בלאט 1 פון 2

ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:57 pm
דורך מייסטערווערק
דער אשכול איז געווידמעט פאר קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ציבעך און צערעמאניעס (סייקעדעליקס ביים היימישער ציבור)

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 11:00 am
דורך צקון לחש
געוואלדיגע און העכסט אינפארמאטיווע ארטיקל, ווי עס פאסט פאר רבינו הגדול @יידל זי"ע

(א קליינע באקאנטע טעות האב איך באמערקט: פחים קטנים במקום פכים קטנים, איך בין טאקע נישט אונטער דעם איינפלוס ליידער...)

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 11:20 am
דורך [NAMELESS]
אין קובץ עץ חיים ברענגט ער להלכה אז עס איז אסור צו נוצען די סארט דראגס

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 11:23 am
דורך אלפא
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 11:20 am אין קובץ עץ חיים ברענגט ער להלכה אז עס איז אסור צו נוצען די סארט דראגס
ווער איז דער 'ער'? און וואס זענען די נימוקים?

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 11:28 am
דורך [NAMELESS]
אבד"ק האג, ווייל עס איז מסוכן

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 11:31 am
דורך צקון לחש
אה, אזויווי ציגערעטן

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 11:34 am
דורך [NAMELESS]
נעם אוועק דיין לילקע....

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 12:01 pm
דורך מי אני
דאס איז וואס דער אגרות משה (יו״ד ח״ג סימן לה) שרייבט לגבי רייכערן קאַנאַבּיס:
IMG_7228.jpeg
הרב דר. ברוך פינקעלשטיין טענה׳ט אז זיינע סיבות לאסור זענען ל״ד מאסגעבענד פאר די סארט סאָבּסטענצעס (ועיין כאן).

לגבי פירן א פסח סדר זייענדיג אויף סייקעדעליקס, האב איך דאך צוגעברענגט פון דר. בנימין שׁענאן אז מראה הסנה של משרע״ה האט געקענט זיין א געדאנק פון דורך א סייקעדעליק טריפּ. און דער רדב״ז ברענגט טאקע צו במשנה תורה הל׳ כלאים (פ״ה הי״ט) ״אבל עלי הקנבוס הנקרא קנב אוכלין אותו במצרים ומשכר ואומרים שהוא משמח״ ע״ש…
צקון לחש האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 11:00 am א קליינע באקאנטע טעות האב איך באמערקט: פחים קטנים במקום פכים קטנים, איך בין טאקע נישט אונטער דעם איינפלוס ליידער...
איך האב פארשטאנען אז דאס איז א מכוונ׳דיגער מליצה אז דער מענטש ווערט באפרייט פון די נעצן אין זיין נפש אין וועלכע ער פיהלט געפאנגען.

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 12:54 pm
דורך יאסל ראקאווער
https://www.nytimes.com/2024/04/19/nyre ... -jews.html

איך ווייסט נישט צו דער מייסטער איז משפיע דארט אבער זיין ארטיקל איז ממש צייטגייסט מיט די טיימס פון פאריגע וואך

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 1:20 pm
דורך מי אני
דא האב איך צוגעברענגט די שטודיע וואס זיי ברענגען צו, וואו זיי שאצן אז רוב אמעריקאנער שטעט וועלן לעגאליזירן סייקעדעליקס צווישן 2034 און 2037. זיי גלייכן צו די דרך דערין צום לעגאלן דרך וואס קאַנאַבּיס האט גענומען צו ווערן לעגאליזירט אין אסאך שטעט.

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 5:05 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 11:20 am אין קובץ עץ חיים ברענגט ער להלכה אז עס איז אסור צו נוצען די סארט דראגס

ער רעדט נישט דארט פון די סארט סממני רפואה וואס דער ׳מייסטערווערק׳ ארטיקל באציט זיך... און ס׳פשוט די חילוק פון רעקריעשענאל דראג׳ס ביז מעדעצין לרפואה.

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 6:07 pm
דורך שעפטאל
אויב די תשובה פון ר' משה האט שייכות צו אייוואסקא
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:05 pm ער רעדט נישט דארט פון די סארט סממני רפואה וואס דער ׳מייסטערווערק׳ ארטיקל באציט זיך... און ס׳פשוט די חילוק פון רעקריעשענאל דראג׳ס ביז מעדעצין לרפואה.
ז"ל התשובה (שהביא חכם הרזים לעיל)
הנה בדבר אשר התחילו איזה בחורים מהישיבה לעשן חשיש (מעראוואנא), פשוט שהוא דבר אסור מכמה עיקרי דינים שבתורה

חדא שהוא מקלקל ומכלה את הגוף,

כ'ווייס נישט אויב מארכיוואנע איז מקלקל דעם גוף. אבער אייוואסקא זיכער נישט, ס'רייניגט און היילט אויס דעם גוף

ואף אם נמצאו אנשים בריאים שלא מזיק להם כל כך אבל מקלקל הוא את הדעת ואינם יכולים להבין דבר לאשורו שזה עוד יותר חמור שלבד שמונע עצמו מלמוד התורה כראוי הוא מניעה גם מתפלה וממצות התורה שעשיה בלא דעת הראוי הוא כלא קיימם.

פון מיין עקספיריענס ביי אייוואסקא קען אמאל זיין אפאר טעג וואס כ'האב נישט די כוחות זיך צו פארטיפן אין סוגיות לעומקן.
אבער תפילה, און מצות בלי דעת הראוי? אדרבה. ס'עפענט די הארץ און די תפילה ומצות קענען געטוהן ווערן דוקא בדעת הראוי.

ועוד שהוא גורם תאוה גדולה אשר הוא יותר מתאות אכילה וכדומה הצריכים להאדם לחיותו ויש שלא יוכלו לצמצם ולהעביר תאותם, והוא איסור החמור שנאמר בבן סורר ומורה על תאוה היותר גדולה שיש לו לאכילה אף שהוא לאכילת כשרות, וכ”ש שאסור להביא עצמו לתאוה גדולה עוד יותר ולדבר שליכא שום צורך להאדם בזה שהוא אסור, ואף שלמלקות נימא שאין עונשין מן הדין מ”מ לאיסורא ודאי עובר על לאו זה ואיכא גם הטעם דאיכא בבן סורר ומורה שסופו שילסטם את הבריות כדאיתא בסנהדרין בפ’ בן סורר (ס”ח ע”ב).

ס'שוואכט אפ תאות אכילה. (עמאושנול עיטינג)

ועוד שהאב והאם של אלו שמעשנין זה מצטערים מאד אשר עוברין על מצות כבוד אב ואם.

כ'מיין ס'איז דא התירים אויף דעם. (די טאטע קען נישט אפהאלטן זיין זוהן פון זיך היילן) זאל מען פרעגן דעם דיין וואס האט שוין געטרינקן..

ועוד איכא איסור העשה דקדושים תהיו כפירוש הרמב”ן בחומש. וגם הם גורמים לאיסורים הרבה אחרים לבד זה,

כ'קען נאר שיערן מיין עקספיריענס להיפך גמור, גרויסע חיזוק אין שמירת התורה והמצות. (נאך שטיק צייט טריפן.)

סוף דבר הוא פשוט וברור שהוא מאיסורים חמורים וצריך להשתדל בכל היכולת להעביר טומאה זו מכל בני ישראל ובפרט מאלו שלומדין בישיבות. והנני ידידו מוקירו, משה פיינשטיין. עכ"ל.

שטייצעך כ'קום נישט מצד הלכה, נאר פון די מציאות הדברים כפי ידיעתי.
אויב איינער ווייסט אנדערש פון פערזענדליכע עקספיריענס זאל ער זיך ביטע אנרופן.

--

יישר כח יידל פארן הערליכען ארטיקל!!!

Re:

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2024 1:01 pm
דורך טאמבל סאס
מי אני האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:01 pm
הרב דר. ברוך פינקעלשטיין טענה׳ט אז זיינע סיבות לאסור זענען ל״ד מאסגעבענד פאר די סארט סאָבּסטענצעס (ועיין כאן).
איך האב דורכגעלייענט פינקלשטין'ס תשובה. "ולעניית דעתי" איז ער א גרויסע פאץ און א דיסהאנעסט אינטעלעקטועל. נאר כ'בין אים דן לכף זכות אז ער וויל איבערמאכן דעם באדייט פון אן איסור תורה צוהאבן דעם זעלבן באדייט ווי א געזעץ מדיני. ס'קוקט אויס ווי ס'פארט אין אר"י, יענע ריכטונג עניוועי. מ'דארף לייענען אזא טוויסטעד פינקלשטין כדי צו עפרישיעיטן ר' משה'ס ראציאנאליטעט.

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2024 8:44 pm
דורך [NAMELESS]
הערליכע מייסטער ארבייט, שטארק הנאה געהאט, נאר נייגעריג צו פארשטיין פארוואס עס קען האבן א פאזיטיווע איינפלוס אויף די סיסטעם.

Re: Re:

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2024 9:51 pm
דורך קהל'ס נער
טאמבל סאס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2024 1:01 pm
מי אני האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:01 pm
הרב דר. ברוך פינקעלשטיין טענה׳ט אז זיינע סיבות לאסור זענען ל״ד מאסגעבענד פאר די סארט סאָבּסטענצעס (ועיין כאן).
איך האב דורכגעלייענט פינקלשטין'ס תשובה. "ולעניית דעתי" איז ער א גרויסע פאץ און א דיסהאנעסט אינטעלעקטועל. נאר כ'בין אים דן לכף זכות אז ער וויל איבערמאכן דעם באדייט פון אן איסור תורה צוהאבן דעם זעלבן באדייט ווי א געזעץ מדיני. ס'קוקט אויס ווי ס'פארט אין אר"י, יענע ריכטונג עניוועי. מ'דארף לייענען אזא טוויסטעד פינקלשטין כדי צו עפרישיעיטן ר' משה'ס ראציאנאליטעט.
איך קען נישט דעם דר׳ פינקעלשטיין צי ער איז א פאץ צי נישט, אבער פון ר׳ משה׳ס תשובה זעהט מען קלאר אז ער זיכט סתם צי אסר׳ן, נוסח התאחדות, עכ״כ אז ער האט געדארפט צוקומען צי כיבוד אב ואם צי אסר׳ן מאריחוואנה.

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 12:28 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2024 8:44 pm הערליכע מייסטער ארבייט, שטארק הנאה געהאט, נאר נייגעריג צו פארשטיין פארוואס עס קען האבן א פאזיטיווע איינפלוס אויף די סיסטעם.

דער טעמע פאדערט לכאורה אן אריכות, אבער אין אין איין ווארט פון מיין פערזענליכע און ווי אויך ערשט האנטיגע עקספיריענס איז ווייל פאר א געטרינקענער איז זייער שווער צו פארדרייען דעם קאפ. מ׳ווערט זייער וואכזאם איבער וואס מ׳וויל באמת וכו׳ און מ׳ווערט קאנפידענט עס אויסצופירן למעשה...

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 12:13 am
דורך נפה
איך האב הנאה געהאט צו זען אז עוד @יידל חי
צוויי הערות,
איך מיין אז די צייטונגען און מאגאזינען רעדן אלע פון די טרענטס למיניהם און יידל'ס ווערטער
די טרענדס ביים עולם איבער דאקטעריי, מעדיצין, אלטערנאטיווע הייל מיטלען, וואקסינען, פרויען געזונט, עמאציאנעלע געזונט און אזוי ווייטער
אפי' מער פון וויפיל מען דארף, די איינציגסטער חלק פון וואס זיי פארהוילן זיך איז די חלק פון אינטערנעט און סאשעיל מידיא און דאס גלייכן ובדברי יידל
אין אן אוניווערס וואו קיינער קוקט נישט קיין מאוויס, פארט נישט וואקאציאנירן אין קאנקון, עסט נישט אין רעזערוו קאט, פאלגט נישט נאך ״אביסל״ סטעטוס, שיקט נישט ארום חיימא׳ס ווידעאס, ליינט נישט אייוועלט, ווער רעדט נאך קאווע שטיבל.
וואס די סיבה דערפאר איז פשוט ווייל עס איז דאך "טריף פסול" איי יעדער טוט עס האט שוין דער מלמד געפענט אין כתה ג' אז דער גיהנם איז גענוג גרויס (חוץ אויב דא איז דער גיהנם).

וההערה השנית ווען יידל געבט די קרעדיט פאר די וואס האבן אריינגעברענגט די באוויסטזיניקייט צו מענטל העלט אירע פראבלעמען און לעזונגען לאזט ער אויס די פרומע אויסגאבע "מעלות" וואס אנדערש ווי די אנדערע וואס וויפיל זיי וועלן שרייבן וועט עס נאכאלס זיין א נושא פון די "אויפגעקלערטע" משא"כ איין "חזק" אדער סתם אן ארטיקל אין די מעלות וואו זיי רעפערן צו היימישע טערעפיסטן "כשר'ט" סיי די מושג פון גיין צו א טערעפיסט און סיי די געדאנק אז איינער וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש איז ווייטער כשר.

איבער די איבריגע חלק פון די ארטיקל וועל איך נישט קאמאנטירן צוליב מיין אומבאקאנטשאפט מיט די נושא.

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 12:15 pm
דורך כספי
אזוי ווי כ'האב געשריבן האב איך שטארקע הנאה געהאט פון דעם אינפארמאטיוון ארטיקל, עקסטערע הנאה געווען פון די זיסע לשונות ווי: "כאטש וואס דאס וועט זיכער פירן צו סדרים וואס אלע סדרים פון אלע עמי-הארץ דורכאויס אונזער היסטאריע הינטער וועמענ’ס פענסטער מ׳האט זיך געשטעלט כדי מיטצוהאלטן די תמימות און ריינקייט, קענען זיך דערפאר פארשטעקן…" (אויב מ'וועט אריינמישן אין די מצות פון די מינע), וכדו'.
בעיקר איז געווען א חיזוק אז 'עוד @יידל חי', ולואי זאלן נאך אסאך אקטועלע ארטיקלען אונז דערקוויקן.
אזוי ווי @נפה האט שוין געשריבן האט ער אויסגעלאזט 'מעלות', וואס איז דאכט זיך געווען די ערשטע אויסגאבע וואס האט אריינגעברענגט די נושא ביים היימישן ציבור.

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 4:11 am
דורך אלפא
לעיזער קרויס אין זיין שיעור פתיחה פארן נייעם זמן, זאגט ער ער פלאנט צו רעדן איבער עדיקשאן ביים היימישן עולם.
עדיקשאן צו שיכרות ביי געוויסע,
עדיקשאן צו מארכיוואנא,
עדיקשאן צו שראומס א.ד.ג. און צו פליען הויך כלשונו..

עס קומט פרישע צייטן אויף קולמע. איינער גייט אדרעסירן דאס וואס יעדער טראכט.

ער זאגט נאר ער האט עס נישט געוואלט אדרעסירן ביז היינט אזויווי די גמ' דילעמע צו מ'זאל אויסזאגן די שווינדלערייען פון גנבים ווייל אנדערע קענען זיך אפלערנען דערפון, למעשה זאגט ער גייט ער מיטן זעלבן צוגאנג ווי די גמ' אז 'צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם' אבער ער גייט פראבירן צו זיין פארזיכטיג...

עמדו וראו.

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 3:55 pm
דורך נחום הסופר
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:05 pm
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 11:20 am אין קובץ עץ חיים ברענגט ער להלכה אז עס איז אסור צו נוצען די סארט דראגס

ער רעדט נישט דארט פון די סארט סממני רפואה וואס דער ׳מייסטערווערק׳ ארטיקל באציט זיך... און ס׳פשוט די חילוק פון רעקריעשענאל דראג׳ס ביז מעדעצין לרפואה.
ער רעדט דארט פון אייוואסקא

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 4:44 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
נחום הסופר האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:55 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:05 pm
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 11:20 am אין קובץ עץ חיים ברענגט ער להלכה אז עס איז אסור צו נוצען די סארט דראגס

ער רעדט נישט דארט פון די סארט סממני רפואה וואס דער ׳מייסטערווערק׳ ארטיקל באציט זיך... און ס׳פשוט די חילוק פון רעקריעשענאל דראג׳ס ביז מעדעצין לרפואה.
ער רעדט דארט פון אייוואסקא

קענסט עס ביטע אהערברענגען? לאמיר צוזאמען דורכטוהן די נושא...

נשלח: מוצ"ש יוני 01, 2024 11:00 pm
דורך מי אני
כידוע זאגט מען אויף סייקעדעליק טריפּס אז דורכדעם "זעהט מען (כביכול) ג-ט" און עס איז (דומה צו) א רעליגיעזע עקספּיריענס. האב איך געקלערט אז אין פרקי היכלות רבתי שטייט:
פרקי היכלות 1.jpg
והיינו, אז הגם עס פעהלט אויס צו זיין גאר מזוכך לראות פני ה' במרכבתו כביכול, איז דאך דא אַן ענין פון אויסלערנען די מעכאניזם דערפון פאר מענטשן, וואס אנדערש וועט קיינער נישט צוקומען דערצו און עס וועט פארגעסן ווערן. און שפעטער בפרק חי שטייט ווי הקב"ה לעכצט דערפאר כביכול:
פרקי היכלות 2.jpg
ונמצא מזה אז עס קען יא זיין אַן ענין פון נעמען סייקעדעליקס להגיע למדריגה זו, און האפענטליך וועט נישט זיין קיין ענין פון (חגיגה יד:) הציץ ונפגע ח"ו.

ומי יתן כל עם ה' נביאים (במדבר יא כט). (ועיין להלן שם בפרקי היכלות פ"ל.)

Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 12:20 am
דורך כרם זית
אויב עס איז eatables איז זיכער נישטא קיין פראבלעם פון הציץ ונפגע...