די וויזשניצע נדחים (מורדים)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך הדד בן בדד » מאנטאג מערץ 19, 2012 5:04 am

ווי אנגעמערקט אין אן אנדערער אשכול, זענען די פארגאנגענע וואך אוועק פון דער וועלט דריי אידן וועלכע זענען געווען פארבונדן מיט דעם באוואוסטן איבערקערעניש וועלכע איז פארגעקומען אין וויזשניץ בשנת תשכ"ג, אדער ווי עס ווערט אנגערופן אין די וועלט "די וויזשניצע מרידה", איך זאג עס ווערט אזוי אנגערופן אין די וועלט, ווייל עס איז באמת נישט געווען קיין מרידה, און די אידן זענען נישט געווען קיין מורדים, דאס איז נאר געווען א שם גנאי וועלכע מען האט זיי אנגעקלעבט מטעם וויזניץ, זיי אליינס האבן זיך גערופן די נדחים.

די דריי אידן וועלכע זענען אוועק, זענען הרה"צ ר' משה יהושע האגער זצ"ל, דער וויזניצער רבי, וועלכער האט בשעתו געדינט אלס רב, און איז געווען שטארק פארבונדן מיט די איבערקערעניש, טייל האבן גאר געהאלטן (כולל דער רב אליינס) אז מען האט גאר אים געמיינט מיט די אזויגערופענע מרידה.

די צוויי אנדערע זענען הרה"ג ר' אליעזר דוד פאל ז"ל און הרה"ג ר' ברוך שטערן ז"ל, וועלכע זענען ביידע אוועק צוויי טעג נאך דעם וויזשניצער רבין.

אין אן אנדערער אשכול האב איך אויפגעברענגט אז ר' אליעזר דוד איז געווען פון די נדחים און אנאליזירער האט מוסיף געווען איבער די פטירה פון ר' ברוך שטערן און אז עס איז געווען צוויי טעג נאך די פטירה פון ר' משה'לען. ווידער שמואל שלום שלמה האט געשריבן איבער ר' אליזער דוד'ן און איך בין מעתיק:

ער איז געווען אן אמעריקאנער יענקי וואס איז געפארן לערנען אויף ויזניץ ביי ר' גדליה נאדל. פון אנהויב האט ער נישט געהאלטן ביים לערנען און ס'האט שוין געהאלטן דערביי אז מ'האט אים געוואלט ווארפן פון וויזניץ. ער איז עפעס געוואויר געווארן דערפון און ער האט זיך גענומען צום לערנען ועלה ונתעלה און ער איז געווארן א מתמיד עצום און ביז א קורצע צייט פאררעכנט געווארן פון די אריות שבחבורה. ווי באוויסט זענען טאקע אט די אריות שבחבורה געווען די וואס האבן אנגעפירט מיט די מרידה. ר' אליעזר דוד איז אויך געווען פון די מורדים/נדחים. (עס איז אינטערעסאנט אמצוצייכענען אז די אלע וואס זענען געווען פון די מורדים האבן געהאט שפעטער צרות, איינער מער איינער ווייניגער, ס'האט אבער אויף קיינעם פון זיי נישט איבערגעהיפט. אבער ווער ס'האט געקענט ר' אליעזר דוד ווייסט אז ער האט די אלע צרות מקבלגעווען באהבה.)

שפעטער איז ר' אליעזר דוד אנגעקומען קיין מאנטריאל ווי ער האט זיך באהאפטען צו טאהשער רבי שליט"א. ר' אליעזר דוד איז געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת טאהש. אין די שפעטערע יארן ווער ר' אילעזר דוד איז געווארן א מתנגד, האט ער געשריבן מיט ווייטאג אז ס'איז א טעות פון מענטשן צו ווערן מרביצי תורה אין חסידישע ישיבות ווייל די תכלית פון די ישיבה איז נישט הרבצת תורה נאר להגדיל הפארטיי.
ר' אליעזר דוד'ס ספר אויף משניות כלים "חשב האפוד" איז איינע פון די שטערקסטע ישיבישע ספרים אויף כלים. זיין ספר אויף די מ"ח קניני תורה איז ווי ער האט געשריבן די אלע קאנטריווערסיאלע זאכן. איך האב אים אמאלגעטראפן ביי א שמחה האב איך אים געפרעגט צו איך קען קויפן "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים, האט ער מיר געזאגט בענוות חן "פאר די האסט נישט דורכגעלערנט "חשב האפוד" אויף כלים זאלסטו נישט לערנען "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים..." יהא זכרו ברוך.

וויל איך דא עפענען דעם אשכול איבער דעם נושא פון די נדחים און די אזויגערופענע מרידה.

איך האב נישט יעצט צייט צו שרייבן אלעס וואס איך ווייס דעריבער, אבער איך וועל דערווייל שרייבן אפאר קליינע נקודות. אבער איך וויל אנהייבן מיט א וויכטיגע נקודה. מען דארף געדענקען אז עס איז געווען שנת תשכ"ג, עס איז נאך נישט געווען דעמאלס "דער סטייל" פון אזעלכע איבערקערענישן ביי חסיד'ישע הויפן אזוי ווי היינט, און דאס האט שטארק געשעדיגט די נדחים און זייער נאמען פאר היסטאריע. בפרט אז פון איין זייט איז געשטאנען וויזשניץ בראשות דעם וויזניצער רבין, און די וויזשניצער מאכערס (וואס די גאנצע איבערקערעניש האבן זיי גורם געווען און די קעגנערשאפט איז געווען נאר קעגן זיי, און לגמרי נישט קעגן רבין אדער קעגן רב) האבן זיכער געמאכט זיי צו באשמוצן אין די גאס כאילו אז די מרידה איז געווען קעגן דעם רבין און דעם רב. האט זיך ארויסגעשטעלט אזא בילד:

פון איין זייט שטייט וויזשניצער רבי און וויזשניצער רב און די גאנצע וויזשניצער חסידות, און פון די צווייטע זייט שטייען אפאר אינגע ציווילדיוועטע קנאים און שרייעס, פארפירערס און איבערקערערס.

און דעם בילד האט מען מיט אלע כוחות משווק געווען פאר די גאס, מאז ועד עתה. ווידער די נדחים האבן זיך קיינמאל נישט געהעריג ארגאניזירט אלס א אייגענע גרופע מיט א רבי און מוסדות, אזוי אז עס איז נישט געווען ווער עס זאל דעקן פאר זיי און פירן זייער פאליטיק, און אזוי ארום האבן אסאך פון די שקרים און שמוץ זיך אנגעקלעבט אויף זיי און איז געבליבן קלעבן עד היום הזה.

איז צום ערשט וויל איך אנצייגן עטליכע פון די שקרים און בלבולים וועללכע מען האט אויף זיי אנגעקלעבט און במשך פון די צייט וועט מען בעז"ה (האפענטליך מיט די הילף פון די חברים דא) ארויסהאבן די גאנצע מעשה.

צום ערשט איז די מציאות פון דעם נאמען אליינס, ווי איך האב שוין דערמאנט, מען האט די פרשה א נאמען געגעבן "מרידה" און די מענטשן האט מען א נאמען געגעבן "מורדים". דאס איז א שקר, ווייל עס איז קיין מרידה קיינמאל נישט געווען, און די מענטשן זענען נישט געווען קיינע מורדים. און מדי דברי בו, וויל איך צולייגן אז די מעשה אין וויקי (ביי דעם לינק וואס איז געברענגט געווארן אין יענעם אשכול,) איז זייער רחוק מן האמת, עס איז בעסיקלי באשריבן פון דעם פערספעקטיוו פון וויזשניצער חסידים.

נאך א זאך וואס מען האט אויף זיי אנגעקלעבט איז, אז אלע מענטשן וועלכע האבן געהאט א טייל אין דעם (מצד די "מורדים" פארשטייט זיך) האבן שפעטער געהאט גאר גרויסע צרות אין לעבן. און מענטשן האבן די מעשה אפגעקויפט פאר גוט געלט. דאס איז פלעינער שקר און פארדרייאונג פון דעם מציאות, ווען מען קוקט עס אן מיט דעם ריכטיגן פערספעקטיוו. צווישן די נדחים זענען גאר דא אזעלכע וועלכע ווייזן אן פונקט פארקערט, אז די אלע וועלכע האבן אנגעפירט די צד שכנגד, און אנגעדרייט דאס ארויסווארפן פון די נדחים, זיי זענען גאר די וואס האבן באצאלט א טייערן פרייז.

לדוגמא וועל איך אנווייזן איין פאל, וואס איך וועל דערווייל לאזן בדרך חידה, און איך וויל זעהן ווער נאך ווייסט פון דעם. עס איז געווען א געוויסער רבי, וועלכער האט געהאט א גרויסן טייל אין אויפפלאמען די מחלוקה און אין ארויסווארפן און מרחק זיין די נדחים, און תיכף נאך די פרשה איז ער פלוצלינג אוועק פון דער וועלט אין א פארהעלטנסמעסיג אינגער עלטער.

המשך יבא בעז"ה
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1190
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 775 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך chasid » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:38 am

סאטמאר רבי האט זיי נישט געוואלט אננעמען כידוע, ווייל ער האט געהאלטן אז זיי וועלן מאכן פראבלעמען ביי אים אויך.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:02 am
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג מערץ 19, 2012 12:34 pm

א דאנק הדד, זייער אן אינטערעסאנטע טעמע. מיר ווארטן צו הערן נאך.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3514 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך יידל » מאנטאג מערץ 19, 2012 12:48 pm

chasid האט געשריבן:סאטמאר רבי האט זיי נישט געוואלט אננעמען כידוע, ווייל ער האט געהאלטן אז זיי וועלן מאכן פראבלעמען ביי אים אויך.

דוכט זיך מיר אז הרב משה בער בעק איז אויך געווען פון די מורדים/נידחים. לעגענדע איז אעז ער האט ארגענאזירט א פראטעסט ווען די ישבה האט געלערנט דעם ערשטן פרק כתובות.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4571
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2664 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך קופערניקוס » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:19 pm

א נאנטער צו רבי אליעזר דוד פאלל האט מיר דערציילט א אינטערסאנטע נקודה אז הרב פאלל האט עד סוף ימיו געליטן פון ייסורי נפש איבער זיין החלטה צו חסידות, חסידות האט געברענט אין זיין הארץ און לעומת זה האט די מדת האמת און אהבת התורה אויך געפלאקערט. יעדן פרייטאג צונאכטס זאגט דער נאנטער זיינער האט ער געהאט ספיקות, חיבוטים און הארץ-קלאפעניש צו ער זאל זיצן א שעה און זינגען י-ה ריבון, צו ער זאל לערנען מכילתא מיטן חזון יחזקאל, צו ער זאל אפשר גיין שלאפן און אויפשטיין פרי צו לערנען גמרא תוספות.
דאס איז אינטערסאנט, און עס געט צו קלערן איבער די וואס זאגן זייער שנעל אז זיי זענען "עקס-חסיד" צו זיי זענען געווען אמאל א חסיד.....
ווי האט נאר יאנקל אפיקורס געפרעגט דעם זעלבסט-געקרוינטן משכיל "ש"ס קענסטו? מורה נבוכים קענסטו? כתבי אר"י קענסטו? נו, אויך מיר א משכיל.
דאס איז זייער גוט פאר די וואס קוקן אביסל פעילד-מעסייע, אביסעלע די קורצערער אשכולות אין עצור כאן חושבים, אפאר אלגעמיינע סייטס, און אפסססס. ער איז א משכיל!


(די דאזיגע שטיקל האב איך אויך געשריבן ביי אשכול יהא זכרו ברוך, אבער עכט איז עס א נושא פאר זיך און פאדערט גענצליך א פרישע אשכול)
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1366
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3872 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך chasid » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:26 pm

געהערט אמאל אז אין קאשוי האט געוואוינט א געווארענער מתנגד אויך פון די מורדים
וואס פלעגט יא זינגען פרייטיג צונאכטס א לענגערע צייט און געזאגט "אז מ'איז נישט אויף פרייטיג צונאכטס מיט שירות ותשבחות איז מען ניטאמאל א איד נישט!"
איינער קען עס באשטעטיגן מיט א נאמען?
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:02 am
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך קליינע רעבעלע » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:56 pm

chasid האט געשריבן:סאטמאר רבי האט זיי נישט געוואלט אננעמען כידוע, ווייל ער האט געהאלטן אז זיי וועלן מאכן פראבלעמען ביי אים אויך.

דעיס איז אויך פין דע זאכן וואס מען האט ארויף געקלעבט אויף זיי.
נאכדעים וואס מען האט ארויס געווארפען "אלע פרעמדע"(עס איז כדי ציוויסען אז דעמאלטס ווען עס האט זיך אנגעהויבן דע בונטעווען האט מען ארויס געווארפען אלע פין דע פרעמד)האבען זיי ווייטער געוואלט אנהאלטען זיך אלטץ וויזשניצע חסידים סיי מיטן ניסך אין סיי מיט דע מנהגים האבען זיי געמאכט א אייגענע שיל מיטן נאמען אהל ישרים אין מען האט אויף גענימען א ראש חבורה ר' משה בער בעק שליט"א
פארקערט במשך דערצייט ווען א טייל האבען יורד געווען איוף חוץ לארץ האבען זיך רוב איינגעלידערט אין סאטמאר אין א טייל אין וויזשניץ מאנסי דע זעלבע אין ארץ ישראל שיקען רוב דע קינדער (היינט דע אייניקלעך) אין סאטמאר
אגב וואלט געווען א שיינע זאך ווער עס קען מאכן א ליסטע פין דע חבורה וואס כמעט אלע זענען אמת'דיגע יראים ושלמים
אזוי אויך ווער עס ווייסט פרטים וואס איז געווען דע מערכה זאל מוחל זיין אין דערציילען
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 19, 2012 2:35 pm

קליינע רעבעלע האט געשריבן:
chasid האט געשריבן:סאטמאר רבי האט זיי נישט געוואלט אננעמען כידוע, ווייל ער האט געהאלטן אז זיי וועלן מאכן פראבלעמען ביי אים אויך.

דעיס איז אויך פין דע זאכן וואס מען האט ארויף געקלעבט אויף זיי.
נאכדעים וואס מען האט ארויס געווארפען "אלע פרעמדע"(עס איז כדי ציוויסען אז דעמאלטס ווען עס האט זיך אנגעהויבן דע בונטעווען האט מען ארויס געווארפען אלע פין דע פרעמד)האבען זיי ווייטער געוואלט אנהאלטען זיך אלטץ וויזשניצע חסידים סיי מיטן ניסך אין סיי מיט דע מנהגים האבען זיי געמאכט א אייגענע שיל מיטן נאמען אהל ישרים אין מען האט אויף גענימען א ראש חבורה ר' משה בער בעק שליט"א
פארקערט במשך דערצייט ווען א טייל האבען יורד געווען איוף חוץ לארץ האבען זיך רוב איינגעלידערט אין סאטמאר אין א טייל אין וויזשניץ מאנסי דע זעלבע אין ארץ ישראל שיקען רוב דע קינדער (היינט דע אייניקלעך) אין סאטמאר
אגב וואלט געווען א שיינע זאך ווער עס קען מאכן א ליסטע פין דע חבורה וואס כמעט אלע זענען אמת'דיגע יראים ושלמים
אזוי אויך ווער עס ווייסט פרטים וואס איז געווען דע מערכה זאל מוחל זיין אין דערציילען


שלום עליכם רעבערלע צו אייער ערשטע תגובה, זה הקטן גדול יהיה...

אבער לגבי די אזוי גערופענע מורדים, אז זיי זענען 'געשטראפט' געווארען (או ע"י הקפדת צדיק או ע"י הקב"ה בכבודו ובעצמו) איז מיר שווער צו גלייבען, וואס ווייסען אונז טעמים און סיבות וואס אידען מאכען מיט שווערקייטען ויסורים זה בכה וזה בכה. כמה וכמה למאות וואס מאכען נעבעך מיט אין זיי האבען קיין פליג נישט געטשעפעט, קליינע קינדער יונקי שדים שלא טעמו טעם חטא.

פונקט דא ווייסען מיר צו זאגען מיט א קלארקייט סיבות הדברים? מי גילה רז זה לבני? קען מען דען ענפערען אז יעדער איינער וואס האט אנטייל גענומען אין דער מרידה זעט מען בחוש איז 'נענש' געווארען, מקען דאס נישט זאגען, וויפיל סתם אנשים נשים וטף וואס אינדרויסען בגלוי דערקענט זיך גארנישט אויף זיי, זיי זעהן אויס ווי דער צופרידענטסע מענטשען אבער באמת בסתר וואלגערען זיך זיי פאר יסורים.

כההוא וואס ווייסט פונקטליך אויף וועלכע עבירה דער הולאקוסט איז געקומען.
צום געזונט!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1524
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 345 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 804 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך שרייבער » מאנטאג מערץ 19, 2012 2:40 pm

וואס איז למעשה געווען די סיבה פון די מרידה?
על מה יצא הקצף
viewtopic.php?p=210188#p210188
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1794
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1019 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך קליינע רעבעלע » מאנטאג מערץ 19, 2012 4:28 pm

שרייבער האט געשריבן:וואס איז למעשה געווען די סיבה פון די מרידה?

לויט ווי איך האב גהערט פין איינע דע מורדים איז דענצמאל געווען א יוד דער מהל פין וויזשניצע סקול וואס האט נישט געלאזט לערנען עברית דארטן למעשה האט וויזשניצע רבין (דעמאלטס ראש ישיבה) טאכטער געפארן יעדען טאג אויף בית יעקב אין תל אביב זי האט יא געוואלט לערנען פארשטייט זיך א דע אמת'דיגע חסידים האבען פארפירט היתכן דע רבין אייניקעל לערנט נישט אין אייגענע מוסדות האט מען ארויס געווארפען דעים מנהל דעמאלטס איז געווארן ויצעקי
אגב ווען דע מרידה איז געשען איז ר' חיים מאיר'ל געווען אין שווייץ ווען ער איז ציריק געקימען האט דאס אים זייער וויי געטיען
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך אךשמח » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:20 pm

הדד, א דאנק פארן עפענען דעם אינהאלטספולן אשכול. שוין לאנג וואס כ'האב געוואלט וויסן אביסל די היסטאריע איבער דעם.

איך האב א שטיקל שייכות געהאט מיט הרב פאל ז"ל און געזען זיין ספר אויף מ"ח דברים.

דאכט זיך אז אין טאהש זענען דא נאך פון די מורדים, ר' יעקב אקער, ר' יונגער און נאך.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:38 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:אבער לגבי די אזוי גערופענע מורדים, אז זיי זענען 'געשטראפט' געווארען (או ע"י הקפדת צדיק או ע"י הקב"ה בכבודו ובעצמו) איז מיר שווער צו גלייבען, וואס ווייסען אונז טעמים און סיבות וואס אידען מאכען מיט שווערקייטען ויסורים זה בכה וזה בכה. כמה וכמה למאות וואס מאכען נעבעך מיט אין זיי האבען קיין פליג נישט געטשעפעט, קליינע קינדער יונקי שדים שלא טעמו טעם חטא.

פונקט דא ווייסען מיר צו זאגען מיט א קלארקייט סיבות הדברים? מי גילה רז זה לבני? קען מען דען ענפערען אז יעדער איינער וואס האט אנטייל גענומען אין דער מרידה זעט מען בחוש איז 'נענש' געווארען, מקען דאס נישט זאגען, וויפיל סתם אנשים נשים וטף וואס אינדרויסען בגלוי דערקענט זיך גארנישט אויף זיי, זיי זעהן אויס ווי דער צופרידענטסע מענטשען אבער באמת בסתר וואלגערען זיך זיי פאר יסורים.

כההוא וואס ווייסט פונקטליך אויף וועלכע עבירה דער הולאקוסט איז געקומען.

איך קען נישט פונקטליך די השתלשלות הענינים, אבער אז ס'ווייזט זיך ארויס אזא בילד אז דווקא געוויסע אידן ליידן צרות איז עס לכאורה אן אנדייטונג אויף עפעס.

אז עס איז דא א וויקיפעדיע פעידזש אויף דעם, און עס ווערן דערמאנט דארט בלויז פינף מענטשן פון די "נדחים", און צוויי פון זיי (פערציג פראצענט פון די וואס ווערן דערמאנט!) זענען אוועק פונקט צוויי טעג נאכ'ן כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ זצ"ל, זאגט דאס עפעס.
בילד
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג מערץ 20, 2012 1:09 am

chasid האט געשריבן:סאטמאר רבי האט זיי נישט געוואלט אננעמען כידוע, ווייל ער האט געהאלטן אז זיי וועלן מאכן פראבלעמען ביי אים אויך.


אויך סתם א באבקע, כאילו זיי זענען געקומען ווי א חבורה קיין סאטמאר און געוואלט ווערן אנגענומען אין די ראמען פון די סאטמארע קאמפאני, און דער רבי האט געזאגט: ניין, איך נעם זייי נישט אן. (און לאמיר שוין צוענדיגן דעם שיינעם באבע מעשה'לע, אז דער רבי האט געזאגט, אז זיי זענען מורדים, וועלן זיי מורד זיין אין מיר אויך, שיינע חלום).

די מעשה האט קיינמאל נישט פאסירט, און ווי מען האט שוין אנגעוויזן דא, זענען פאקטיש רוב פון די מורדים געווארן דערנאך סאטמאר'ער חסידים.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1190
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 775 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג מערץ 20, 2012 1:12 am

קליינע רעבעלע האט געשריבן:
chasid האט געשריבן:סאטמאר רבי האט זיי נישט געוואלט אננעמען כידוע, ווייל ער האט געהאלטן אז זיי וועלן מאכן פראבלעמען ביי אים אויך.

דעיס איז אויך פין דע זאכן וואס מען האט ארויף געקלעבט אויף זיי.
נאכדעים וואס מען האט ארויס געווארפען "אלע פרעמדע"(עס איז כדי ציוויסען אז דעמאלטס ווען עס האט זיך אנגעהויבן דע בונטעווען האט מען ארויס געווארפען אלע פין דע פרעמד)האבען זיי ווייטער געוואלט אנהאלטען זיך אלטץ וויזשניצע חסידים סיי מיטן ניסך אין סיי מיט דע מנהגים האבען זיי געמאכט א אייגענע שיל מיטן נאמען אהל ישרים אין מען האט אויף גענימען א ראש חבורה ר' משה בער בעק שליט"א
פארקערט במשך דערצייט ווען א טייל האבען יורד געווען איוף חוץ לארץ האבען זיך רוב איינגעלידערט אין סאטמאר אין א טייל אין וויזשניץ מאנסי דע זעלבע אין ארץ ישראל שיקען רוב דע קינדער (היינט דע אייניקלעך) אין סאטמאר
אגב וואלט געווען א שיינע זאך ווער עס קען מאכן א ליסטע פין דע חבורה וואס כמעט אלע זענען אמת'דיגע יראים ושלמים
אזוי אויך ווער עס ווייסט פרטים וואס איז געווען דע מערכה זאל מוחל זיין אין דערציילען


רעבעלע, דאס איז אויך נישט ריכטיג, ר' משה בער איז שוין געווען ראש חבורה ביי די אינגעלייט נאך אסאך פריער, פאר די גאנצע נדחים פרשה.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1190
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 775 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג מערץ 20, 2012 12:30 pm

א גרופע האט זיך איינגעגלידערט אין טאהש, א גרופע אין סאטמאר, א גרופע אין די ליטא און א גרופע ביי אכמעדינעזשאדן...
דוכט זיך אז וויזניץ וואלט געווען פאסיגער פאר אלע פון די עקסטרעמיסטן
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1366
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3872 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך קליינע רעבעלע » דינסטאג מערץ 20, 2012 1:34 pm

קופערניקוס האט געשריבן:א גרופע האט זיך איינגעגלידערט אין טאהש, א גרופע אין סאטמאר, א גרופע אין די ליטא און א גרופע ביי אכמעדינעזשאדן...
דוכט זיך אז וויזניץ וואלט געווען פאסיגער פאר אלע פון די עקסטרעמיסטן

הרב קופער ....וואס פעלט אויס אראפצירייסען סתם מעטשען וואס האבען דיר קיינמאל נישט געטעשפעט ,איך קען זייער א סאך פין זיי יעדער פאר זיך איז א באמבע וואס קיין איין חסידות האט נאך נישט באוויזען אהערצישטעלן אזאנס
אדרבה די האלסט זיי האבען נישט געטיען ריכטיג שרייב וואס. אבער סתם אראפרייסען וואס פעלט עס אויס
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך סאסוב » מיטוואך מערץ 21, 2012 2:48 pm

עס וואלט אפשר געווען כדאי צו שרייבן א ליסטע פון אלע נידחים, אבער מען דארף וויסן צו פונאנדערשיידן צווישן די אביסל מער פון צענדליג נעמען וועמען מען האט אפיציעל אויסגערופן אז זיי זענען ארויס געווארפן, צו די איבעריגע אינגעלייט און בחורים וועלכע זענען מיטגעגאנגען. עס זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן זיך איבערגעבעטן און געבליבן.

רבי דוד לייב שווארטץ ז"ל איז געווען פון די ערשטע אויף די ליסטע וועמען מען האט אויסגערופן, אבער ער איז נישט אוועק, נאר דארט געבליבן.

נאך איינע פון די באקאנטע נעמען איז געווען רבי חיים שנעעבאלג ז"ל.
סאסוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך שויתי'ניק » מיטוואך מערץ 21, 2012 3:47 pm

הרב בעק פון אוסטראליע
הרב אהרן משה שווארץ - ירושלים
שויתי'ניק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך סאסוב » מיטוואך מערץ 21, 2012 4:08 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:הרב בעק פון אוסטראליע
הרב אהרן משה שווארץ - ירושלים

לפי ידיעתי, איז רבי אברהם צבי [הערש] בעק נישט געווען פון די נידחים, נאר אזויווי זיין ברודער רבי משה בער איז געווען פון די ראשים, האט מען אים נישט פארטרויעט און ענדערש אויפגענומען רבי זושא לוריא אלס דיין, האט דאן רבי אברהם הערש אנגענומען דעם פארשלאג פון דעם פאסטן אלס רב פון די היימישע קהלה אין מאנטיווידעא וואס מען האט אים אין יענע תקופה צו א וויילע שפעטער אנגעטראגן.
סאסוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך מערץ 21, 2012 7:35 pm

הדד א הערליכע אשכול. איך קען קוים ווארטען פאר די המשך
געב א דריק.... יא, די קליינע הענטעלע דארט אויווען.....
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3969
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 3189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2579 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך מערץ 21, 2012 8:11 pm

איך האב דערווייל נישט קיין צייט, איך וועל אבער בקרוב ממשיך זיין, דערווייל וועל איך אריינווארפן נאך אפאר נעמען וועלכע מען האט נאך נישט דערמאנט דא.

הרב משה ברוך ווייס שליט"א, מנהל ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
הרב מרדכי שטיין שליט"א, אב"ד פאלטישאן, האט אויך געדינט אלס מנהל אין סאטמאר'ער ישיבה גדולה אויף סענדס סט. און שפעטער אין ק"י, און אויך אין מונקאטשער ישיבה.
הרב יעקב יהושע באנדא שליט"א
הרב מרדכי ווייס שליט"א פון ירושלים
זיין ברודער, איך האב פארגעסן כרגע זיין נאמען
הרב משה מיללער שליט"א פון מאנסי, א גרויסער תלמיד חכם (ברודער פון יארמער רב)
הרב יהודא אליעזר יונגער שליט"א רב דקהל יראים במאנסי, ראש ישיבה בישיבת נועם אלימלך ליזענסק
הרב משה אורי בלויא שליט"א סופר סת"ם

אגב, הגאון הגדול הצדיק המיוחד ר' חיים פנחס שיינבערג זצוק"ל, וועלכער איז נעכטן נפטר געווארן האט אויך געהאט א שייכות צו די נדחים. נאך די פרשה ווען מען האט זיי ארויסגעווארפן פון וויזשניץ, און א גרויסער טייל זענען נאך געווען בחורים, האבן זיי פאר א תקופה געעפענט אן אייגענעם ישיבה, און הגאון ר' חיים פנחס האט דארט געדינט אלס ראש ישיבה, און ער פלעגט זאגן דארט שיעורים כסדרן.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1190
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 775 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך ישבב הסופר » מיטוואך מערץ 21, 2012 8:58 pm

תנא ושייר:
הג"ר אברהם מענדעלאוויטש שליט"א, הרב שמואל ברילאנט ממאנסי, הרב שלום גפנר זצ"ל, ועוד.
אגב, היו הרבה שיצאו אז מוויזניץ אחרי השערוריה, כדוגמת הרה"ח ר' אלימלך טעשער שליט"א מלונדון.
כמו כן לא הוזכר כאן מעורבותו של הרבי ר' יידל'ה מדזיקוב זצוק"ל שתמך בידי הנידחים לפני שנדחו ואף גם לאח"כ. בעצם, אחד הסיבות שנדחו היתה מפני שחשדו בכולם שהם מאנשי רבי יידלה שלא נכנעו כ"כ למרותו של האדמו"ר רח"מ מוויזשניץ זצוק"ל.

ובנוגע ל"עונשם של אלו", אם כי יתכן מאוד שנענשו על זה, ואין לי עסק בנסתרות, וכמו שאינני יודע כך לא אוכל להכחיש. אבל חשוב לציין מעשה רב בהג"ר יחזקאל אברמסקי זצ"ל. פעם היה בעיצומו של נידון מסובך, והיה עומד לפני צעד שנוי במחלוקת, ואחד שאלו "איך יעשה כן ראש הישיבה, מה יאמרו הבריות?"
ענה רבי חצקל לעומתו "מה יאמרו הבריות? תאר לעצמך מה אמרו הבריות בהלוויתו של בועז. שופט ישראל מורם מעם, שנשא גיורת מואבית בפתע פתאום, ותהום כל העיר. והנה, למחרת כבר הלכו להלוויתו.... נו, יפטירו בשפה יניעו ראש, דער באשעפער פירט די וועלט... נישטא קיין מעשיות... אית דין ואית דיין... אם עושים דבר כזה, בלייבט די רבוש"ע נישט שולדיג..."
סיים הג"ר יחזקאל "נו, והלא אנו יודעים שבועז צדק, ולא היה כל טענה עליו, ולא עוד אלא שבזיווגו זה נולד שרש ישי שעתיד לגאול אותנו מגלותינו המר בב"א, נמצא ש'מה יאמרו הבריות' איז קיין חשבון נישט." ודפח"ח.
מכריז רב ינאי "חבל על דלית ליה דרתא, ותרעא לדרתא עביד". (שבת לא:)
ישבב הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 11:53 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 7:18 pm

א הפלא'דיגער אשכול, מלא חומר און שטיקער היסטאריע.

איך וואלט נאר געקענט באשטיין אז דו ווייסערס ווי הדד בן הדד און קליינע רעבעלע זאלן אביסל מרחיב את הדיבור זיין פאר די וואס זענען בכלל נישט באקאנט אין די פרשה.

ווען האט זיך געגרינדעט די קבוצה?

וואס איז געווען דער מכה בפטיש וואס האט גורם געווען צו זייער הדחה?

ווער אין וויזניץ איז געווען פאר די הדחה און ווער קעגן?

האט רבי מאטעלע געשפילט א ראלע ביי די פרשה?
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך הדד בן בדד » פרייטאג מערץ 23, 2012 12:55 am

אקעי, לאמיך נישט לאזן דעם עולם דא מיט אפענע מיילער.

אין א ניסל שאלאכץ איז די מעשה אזוי.

דער הייליגער אמרי חיים (ר' חיים מאיר'ל וויזשניצער) האט זייער זייער ליב געהאט כאניאקישע חסידישע אידן. אין דעם גייסט האט ער געפירט זיין ישיבה, און עס האבן זיך טאקע ביי אים צאמגעקליבן א הערליכע קבוצה וואס אלע רביס און ערליכע אידן האבן פלעין און פשוט מקנא געווען. חסיד'ישע בחורים, און דערנאך אינגעלייט, וואס מען האט נישט געזען אויף אזא דרגא אין ערגעץ נישט. אזעלכע אידן ווי ר' דוד לייב, ר' משה בער און זיין פעטער ר' אברהם צבי בעק, און די אנדערע וואס מען האט שוין דא אויסגערעכענט און אנדערע וואס מען האט נאך נישט, (פאר די וואס מיינען אז ר' משה בער איז סתם א שרייער, פארפירער און לויפער צו אכמעדינעדשאד, זייט וויסן אז ר' משה בער איז אלס בחור עטליכע יאר נישט ארויס פון די בנין הישיבה צוליב שמירת עיניים, דער אמרי חיים האט געזאגט אויף אים אז ער האט הייליגע אויגן, דאס איז חוץ זיין התמדה בתורה עד להפליא. עס איז דא א בילד פון די וויזשניצער ישיבה אין יענע יארן וואס מען האט געכאפט כדי צו קענען שאפן געלט, אלע בחורים קוקן אין דעם קעמרע אריין, אלע אויסער איינער, דער איינער איז ר' משה בער).

א שבת אין יענע תקופה אין וויזשניץ איז עפעס וואס מען קען באמת נישט באשרייבן, איך רעד נישט פון א יום טוב, אדער ווער רעדט נאך פון פסח, איך רעד פון א פשוט'ער שבת. אדרבה, גיט א פרעג פון סיי וועמען (אקעי, נאר כמעט) פון די נדחים, און איר וועט זעהן ווי ער קען נישט צוזיך קומען פון די זכרונות פון יענע פרייטיג צו נאכטס טישן. ווי איינער האט זיך אמאל צו מיר אויסגעדרוקט ווען איך האב זיך אונטערגעזונגען איינס פון יענע זמירות ניגונים "די ווענט האבן געציטערט, זיי האבן זיך פשוט מיטגעשאקלט און מיטגעזינגען".

ר' דוד לייב איז טאקע געווען דער הויפט משפיע פאר די בחורים, און שפעטער נאך די חתונה איז ר' משה בער געווען דער מדריך. די אידן האבן פארשטייט זיך געוואלט אז אלעס זאל געפירט ווערן אויף דעם מהלך. אבער אין וויזשניץ איז געווען נאך א שטרעמונג פון שטארק בעלי בית'טישע מענטשן, און זיי האבן געוואלט וויזשניץ זאל געפירט ווערן אויף זייער שטייגער. די מלחמה איבער די שפראך אין מיידל סקול (כ'וועל נאך מאריך זיין איבער דעם) איז נאר איין קליינער טייל פון די מערכה. און איבער דעם איז געווען די פייט, צו דער מהלך פון די קהילה און מוסדות זאל זיין מער אויף דעם כאניאקישן שטייגער אדער מער אויף דעם בעל בית'ישן שטייגער.

דער רב (ר' משה'לע זצ"ל) איז בעצם געווען מער אין די חבורה פון די כאניאקעס (ער איז געווען גאר א כאניאקישער איד אין פערזענליכן לעבן) אבל דא עקא, אז ער האט געהאט א שוואכקייט (וואס איינער פון זיינע מחותנים האט אויך געהאט) אז אויב האט ער געשפירט אז איינער וויל אים אונטערברענגען, האט עס אים ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט, און ער האט זיך זייער פארלוירן דערפון.

די אידענע זיינע איז דאך ידוע איז געווען פון גאר א שוואכן קאליבער (נישט קיין שום בושה, אסאך גדולי ישראל האבן ליידער געטיילט דעם גורל (מע'קען מאכן א עקסערע אשכול איבער דעם)) און דאס האבן די בעלי בתים אויסגענוצט, זיי האבן איר איינגעשפאנט און צוזאמען אנגעדרייט דעם רב אז די חברה כאניאקעס מיינען גאר אים, זיי האבן אים פיינט און ווילן אים פשוט ארויסזעהן פון וויזשניץ. און דאס האט אים נעבעך ארויסגענומען פון די כלים, און ער איז ארויס אין א מלחמת חרמה אקעגן די חברה. (חברה מיין איך נישט א ארגאניזירטע חבורה ווייל עס האט נישט געטראגן אזא כאראקטער, איך מיין פשוט די פרומע כאניאקישע שטרעמונג אין וויזשניץ).

די פרומע דערווייל האבן אינגאנצן נישט געזוכט אזא סארט מערכה און האבן מיט אלע כוחות געטרייט עס אפשטעלן, זיי האבן געטון וואס זיי האבן נאר געקענט אפצושטילן די געמיטער און קומען צו א טאלק בדרכי נועם בשלום ובשלווה, אבער די פארגרעבטע חברה האבן דאס בשום אופן נישט געוואלט, זיי האבן געוואלט די פרומע ארויסזעהן פון דארט אינגאנצן און האבן געהעצט דעם רב אומאויפהערליך קעגן די חברה, ביז ער האט געהאט אן אויסברוך און געהאלטן א אומבאלומפערטע דרשה אין ישיבה, און פון דארט אין וויייטער איז אלעס געפארן ארויס פון קאנטראל דאון הילל, ביז מען האט געמאכט אן אפיציעלע ליסטע ווער עס איז ארויסגעווארפן.

דאס איז געמאכט געווארן דורך די בעלי בית'ים און אויסגעפירט געווארן דורכן רב, אן דעם רשות און אן דעם וויסן פון דעם רבין וועלכער איז דעמאלס געווען אין שווייץ ערהוילנדיג זיך פון זיין סטראוק. ערשט דערנאך איז ר' משה'לע געפארן קיין שווייץ סאליסיטן דעם טאטנס שטיצע צו די מערכה.

ר' מאטעלע האט דאכצעך קיין שום שייכות צו די פרשה נישט געהאט, עס איז געווען אן אנדערער רבי וועלכער האט יא געהאט, ווי איך האב שוין אנגעמערקט אנהייב אשכול.

דיסקלעימער: איך בין חס ושלום נישט מזלזל אין דעם וויזשניצער רבין ר' משה'לע זצ"ל. ער איז געווען אן אמת'ער ערליכער איד, א תלמיד חכם, א מתמיד, אן אויסגעפראקטער ערליכער איד, א אויסגערגעווענליכער ירא שמים וועלכער האט זיך געפירט בקדושה וטהרה, ער פלעגט אזש גיין אויף די גאס מיט צוגעמאכטע אויגן. אבער ער האט ליידער געהאט אפאר שוואכקייטן וועלכע זענען בעו"ה אויסגענוצט געווארן דורך די אויבי איש אנשי ביתו, און דאס האט אים נעבעך שטארק פארשאטנט, און פארשאפט אסאך צער און עגמת נפש און געשעדיגט זיין פראפייל פאר די היסטאריע.

מען קען נישט דן זיין א מענטש נאר אויף זיינע שוואכקייטן, מען מוז אנקוקן דעם גאנצן מענטש, די שטארקקייטן מיט די שוואכקייטן, און ווען מען קוקט אן אלעס אינאיינעם ביי אים, זעהט מען אז מען רעדט נישט פון קיין פשוט'ן איד.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1190
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 775 מאל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

הודעהדורך ישבב הסופר » פרייטאג מערץ 23, 2012 1:12 am

הדד בן בדד, תודה על סיקורך המפליא והמנומק. אנו מחכים להמשך דבריך בכליון עינים.
מיהו אותו אדמו"ר? הב"י?
מכריז רב ינאי "חבל על דלית ליה דרתא, ותרעא לדרתא עביד". (שבת לא:)
ישבב הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 11:53 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

נעקסט

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט