בלאט 1 פון 1
מיינע אינדערפרי קענדיס פון "טעפל"
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 9:40 am
דורך [NAMELESS]
איך האב ליב צו שלאפן..... זייער ליב. קוים וואס איך קען מיך ארויסקראצן פון בעט אינדערפרי. ביים עפענען די אויגן, שלעפ איך גלייך מיין טעלעפאן בשעת איך מאמבעל מודה אני, און איך קוק די ערשטע זאך מיינע אימעיל'ס. וועסטו וועלן פרעגן פארוואס קוק איך די אימעיל'ס אזוי שנעל, אפילו נאך פארן אנגיסען נעגל וואסער מיט א חשש פון מטמא זיין מיין אזוי-אויך טמא'נע אייפאון?? איז דער תירוץ אז לעצטענס האב איך א וועג ארויסצוקריכען פון בעט אסאך גרינגער, ווען איך עפן אויף מיינע אימעיל'ס און איך זעה אפאר קענדיס וואס אונזער חבר ר' טעפל האט דארטען אריינגעווארפן דורך די נאכט.
כמעט יעדן אינדערפרי ווען איך עפן מיינע אימעיל טרעף איך ליגן דארטן אפאר אימעיל'ס וואס זאגן מיך די געוואלדיגע בשורה אז "טעפל" האט מיר טיף אינמיטען די נאכט באלייקט אפאר תגובות וואס איך האב געשריבן אין לויף פון די פאריגע טאג. דאס דערפרייט מיר דאס הארץ, דערהייבט מיין mood, און טרייבט מיך ארויס פון בעט מיט א שמחה!
איך האב געקלערט אז דאס זאגט די משנה 'פירותיהם בעולם הזה ובעולם הבא'. אז מ'שרייבט שיינע זאכן באקומט מען לייקס סיי ווען די נשמה איז אויף דער וועלט און סיי ווען מ'פאפט א מחיה און די נשמה וואלגערט זיך אין יענע וועלט'ס כף הקלע און חתמ'עט שעדליכע דאקומענטן מיט די פינקי.
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 9:52 am
דורך לעמיל
טעפל ווי בין איך? איך באקום נישט???
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:44 am
דורך טעפל
ווער ס'שרייבט גוטע סחורה באקומט פון מיר טיעף אינמיטן די נאכט די קענדיס, אפילו ס'איז דא וואס האלטן אז מ'דארף נישט טיילען רעכטס און לינקס די "קענדיס" (קרי: לייק בלע"ז - ליבע באידיש) אבער וואס זאל איך טוען אז ווען כ'ליין עפעס גוטס, זעה עפעס גוטס א גוטע לינק וכדומה, באקומט מען אפאר לייקס. אמאל פלעג איך טאקע נאר לייקען, היינט ב"ה שרייב איך אויך, א דאנק די פיינע אידן דא...
ראשעקאל דיך אפרישיעט איך די עיקר מיט דיינע גוטע לינקס! קיפ איט אפ וועסטו ווייטער באקומען לאליס... כ'מיין קענדיס..
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:23 pm
דורך ידען
לעמיל האט געשריבן:טעפל ווי בין איך? איך באקום נישט???
וויין ניש. כאב דיר געגעבען
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:26 pm
דורך ידען
טעפל האט געשריבן:ווער ס'שרייבט גוטע סחורה באקומט פון מיר טיעף אינמיטן די נאכט די קענדיס, אפילו ס'איז דא וואס האלטן אז מ'דארף נישט טיילען רעכטס און לינקס די "קענדיס" (קרי: לייק בלע"ז - ליבע באידיש) אבער וואס זאל איך טוען אז ווען כ'ליין עפעס גוטס, זעה עפעס גוטס א גוטע לינק וכדומה, באקומט מען אפאר לייקס. אמאל פלעג איך טאקע נאר לייקען, היינט ב"ה שרייב איך אויך, א דאנק די פיינע אידן דא...
ראשעקאל דיך אפרישיעט איך די עיקר מיט דיינע גוטע לינקס! קיפ איט אפ וועסטו ווייטער באקומען לאליס... כ'מיין קענדיס..
איך טייל נאר לינקס. קיק די לייק הענטעלע איז א לינקע הענט..
וואס הייסט סע דא וואס האלטען אז מע זאל נישט טיילען? סע דא שלעכטע מענטשען דא?
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:51 pm
דורך טעפל
ידען האט געשריבן:טעפל האט געשריבן:ווער ס'שרייבט גוטע סחורה באקומט פון מיר טיעף אינמיטן די נאכט די קענדיס, אפילו ס'איז דא וואס האלטן אז מ'דארף נישט טיילען רעכטס און לינקס די "קענדיס" (קרי: לייק בלע"ז - ליבע באידיש) אבער וואס זאל איך טוען אז ווען כ'ליין עפעס גוטס, זעה עפעס גוטס א גוטע לינק וכדומה, באקומט מען אפאר לייקס. אמאל פלעג איך טאקע נאר לייקען, היינט ב"ה שרייב איך אויך, א דאנק די פיינע אידן דא...
ראשעקאל דיך אפרישיעט איך די עיקר מיט דיינע גוטע לינקס! קיפ איט אפ וועסטו ווייטער באקומען לאליס... כ'מיין קענדיס..
איך טייל נאר לינקס. קיק די לייק הענטעלע איז א לינקע הענט..
וואס הייסט סע דא וואס האלטען אז מע זאל נישט טיילען? סע דא שלעכטע מענטשען דא?
ח"ו דא דרייען זיך נישט פון די בייזע, נאר עיין בכמה וכמה אשכולות וואו מענטשען האבען געשריבען אז זיי געבען זעלטען לייקס, און מ'קען טאקע זעהן ביי זיי אינדערזייט געגעבען לייקס :10 באקומען 100 וכדומה...
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 1:24 pm
דורך ידען
איך האב מער ליעב צו געבען א לייק ווי צו באקומען.אבער נאר אויב כאב הנאה געהאט אדער איך בין מסכים (אדער אויב מע בעהט. קרעדיט: ראשעקאל...) וואס יענער זאגט.
סע קען זיין אז סע דא פלעצער וואס סע קאסט געלט צו לייקען?
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
ידען איך האב הנאה פון דיר , און איך וויל דיר מהנה זיין!! זיי אזוי גיט און געב מיר א לייק
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:28 am
דורך טעפל
שוין גיימיר באלייקען דעם ראשאקאל (אויב ס'איז דא פארוואס!)
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:30 pm
דורך [NAMELESS]
יא, ס׳איז געוועהן פארוואס, און איך האב באקימען א קענדי!
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:02 pm
דורך טעפל
ראשעקאל האט געשריבן:יא, ס׳איז געוועהן פארוואס, און איך האב באקימען א קענדי!
ס'איז געוועהן זיס??
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:25 pm
דורך לעמיל
ידען האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:טעפל ווי בין איך? איך באקום נישט???
וויין ניש. כאב דיר געגעבען
טענקס ידען

: יוא ארא די בעסט!
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 3:36 pm
דורך לעמיל
טעפל
די עולם וויל אביסעל קענדיס לאז דיך הערען
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 12:16 pm
דורך [NAMELESS]
ב"ה היינט האמיר באקימען פרישע קענדיס
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:37 pm
דורך טעפל
ראשעקאל האט געשריבן:ב"ה היינט האמיר באקימען פרישע קענדיס
נאדיר נאך איינס!