערע קינדער מיידלעך באקומען ווייסע האר און זיי ווערן עלטער?
טראכטן זיי באמת אז זיי קענען טרעפן עפעס בעסער וואס איינער איז זיך מרחם און טראגט יא עפעס אן?
טראכטן זיי באמת אז די סיבה פארוואס זיי ווילן ווארטן איז ווייל מארגן גייט איינער אנטראגן עפעס בעסער וואס מ'האט געטרייט פאר די לעצטע פאר יאר?
לעבן זיי באמת אין א באבעל אז ביז יעצט האט קיינער נישט געטראכט פון א נארמאלע זאך פאר זייער געראטענע טאכטער אבער מארגן נעקסטע יאר גייט איינער אויפטרעפן די פונקטליכע זאך אויף וואס זיי ווארטן שוין אזוי לאנגע יארן?
וואס דארף יעצט געשעהן ווען איינער טראגט עפעס אן אז זיי די פארריקטע עלטערן זאלן מיינען אז דאס איז שוין דאס ריכטיגע?
ס'דארף זיי קיצלען אונטער די אויער אז זיי זאלן טראכטן, זיך אביסעלע נאכפרעגן?
אדער געבן זיי נישט קיין דעקל אויף זייערע אלטע מיידלעך און די גאנצע זאך איז נאר דער אני ואפסי, וואס מען גייט זאגן אין שול אויף זיי?
אפשר דארף מען זיי געבן צו הערן וואס די מענטשן אין שול רעדן אויף זיי, ווי מען לאכט זיי אויס פארוואס זיי האבן אלטע באביטשקע מיידלעך אינדערהיים?

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר